אײראָפּע, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָסקווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף

די גלאָבאַלע דערוואַרעמונג האָט אונדזער לאַנד נישט אָנגערירט. פֿון חנוכּה ביז הײַנט באַלעבאַטעוועט דער פֿראָסט, באַזונדערס בײַנאַכט. די קעלט האָט אָבער נישט אָפּגע­שטעלט די אַקטיוויטעטן אינעם ייִדישן קהילה־צענטער, וואָס האָט אָפּגעמערקט זײַן צוויי־יאָריקן געבורטסטאָג. פֿאַרשטייט זיך, צוויי יאָר איז בלויז אַ קינדער־עלטער, לאָמיר אָבער נעמען אין באַטראַכט, וויפֿל גוטע זאַכן זײַנען געגרינדעט געוואָרן במשך פֿון דער צײַט סײַ פֿאַר די דער­וואַקסענע און סײַ פֿאַר קינדער.

פּובליציסטיק, ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ זילבערשטיין (2טער פֿון לינקס) קוקט אַרײַן אינעם הוילן שטאַם פֿונעם בוים, אין וועלכן ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן בעתן חורבן. לעבן אים שטייען: אַנאַ גערלאָוואַ, די טאָכטער פֿון זײַן ראַטירער; לעבן איר שטייט נתן איתן, דירעקטאָר פֿון "יד־ושם", און פֿון הינטן שטייט אַנטאָנין הראַדילעק, געהילף־אַמבאַסאַדאָר פֿון דער טשעכישער רעפּובליק אין ישׂראל.

רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָר­געקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע.

עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנער­קענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן פֿרוי אינאַ

ערבֿ־ראָש־השנה איז אין דער חב״ד־שיל, וואָס געפֿינט זיך אין קעשענעוו אויף דער גאַס אָנגערופֿן לכּבֿוד דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, פֿאָרגעקומען די הויפּט־אונטערנעמונג. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי. ער פֿירט אָן מיט דער קהילה שוין 15 יאָר. סײַ דער אונטערשטער גאָרן אין דער שיל און סײַ דער אייבערשטער — דער ווײַבערשער — זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. ייִדן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, האָבן זיך געוווּנטשן אַ גוט, געזונט יאָר.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער קאָנצערט לטובֿת

די הויפּט־טעמע אינעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ־חודש האָט דאָמינירט די טעמע — ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענטראַלע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם "יום־העצמאות" און "יום־ירושלים". אמת, צוליב דעם בײַט פֿון די אַמבאַסאַדאָרן, האָבן מיר דאָ געפֿײַערט דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג נישט אין אַפּריל, נאָר מיט אַ פֿאַר­שפּעטיקונג, דעם 14טן מײַ. אויפֿן אָרט פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין נעמי בן־עמי, איז געקומען דער קורצווײַליקער דיפּלאָ­מאַ­טישער ישׂראל־שליח אין מאָלדאָווע שחר אַריאלי. ער האָט טאַקע אָרגאַניזירט דעם פֿײַערלעכן אויפֿנעם, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען די מיטגלידער פֿון דער מאָל­דאַווישער רעגירונג, פּארלאַמענט־דע­פּו­טאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַנדערע געסט.

פּאָליטיק, אײראָפּע
בראָניסלאַוו גערעמעק

דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָרי­קער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניס­טי­שע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען.

פּאָליטיק, נײַעס
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991.

פּאָליטיק, אַמעריקע
פֿון דניאל טרײַטמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מאַניפֿעסטאַציע קעגן דער איראַקער מלחמה, דעם 27סטן יאַנואַר, אין וואַשינגטאָן

די אַנטי־מלחמה-אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט לעצטנס אָנגעפֿירט מיט דער ריזיקער מאַניפֿעסטאַציע אין וואַשינגטאָן קעגן דער איראַק־מלחמה, פּלאַנירט איצט אַ צווייטע מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין דער אַמעריקאַנער קרוינשטאָט. דאָס מאָל וועט דער ציל פֿון זייער אומצופֿרידנקייט זײַן מדינת־ישׂראל.

דעם מאַרש פֿונעם 27סטן יאַנואַר, בײַ וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער טויזנטער מענטשן, האָט אָרגאַניזירט די גרופּע United for Peace and Justice (פֿאַראייניקט לטובֿת שלום און גערעכטיקייט) — אויך באַקאַנט דורך די ראשי־תּיבֿות "יו־עף־פּי־דזשיי". די זעלבע גרופּע האָט איצט אָנגעהויבן פּלאַנירן, בשותּפֿות מיט דער אָרגאַניזאַציע "אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע צו לייזן די ישׂראל־אָקופּאַציע", אַ צוויי־טאָגיקע דעמאָנסטראַציע אין יוני, מיטן נאָמען "די וועלט זאָגט ׳ניין׳ צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע".

אײראָפּע, קהילה־לעבן

וועראַ קריזשאַק אין איר קעשענעווער ביוראָ
די מיטאַרבעטאָרין פֿונעם ישׂראל־"דזשוינט", וועראַ קריזשאַק, איז געשטאַנען בראָש דער פֿאָרשטייערשאַפֿט אין מאָלדאָווע פֿינף יאָר. סוף 2006 האָט זיך איר שליחות פֿאַרענדיקט און פֿאַרן אַוועקפֿאָרן אַהיים, קיין ישׂראל, האָט זי געהאַט אַ קורצן שמועס מיט אונדזער קאָרעספּאָנדענט אין מאָלדאָווע סערגאָ בענגעלסדאָרף.

פּובליציסטיק, אַמעריקע, געזונט
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

 אַ גרופּע אָנגעשטעלטע בײַם
דער פּלאַן צו רעפֿאָרמירן די ריזיקע, פּראָבלעמאַטישע ניו־יאָרקער שפּיטאָל־אינדוסטריע, האָט אַרויסגערופֿן אַ היפּש ביסל נערוועזקייט בײַ די אײַנוווינער פֿונעם שטאַט, צוליב זײַן רעקאָמענדאַציע צו שליסן נײַן שפּיטאָלן און אין גאַנצן איבערמאַכן 48 אַנדערע. די שפּיטאָל־אינדוסטריע אין ניו־יאָרק איז באַקאַנט ווי די גרעסטע אין אַמעריקע, אָבער איר פֿינאַנציעלער מצבֿ איז אויך דער סאַמע ערגסטער, האָבנדיק פֿאַרלוירן געלט די לעצטע אַכט יאָר נאָך אַנאַנד.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע ״אוהל־יעקבֿ״־שיל אין מינכן
אַזוינס האָט מינכן שוין לאַנג נישט געזען. דעם 9טן נאָוועמבער, אין דער פֿרי, באַגלייט פֿון טויזנטער פּאָליציאַנטן, איז איבערן צענטער פֿון דער שטאָט דורכגעגאַנגען אַ פּראָצעסיע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט די פּאָליטישע גדולים פֿון דײַטשלאַנד: פּרעזידענט האָרסט קיאָלער, וויצע־קאַנצלער, דער ספּיקער פֿון בונדעסטאַג, מיניסטער־פּרעזידענט פֿונעם לאַנד בײַערן, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, פֿירער פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, דער בירגעמײַסטער פֿון מינכן און דער מינכנער עפּיסקאָפּ, ווי אויך אַ סך געסט פֿון אויסלאַנד — דער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, עדגאַר בראָנפֿמאַן; דער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין דײַטשלאַנד — בסך־הכּל איבער טויזנט מענטשן. אין דער ערשטער ריי האָט מען געקאָנט זען די רבנים מיט ספֿרי-תּורה פֿון דער אַלטער שיל. די גאַנצע פּראָצעסיע איז געגאַנגען צו דער נײַער שיל "אוהל־יעקבֿ".

אַמעריקע
פֿון

אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס ווערן פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם, מעג מען פֿאַרהאַלטן אויף אַן אומבאַגרענעצטער צײַט, און זיי האָבן נישט קיין רעכט אָנצוקלאָגן וועגן דעם אין די ציווילע געריכטן, האָט מאָנטיק דערקלערט די בוש־אַדמיניסטראַציע. דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער לעגאַלער וויכּוח אינעם קאַמף פֿאַר די רעכט פֿון די אַרעסטאַנטן, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם.