- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די לעצטע חדשים זײַנען מיר געוואָרן עדות, ווי אין די געוועזענע סאַטעליטן־לענדער — סײַ פֿון די, וואָס זײַנען געווען אַ טייל פֿונעם געקראַכטן ראַטן־פֿאַרבאַנד און סײַ די אומאָפּהענגיקע מדינות — קומט פֿאָר אַן אויפֿברויז פֿון אַנטי־רוסישע שטימונגען. מיר וועלן דאָ זיך נישט אַרײַנלאָזן אינעם באַטראַכטן די סיבות פֿון דער דערשײַנונג; זיי ליגן באַגראָבן אין טיפֿע היסטאָרישע און אידעאָלאָגישע שיכטן פֿון צווישנבאַציִונגען. מיר ווילן בלויז באַטאָנען, אַז ווי אַ רעזולטאַט און אַ קרבן פֿון אָט די דערשײַנונגען זײַנען געפֿאַלן, קודם־כּל, די דענקמעלער, לזכּרון די אומגעקומענע סאָוועטישע סאָלדאַטן, בעתן באַפֿרײַען די דאָזיקע פֿעלקער פֿון דער נאַצישער אָקופּאַציע. דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגעקומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידלמאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [—הפֿסקה], אָבער איך האָב נישט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס. די מילכיקע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס מע געפֿינט הײַנט אין אַמעריקע סערווירן מער אָדער ווייניקער די זעלבע זאַכן: פּיצע, פֿאַלאַפֿעל, שניטקעס (סענדוויטשעס) און סאַלאַטן — מיט אַנדערע ווערטער, מאָדערן שנעל־עסן. דער רעסטאָראַן "דײַמאָנד דערי" (Diamond Dairy), אין מאַנהעטן, איז אָבער אין גאַנצן אַנדערש. דאָ עסט מען די היימישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים, וואָס אונדזערע באָבעס פֿלעגן מאַכן: בלינצעס, קאַרטאָפֿל-פּיראָגן, באָרשט, לאָקשן מיט קרויט. די פּאַלעסטינער האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו צעשטערן דעם "יום־העצמאות" און אין דער צײַט, ווען די גאַנצע מדינה האָט געפֿײַערט מיט פֿרייד דעם יום־טובֿ, האָט דער "כאַמאַס" געשיקט פֿון עזה 10 קאַסאַם־ראַקעטן קיין שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים אין נגבֿ און פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע, אַז דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז געקומען צו אַ סוף און, אַזוי ווי די אונטערהאַנדלונגען פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט האָבן נישט געבראַכט קיין רעזולטאַטן, פּלאַנירט דער "כאַמאַס" צו פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס. אין פֿערברואַר, 2007, איז געוואָרן 50 יאָר נאָכן טויט פֿונעם גרויסן אידעאַליסט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג אין די 1940ער און 1950ער יאָרן, ווי דער דירעקטאָר פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע," און רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן — "אויפֿן שוועל". צווישן זײַנע פּראָיעקטן צו באַזעצן ייִדן מחוץ ארץ־ישׂראל איז געווען דער "סורינאַם"־פּראָיעקט אין דרום־אַמעריקע, און דער "קימבערלי־פּראָיעקט" אין די וויסטעס פֿון אויסטראַליע. אמת, זײַנע חלומות, ווי אויך די שטרעבונגען פֿון די אַנדערע טעריטאָריאַליסטן, אויפֿצושטעלן אַ ייִדישלאַנד זענען נישט צו שטאַנד געקומען. אין אָנהייב פֿון דער פּרשה "בהר" ווערט דערקלערט די מיצווה פֿון שמיטה: יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד. די קומענדיקע שמיטה הייבט זיך אָן שפּעטער מיט פֿינף חדשים, אינעם יאָר ה׳ תּשס״ח. דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין אויף די אומבאַאַרבעטע פֿעלדער במשך פֿונעם שמיטה-יאָר, טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן; אַלע אומבאַצוימטע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אַחוץ דעם, ווערן בעת דער שמיטה בטל אַלע חובֿות — הגם, כּדי די קרעדיטאָרן זאָלן נישט מורא האָבן צו אַנטלײַען געלט, האָבן די חז״ל אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלן קאָנטראַקט, "פּרוזבול", וואָס דערמעגלעכט זיי צו פֿאָדערן דעם חובֿ נאָכן שמיטה-יאָר.
דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָריקער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניסטישע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען. לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרעמע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס. די טעאַטער־קריטיקער פֿון דער פֿרעמדער פּרעסע אין ישׂראל באַגעגענען זיך גאַנץ אָפֿט. מ'טרעפֿט זיך, אָבער קיין חבֿרים זײַנען מיר נישט. גאַנץ זעלטן מאַכט מען אַ קאָמענטאַר נאָך אַ געוויסן ספּעקטאַקל, און אויב יאָ, איז עס אויך אויבערפֿלעכלעך, קיינער זאָל, חלילה, נישט צוגנבֿענען בײַם אַנדערן די טיפֿזיניקע אידעע, וואָס ער האָט נישט ווילנדיק אַרויסגעזאָגט. פֿון אַזוי פֿיל מאָל טרעפֿן זיך, פֿון אַזוי פֿיל פֿאָרן צוזאַמען אויף ווײַטע שטרעקעס, שאַפֿט זיך דאָך אַן אָנגעהעריקייט, קיין פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאָרט נישט. דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קריטישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָוועטישער רעזשים איז געוואָרן מילדער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָריטאַרער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּעריאָדישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּובליקאַציעס, עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קולטורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך. הלל ראָגאָף האָט אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון 'פֿאָרווערטס'" אַ באַזונדערן קאַפּיטל וועגן די "בונדיסטישע שרײַבער" פֿון "פֿאָרווערטס". ער דערציילט: "בײַ אַב. קאַהאַן איז געווען אָנגענומען, אַז אַ שרײַבער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ בונדישער רעדאַקציע, קען ניט טויגן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס'. און ווען מען האָט מיט אים גערעדט וועגן אָנשטעלן אַזאַ שרײַבער אָדער באַשטעלן בײַ אים אַרטיקלען, איז זײַן ערשטע רעאַקציע געווען 'ניין'. ער האָט זיך פֿאַר אַזוינע שרײַבער 'געשראָקן'. כ׳ווייס נישט וואָס דאָס איז, איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך, נאָר ווען איך האָב געלייענט, אַז מען לערנט שוין ייִדיש אין בענקאַק, בין איך געבליבן דערשטוינט ביז גאָר. ווי קומט ייִדיש אין יענע מקומות? איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ישׂראלים אין טײַלאַנד, אין אינדאָנעזיע, אין אינדיע, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. און ווי נאָר זיי באַזעצן זיך אין יענע מקומות, אַזוי עפֿנט מען געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און סופּערמאַרקעטן. |