מײַקל שייבאָן |
אין פֿערברואַר, 2007, איז געוואָרן 50 יאָר נאָכן טויט פֿונעם גרויסן אידעאַליסט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג אין די 1940ער און 1950ער יאָרן, ווי דער דירעקטאָר פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע," און רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן — "אויפֿן שוועל". צווישן זײַנע פּראָיעקטן צו באַזעצן ייִדן מחוץ ארץ־ישׂראל איז געווען דער "סורינאַם"־פּראָיעקט אין דרום־אַמעריקע, און דער "קימבערלי־פּראָיעקט" אין די וויסטעס פֿון אויסטראַליע. אמת, זײַנע חלומות, ווי אויך די שטרעבונגען פֿון די אַנדערע טעריטאָריאַליסטן, אויפֿצושטעלן אַ ייִדישלאַנד זענען נישט צו שטאַנד געקומען. אָבער, דער טעריטאָריאַליסטישער געדאַנק האָט אָנגעצונדן די אוטאָפּישע פֿאַנטאַזיע פֿון אַ חשובֿן סעקטאָר פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ, סײַ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, סײַ נאָכן חורבן, וואָס האָט געזוכט אַ מקום־מיקלט, פֿיזיש און גײַסטיק. דער חלום פֿון אַן אַלטערנאַטיוון "ייִדישלאַנד" האָט ווײַטער געלעבט נאָך דער "פֿרײַלאַנד־ליגע", און קינסטלער, ווי דער קאַריקאַטוריסט, בען קאַטשאָר, אין זײַן כּמו־היסטאָרישן "קאָמיקס"־ראָמאַן — "דער ייִד פֿון ניו־יאָרק" [The Jew of New York] — זענען אויך געבליבן פֿאַרכאַפּט מיט דער מעגלעכקייט.
איצט באַווײַזט זיך, כּמעט ווי אַן אָדע צו שטיינבערגס חלום, מײַקל שאַבאָנס לאַנג־דערוואַרטער ראָמאַן " The Yiddish Policeman‘s Union" [די ייִדישע פּאָליציי־יוניאָן], אַ דעטעקטיוו־פֿאַנטאַזיע וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקער טעריטאָריע אין אַלאַסקאַ, וווּ מיליאָניען ייִדן, שארית־הפּליטה פֿון מיזרח־אייראָפּע און פֿון אַ דורכגעפֿאַלענער מדינה אין ישׂראל, האָבן זיך באַזעצט אין די 1940ער יאָרן. פֿאַר וואָס "לאַנג־דערוואַרט"? ווײַל מײַקל שייבאָן איז איינער פֿון די אָנגעזעענסטע בעלעטריסטישע שרײַבער הײַנט אין אַמעריקע. זײַן פֿריִערדיקער ראָמאַן, "קאַוועליר און קליי", וועגן צוויי ייִדישע בחורים און זייער אַנטוויקלונג פֿון "קאָמיקס" האָט געוווּנען דעם "פּוליצער"־פּריז, און ווערט פֿאַררעכנט ווי איינס פֿון די בעסטע ווערק אין די לעצטע צען יאָר. שייבאָן איז סײַ קאָמיש, סײַ טיף, און קען אויפֿפֿרישן אויסגעדראָשענע ליטעראַרישע זשאַנערן, ווי ער באַווײַזט אין דער איצטיקער דעטעקטיוו־מיסטעריע.
עס איז אָבער פֿאַראַן אַ פֿאָרגעשיכטע צו דעם ראָמאַן, וואָס איז כּדאַי צו דערציילן דעם ייִדיש־לייענער. אין די יאָרן 1996־1997 האָט מײַקל שייבאָן אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דעם ביכל "זאָגט עס אויף ייִדיש", פֿון אוריאל און בינע ווײַנרײַך. דאָס ביכל איז געווען געצילט פֿאַר טוריסטן וואָס האָבן געדאַרפֿט וויסן ווי צו זאָגן, למשל, "ווען פֿאָרט אָפּ די שיף?" אויף ייִדיש. האָט שייבאָן זיך אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ שמייכל, אין וואָסער לאַנד וואָלטן די ייִדיש־רעדערס מיט דעם ביכל זיך באַניצט? זײַן עסיי איז געווען אַ קאָמישע, און האָט אַרויסגערופֿן אַ שטורמישע רעאַקציע בײַ די ייִדישיסטן אויף דער "מענדעלע" וועב־רשימה. ווי דערוועגט זיך דער מחבר צו האָבן ספֿקות וועגן דער ניצלעכקייט פֿון די אויסדרוקן? די רעאַקציע איז געווען אַ שאַרפֿע, מסתּמא צו שאַרף פֿאַר אַזאַ אַרטיקל אין אַ לײַכטן טאָן. אין יענער דיסקוסיע האָבן אָנטיילגענומען טאַקע בינה ווײַנרײַך (אומדירעקט) און ד״ר מרדכי שעכטער. שייבאָן האָט זיך דערוווּסט וועגן דער דיסקוסיע און האָט זיך פֿאַרטיידיקט. אין אַן אַרטיקל אין די "ניו־יאָרק טײַמס" האָט שייבאָן אָקערשט דערציילט, אַז זײַן ראָמאַן האָט ער אין אַ געוויסער מאָס אָנגעשריבן "אויף צו להכיעס" יענע קריטיקער.
לייענענדיק דעם ראָמאַן, באַמערקט מען, אַז איינע פֿון די הויפּט־כאַראַקטערן הייסט בינה — אַ רמז אויף בינה ווײַנרײַך? און אַ טייל פֿון דער מעשׂה קומט פֿאָר אויפֿן טשערנאָוויץ־אינדזל — אַ רמז אויפֿן טשערנאָוויצער מ. שעכטער? עס איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז שייבאָן האָט דאָס טאַקע אין זינען געהאַט, ווײַל ער איז אַ מײַסטער פֿון שפּילעוודיקייט אין שפּראַך, געדאַנק און סטיל.
די באַפֿעלקערונג פֿון דער מלוכה־טעריטאָריע, וואָס געהערט די ייִדן הייסט סיטקאַ, און די אײַנוווינער רעדן אויף ייִדיש. אָבער אַזוי ווי דער ראָמאַן איז געשריבן אויף ענגליש, האָט שייבאָן געדאַרפֿט שאַפֿן אַן ענגלישן סטיל וואָס זאָל האָבן אַ ייִדישן טעם; אַ שווערע עובֿדה. דאָס איז אים טאַקע געלונגען, כאָטש נישט אויף הונדערט פּראָצענט. ווען מע קען גוט ייִדיש, קלינגען די ייִדישיזמען אויף ענגליש צו מאָל ווי אויף חוזק. למשל, די ייִדן רופֿן איינער דעם אַנדערן "ייִד", "Yid", און דאָס איז נישט אַהין, נישט אַהער, אַ באַליידיקונג אויף ענגליש, און נישט קאָמיש אויף ייִדיש.
דער דעטעקטיוו, מאיר לאַנדסמאַן, פּרוּווט געפֿינען, ווער עס האָט דערהרגעט דעם שאַך־שפּילער, לאַנסקי, מיט דער הילף פֿון זײַן פּאָליציי־שותּף, אַ האַלבער ייִד, האַלבער טלינגיטער, בערקאָ, (די טלינגיטער זענען די אינדיאַנער פֿון דער אַלאַסקער געגנט). צו אַלע לאַנדמאַנס צרות מוז די סיטקאַ־טעריטאָריע זיך אומקערן צוריק צו אַמעריקע אין 6 חדשים אַרום, און די ייִדן וועלן ווידער זײַן אין גלות; די צוקונפֿט פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע פּאָליציאַנטן איז אַן אומזיכערע.
מײַקל שייבאָן האָט געשאַפֿן אַ וווּנדערלעכן אוניווערס אינעם ראָמאַן וואָס קאָמבינירט סײַ עלעמענטן פֿון אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור, סײַ פֿון דער ייִדישער קולטור. נישט אַלע מאָל כאַפּט ער קאָרעקט, לויט אונדזער מיינונג, דאָס פּינטעלע ייִד. למשל, לאַנדמאַן ווינטשט בערקאָ "מזל־טובֿ" בײַם הערן די בשׂורה, אַז זײַן ווײַב טראָגט. צוליב אַן עין־הרה, וואָלט מען דאָס נישט באַדאַרפֿט ווינטשן ביז דאָס קינד ווערט געבוירן.
מער וויכטיק איז אָבער שאַבאָנס חריפֿות, הומאָר און חכמה אין זײַן שרײַבן, און די הנאה פֿון דעם דעקט אַלע בלויזן. אַ סך עיקרדיקע ענינים ווערן באַהאַנדלט אינעם ראָמאַן לגבי ייִדן — גלות, כאַראַקטער, אונדזער צוקונפֿט, אונדזער עבֿר — און שייבאָן שרײַבט וועגן זיי טיף און מיט פֿאַרשטאַנד.