נאָך אַ טראַגעדיע זענען פֿאָרגעקומען וויכטיקע בײַטן אין דער אַמעריקאַנער לעגאַלער סיסטעם און אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
דערפֿאַר לאַנצירט דער "פֿאָרווערטס" אַ פּאָעזיע־קאָנקורס אָפּצומערקן, 100 יאָר נאָכן "טרײַענגל שוירטווייסט קאָמפּאַני" פֿײַער.
מיט הונדערט יאָר צוריק זענען 146 אַרבעטער — כּמעט אַלע פֿרויען —אומגעקומען אין די פֿלאַמען, וואָס האָבן פֿאַרשלונגען די גאָרנס וווּ זיי האָבן געאַרבעט. וועגן דעם קהלישן ווייגעשריי קעגן די אַרבעטער־באַדינגונגען האָט דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד דעמאָלט געשריבן אויף די זײַטן פֿונעם "פֿאָרווערטס".
זײַנע באַשרײַבונגען פֿון די ברוטאַלע עפֿעקטן פֿון דער עקספּלואַטאַציע פֿון די "באָסעס" האָט געהאָלפֿן ברענגען צום מישפּט די באַלעבאַטים פֿון דער פֿאַבריק; מאָביליזירן די אַרבעטער פֿון די באַקלייד־אינדוסטריעס צו שאַפֿן יוניאָנס; און אײַנפֿירן נײַע געזעצן, וועלכע האָבן געשיצט די אַרבעטער.
צי האָבן די געשעענישן אויסגעמעקט דעם סוועטשאַפּ? געפֿירט צו גלײַכע רעכט פֿאַר דער פֿרוי? געביטן די באַציִונגען צו נײַע אימיגראַנטן? אָפּגעשטעלט די עקספּלואַטאַציע פֿון אָרעמע־לײַט?
דער "פֿאָרווערטס" מעלדעט, אַז מיר פֿירן אײַן אַ קאָנקורס צו שרײַבן אָריגינעלע לידער, (סײַ אויף ייִדיש פֿאַרן "פֿאָרווערטס", סײַ אויף ענגליש פֿאַרן "פֿאָרוואָרד") וועלכע האָבן אַ שײַכות צו די טעמעס, אָדער באַטראַכטן די היסטאָרישע שׂרפֿה־טראַגעדיע מיט אַ הײַנטיקן קוק. דאָס ליד וואָס געווינט, וועט באַקומען $500 און וועט אָפּגעדרוקט ווערן אין די צײַטונגען.
גיט אַ קוועטש אויף:
www.forward.com/contests
צו לייענען אַלע תּקנות פֿונעם קאָנקורס. צו באַקומען אַן אַפּליקאַציע, שרײַבט צו:
editor@yiddish.forward.com
שיקט אַרײַן אײַער ליד ביז דעם 14טן פֿעברואַר.
שיקט אײַער ליד צו:
Triangle Fire Yiddish Poetry Contest
Yiddish Forward (8th floor)
125 Maiden Lane, New York, NY 10038