דער רעקאָנסטרוקציע־פּראָיעקט וועט דינען ווי אַ יסוד פֿון אַ היסטאָרישן דאָקומענטאַר, וועלכער וועט געשאַפֿן וועגן דורך Handshouse Studio, בראָש מיט ריק און לאָראַ בראַון. מע בעט דעם עולם מנדבֿ צו זײַן די נייטיקע פֿאָנדן, כּדי צו שיקן די פֿילם־מאַנשאַפֿט קיין פּוילן דעם קומענדיקן זומער; דער רעקאָנסטרויִרטער שיל־דאַך וועט אויסגעשטעלט ווערן אינעם נײַעם "היסטאָרישן מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן", אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם וואַרשעווער געטאָ.
פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע — ווענדט זיך אויפֿן פֿאָלגנדיקן וועב־אַדרעס:http://www.kickstarter.com/projects/15287081/filming-the-replication-of-a-17th-century-wooden-s