יעקבֿ זילבערשטיין (2טער פֿון לינקס) קוקט אַרײַן אינעם הוילן שטאַם פֿונעם בוים, אין וועלכן ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן בעתן חורבן. לעבן אים שטייען: אַנאַ גערלאָוואַ, די טאָכטער פֿון זײַן ראַטירער; לעבן איר שטייט נתן איתן, דירעקטאָר פֿון "יד־ושם", און פֿון הינטן שטייט אַנטאָנין הראַדילעק, געהילף־אַמבאַסאַדאָר פֿון דער טשעכישער רעפּובליק אין ישׂראל. |
רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם"
מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע.
עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער.
ווי באַוווּסט, געפֿינט זיך אין "יד־ושם" אַ גאָרטן מיט אַלעען פֿון ביימער געפֿלאַנצט לכּבֿוד די וואָס האָבן פֿאַרדינט דעם דאָזיקן טיטל. אויף די טאָוולען, בײַ יעדן בוים, ווערן אָנגעגעבן זייערע נעמען, זייער אָפּשטאַם און זייער זעלטענער העראָיִשער טאַט. דער דאָזיקער אַקט באַשטעטיקט דעם פֿאַקט, אַז עס זענען דאָך געווען אַ צאָל געוואַגטע קריסטן, וועלכע האָבן אײַנגעשטעלט זייערע לעבנס און די לעבנס פֿון זייערע משפּחות, כּדי צו ראַטעווען אַ יחיד, אָדער אַ גרופּע גערודפֿטע, שוצלאָזע ייִדן, ניט געקוקט אויף די סכּנות וואָס האָבן געלויערט אויף זיי.
דער "יד־ושם" אין ירושלים דריקט זיי אַלעמען אויס אין נאָמען פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, און אין נאָמען פֿון ייִדישן פֿאָלק בכלל די אָנערקענונג, דאַנק און כּבֿוד פֿאַר זייערע העלדישע, נאָבעלע טאַטן. די מאָטיוון פֿאַר דער ערשטער צערעמאָניע זענען געווען זעלטענע און מערקווירדיקע, אַזוינס איז נאָך ניט געשען אין דער געשיכטע פֿון "יד־ושם".
יעקבֿ זילבערשטיין, דער 83־יאָריקער, געראַטעוועטער פֿון טויט, האָט אַריבערגעבראַכט פֿון טשעכישן דאָרף שוניקל, וואָס געהערט איצט צו בהעמען, דעם אַלטן, שווערן אויסגעהוילטן שטאַם פֿון אַ בוים אין וועלכן ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן, ווען די דײַטשן זענען געקומען אין יאָר 1945 אין דאָרף זוכן אַנטלאָפֿענע ייִדן פֿון "טויטמאַרש" פֿון אוישוויץ.
יעקבֿ זילבערשטיין איז געווען איינער פֿון די אַנטלאָפֿענע.
גאַנצע דרײַ יאָר האָט ער אָפּגעשמאַכט אין דעם טויטלאַגער אוישוויץ, וווּ ער האָט געאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע שווערע אַרבעטן, צווישן אַנדערע האָט ער אויך גערייניקט דאָרטן די קוימענס.
די נאָבעלע קריסטין יאַנאַ סאַדאָוואַ האָט אויסבאַהאַלטן יעקבֿ זילבערשטיין און נאָך דרײַ אַנטלאָפֿענע פֿון דעם "טויטמאַרש" אויף דעם בוידעם פֿון איר דאָרפֿיש הויז. ווען דער פֿראָנט האָט זיך דערנענטערט האָבן די אומגעדוקלדיקע באַהאַלטענע ייִדן געמיינט, אַז די דײַטשן האָבן זיך שוין צוריקגעצויגן און די רויטע אַרמיי איז שוין אַרײַן אין דאָרף. די קריסטין האָט זיי געוואָרנט ניט צו פֿאַרלאָזן זייער באַהעלטעניש, זיי האָבן זי אָבער ניט געפֿאָלגט און זענען דאָך אַרויס אין דרויסן. דער איינציקער, וועלכער איז פֿאַרבליבן אין דער באַהעלטעניש איז געווען יעקבֿ זילבערשטיין.
עס האָט ניט געדויערט לאַנג, ווי די דײַטשישע זעלנער האָבן זיי געכאַפּט אין איינעם פֿון די געסלעך אין דאָרף און זיי דערשאָסן אויפֿן אָרט.
נאָך דער באַפֿרײַונג איז זילבערשטיין אַוועק קיין פּוילן צו זוכן זײַן משפּחה. ער האָט קיינעם פֿון זיי ניט געפֿונען אין זײַן היימשטאָט, האָט ער זיך באַזעצט אין שטוטגאַרט, דײַטשלאַנד, און געאַרבעט דאָרטן ווי אַ יוּוועליר.
צען יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג, האָט זילבערשטיין באַשלאָסן אויפֿצוזוכן זײַן רעטערין, ער האָט ניט געדענקט איר נאָמען און ווי אַזוי מען האָט גערופֿן דעם דאָרף וווּ ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן. ער האָט געהאַט אַ דראַנג זיך צו טרעפֿן מיט זײַן רעטערין און זי אָפּדאַנקען פֿאַר איר ראַטעווען אים פֿון אַ זיכערן טויט, פֿון די הענט פֿון די דײַטשן.
ער איז עטלעכע מאָל געפֿאָרן קיין טשעכיע און זיך באַמיט אויסצוזוכן די קריסטין וואָס האָט אים געראַטעוועט. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט ער זיך באַגעגנט מיט דעם טשעכישן היסטאָריקער וואַסילי זשדאַנעק, וועלכער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דעם זשורנאַליסט פֿראַנטישעק קרײַזשעק און אים געבעטן אָפּצודרוקן אַ מעלדונג אין אַ לאָקאַלער צײַטונג, אַז מען זוכט די פֿרוי יאַנאַ סאַדאָוואַ פֿון דעם דאָרף שוניקל. אַ שכן פֿון דער קריסטין האָט זיך אָפּגערופֿן און דערציילט, אַז ער קען איר טאָכטער, איר נאָמען איז אַנאַ קאַרלאָוואַ און איר מוטער, יאַנאַ סאַדאָוואַ, איז שוין לאַנג געשטאָרבן.
מיט דרײַ און אַ האַלבן יאָר צוריק האָט זילבערשטיין זיך געטראָפֿן מיט דער טאָכטער. זי האָט אים אַוועקגעפֿירט צום אָרט וווּ עס איז אַמאָל געשטאַנען איר מוטערס הויז און וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער בוים, אין וועלכן ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן, אַ דאַנק וועלכן ער האָט זיך געראַטעוועט פֿון די דײַטשישע הענט.
פֿון דער ווײַטנס, אין דעם פֿאַרוואַקסענעם פֿעלד, האָט זילבערשטיין באַמערקט די שטאַמען פֿון צוויי אָפּגעזעגענע ביימער. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז אין איינעם פֿון זיי האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן, און אַ דאַנק אים, איז ער געבליבן בײַם לעבן. מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ, איז ער צוגעגאַנגען צום אויסגעהוילטן שטאַם און גלײַך דאַן באַשלאָסן, אַז ער מוז עס אַריבערברענגען קיין ירושלים אין "יד־ושם", עס זאָל שטיין דערנעבן דעם בוים, וועלכן ער האָט פֿאַרפֿלאַנצט דאָרטן, לכּבֿוד זײַן רעטערין אַנאַ סאַדאָוואַ, ווען זי איז דערקלערט געוואָרן, ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם" מיט 2 יאָר צוריק.
ער האָט פֿאָרגעשלאָגן זײַן פּלאַן צו דער לייטונג פֿון "יד־ושם". זיי האָבן אים אָנגעקוקט, ווי ער וואָלט געווען משוגע, — האָט ער דערציילט פֿאַר די פֿאַרזאַמלטע בײַ דער צערעמאָניע. נאָך לאַנגע דיסקוסיעס און פֿאַרהאַנדלונגען זענען זיי סוף־סוף מסכּים געווען. ער האָט זיי פֿאַרזיכערט, אַז ער וועט דעקן אַלע נייטיקע הוצאות וואָס וועלן זײַן פֿאַרבונדן מיט דער טראַנספּאָרטאַציע פֿון דעם דאָזיקן שטאַם קיין ירושלים.
ער האָט זײַן צוזאָג געהאַלטן. צו דער צערעמאָניע פֿון אַוועקשטעלן דעם שווערן, דיקן שטאַם אין אַ בכּבֿודיקן פּלאַץ אין דער אַלעע, נאָענט פֿון דעם בוים מיט דעם שילד וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אנאַ סאַדאָוואַ, דער רעטערין פֿון יעקבֿ זילבערשטיין. ער האָט אויך געבראַכט צו דער צערעמאָניע אין "יד־ושם", און געדעקט די רײַזע־הוצאות, פֿון איר טאָכטער אַנאַ קאַרלאָוואַ און דעם טשעכישן זשורנאַליסט פֿראַנטישעק קרײַזשעק, וועלכער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די מעלדונג אין דער טשעכישער צײַטונג, אַ דאַנק וועלכער די טאָכטער פֿון דער רעטערין האָט זיך באַגעגנט מיט דעם געראַטעוועטן ייִדן יעקבֿ זילבערשטיין, וואָס האָט סוף־כּל־סוף געבראַכט צו דער רעאַליזירונג פֿון דעם אויסנעמלעכן און אויסטערלישן פּלאַן, צו ברענגען דעם אויסגעהוילטן שטאַם, אַזש פֿון טשעכישן דאָרף קיין "יד־ושם" אין ירושלים.
די צערעמאָניע אין "יד־ושם" איז געווען זייער אַ רירנדיקע און האָט אויף אַלעמען געמאַכט אַ טיפֿן רושם.