- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַז אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז דער דאָזיקער אויפֿשטאַנד ווייניק וועמען באַקאַנט געווען, איז נישט אויף צו חידושן זיך; אַן אַנדער זאַך, אַז אין ישׂראל ווייסן וועגן דעם, בדרך־כּלל מענטשן פֿונעם עלטערן דור. אין שפּיץ פֿון דעם אויפֿשטאַנד איז געשטאַנען דער סאָוועטישער אָפֿיצער, אַ ייִד, אַלכּסנדר פּעטשערסקי. דער ווײַטערדיקער גורל פֿון דעם העלד איז געווען אַ גאַנץ דראַמאַטישער — שטראָף-באַטאַליאָן (לויט סטאַלינס באַפֿעל, האָבן די אָפֿיצערן ניט געטאָרט אַרײַנפֿאַלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט), שפּיטעלער נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג, רדיפֿות פֿון דער מאַכט, שווערע קאָמונאַלע באַדינגונגען אין דער שטאָט ראָסטאָוו-אויפֿן-דאָן. פּעטשערסקיס העלדישקייט איז באַשטאַנען ניט בלויז אין דעם, וואָס ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿונעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר, נאָר אויך אין דעם, וואָס ער, ניט געקוקט אויף די אַלע אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך ווײַטער אונטערגעהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט זײַנע געווער־ברידער, צעשפּרייטע איבער דער גאַנצער וועלט. ביז זײַן טויט אין יאָר 1990 האָט פּעטשערסקי אומדערמידלעך געטאָן אַלץ, וואָס איז געווען אין זײַנע כּוחות, כּדי אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿון די, וועלכע זענען געפֿאַלן אין סאָביבאָר און באַשטראָפֿן די מיליטער־פֿאַרברעכער, וואָס האָבן געדינט אינעם טויט־לאַגער. לאַנגע יאָרן גייט אָן אַ שטילע אָבער אַ כּסדרדיקע פֿאַרניכטונג פֿון די אַרכיטעקטור־רײַכע ייִדישע קוואַרטאַלן אין דער אַלטער שטאָט לעמבערג. לעצטנס, האָט מען זיך גענומען פֿאַר דער שיל "חידושים" אָדער "יעקבֿ גלאַנזער־שיל" (געבויט פֿון 1840 ביזן יאָר 1843) — איינע פֿון די צוויי פֿאַרבליבענע שילן אין דער שטאָט, וועלכע געפֿינט זיך אין דער אַלטער היסטאָרישער קראָקער געגנט. דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער. נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים. אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350... אַ נײַעם קלאַפּ האָבן באַקומען די לײַט, וועלכע בענקען נאָך קאָמוניזם און דער סאָוועטישער סיסטעם. די טראַגישע געשעענישן אין קירגיזסטאַן האָבן ווידער אַ מאָל בולט געוויזן דעם אמתן פּרײַז פֿון דער סאָציאַליסטישער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט, אַ ווינקלשטיין פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע. אין זײַן צעפֿאַלונג האָט די סאָוועטישע סיסטעם אַנטפּלעקט איר ריכטיקן פּרצוף פֿון אַ קאָלאָניאַלער מלוכה, אַ יורש פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ניט צופֿעליק פֿאַרגלײַכט מען איצט די רוסיש-קירגיזישע באַציִונגען מיט די פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַציִונגען צווישן פֿראַנקרײַך און אירע קאָלאָניעס, בפֿרט צווישן פֿראַנקרײַך און רואַנדאַ בעת די בלוטיקע שחיטות דאָרטן. אַז מען שיקט מיר צו אַן אויסצוג פֿונעם ווילנער אָוונטבלאַט "וואַקאַראָ זשיניאָס" ווייס איך, אַז דאָרטן וועט זײַן שמוץ אויף ייִדן. נאָר אַזאַ אַנטיסעמיטישע בילערײַ ווי הײַיאָר, אין מערץ חודש, איז נאָך ניט געווען. אין ריגע איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ חורבן־קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט דער וועלט־קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די הויפּט־רעדנער זײַנען געווען דער דירעקטאָר פֿון ש. וויזענטאַל־צענטער אפֿרים זוראָף, דער אָנפֿירער פֿון דעם קאָנגרעס באָריס שפּיגל און דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל לעאָן גרינבערג. ס׳קומען שוין ווידער פֿאָר צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל־כּוחות אַרום דער "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און אויפֿן הר־הבית אין ירושלים, און ס׳זײַנען שוין ווידער פֿאַראַן צענדליקער אַרעסטירטע און פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט זיך אײַנשטעלן, סוף־כּל־סוף, אַ געוויסער שטילשטאַנד אויף די דאָזיקע פֿראָנטן און עס וועט קומען די ישועה צו דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם, וואָס הערשט צווישן די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים שוין העכער 60 יאָר. נישט לאַנג צוריק איז אין קעשענעוו אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע קאָנצערטן אונדזער בן־עיר, וואָס וווינט איצט אין אַמעריקע, דער באַקאַנטער פּיאַניסט און דיריגענט אַלכּסנדר פּאַלעי. ער קומט אַהער אָפֿט און שטענדיק ברענגט ער אינטערעסאַנטע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, סײַ ווי אַ פּיאַניסט און סײַ ווי דיריגענט. "ווען איך גיי אַרויס דאָ אויף דער בינע, פֿיל איך מײַן שליחות גאָר אַנדערש, ווי ווען איך שפּיל אין די גרעסטע זאַלן פֿון אייראָפּע אָדער אַמעריקע. מאָלדאָווע איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ איך נעם נישט קיין האָנאָראַר פֿאַר מײַנע אויפֿטריטן. יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצייכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צווישן־פּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוזק־"ווערטל": גועליציה. פֿון דעם וואָרט "גועל"־נפֿש, וואָס מיינט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטייען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע. יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. אין מאָלדאָווע איז ווידער אַ פּרעזידענטישער קריזיס. דאָס הייסט, אַז קאַנדידאַטן אויף צו פֿאַרנעמען דעם הויכן פּאָסטן פֿעלן נישט אויס, איין קלייניקייט — מע קען אים נישט אויסוויילן. נאָך די לעצטע וואַלן, איז צו דער מאַכט געקומען דער אַזוי גערופֿענער "אַליאַנץ פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע", וואָס האָט אין פּאַרלאַמענט 53 מאַנדאַטן. די קאָמוניסטישע אָפּאָזיציע האָט 48 מאַנדאַטן. כּדי אויסצוּוויילן דעם פּרעזידענט פֿון לאַנד, דאַרף דער קאַנדידאַט אָננעמען די מערהייט פֿון 61 שטימען. אין חודש אויגוסט איז צוגעטיילט געוואָרן אין "יד־ושם" אין ירושלים די אויסצייכענונג חסיד־אומות־העולם דעם פֿאַרשטאָרבֿענעם פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט געראַטעוועט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו אין דער צײַט פֿון חורבֿן. אין דעם צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור האָבן זיך באַטייליקט דער געראַטעוועטער הרבֿ לאַו, וועלכער איז דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ "יד־ושם", די טעכטער פֿון באַערטן חסיד־אומות־העולם יוליאַ סעלוטינאַ און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, וועלכע האָבן באַקומען דעם מעדאַל און דעם ערן־דאָקומענט אין נאָמען פֿון זייער פֿאָטער. מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער. |