די פּאַלעסטינער האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו צעשטערן דעם "יום־העצמאות" און אין דער צײַט, ווען די גאַנצע מדינה האָט געפֿײַערט מיט פֿרייד דעם יום־טובֿ, האָט דער "כאַמאַס" געשיקט פֿון עזה 10 קאַסאַם־ראַקעטן קיין שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים אין נגבֿ און פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע, אַז דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז געקומען צו אַ סוף און, אַזוי ווי די אונטערהאַנדלונגען פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט האָבן נישט געבראַכט קיין רעזולטאַטן, פּלאַנירט דער "כאַמאַס" צו פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס.
די דעקלאַראַציע פֿון "כאַמאַס" און דער טעראָריסטישער אַטאַק האָבן געשאַפֿן טיפֿע חילוקי־דעות אין ישׂראל צווישן דער אַרמיי און דעם שב״כּ, די זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע. די אַרמיי איז געווען בײַ דער מיינונג, אַז מען מוז אויספֿירן אַ גרויסן אַטאַק אין עזה און איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל ליקווידירן דעם פּאַלעסטינער טעראָר. דער שב״כּ האָט מורא געהאַט, אַז אַזאַ אַטאַק וועט דעם טעראָר נישט ליקווידירן, אָבער אין גאַנצן צעשטערן די ציווילע דינסטן, וואָס ווערן דערטיילט דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג און דאָס געפֿינט זיך נישט, לויטן שב״כּ, אין די אינטערעסן פֿון ישׂראל. דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט האָט באַשלאָסן דערווײַל נישט דורכצופֿירן אַ טיפֿע אַקציע אין עזה און זיך באַגיין מיטן דערמעגלעכן די לאָקאַלע אָפֿיצירן צו רעאַגירן גלײַך, אָן דער באַדערפֿעניש פֿון אַ באַשטעטיקונג פֿון דער הויכער קאָמאַנדע.
דער פּאַלעסטינער טעראָר עקזיסטירט זינט די 50ער יאָרן, ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אַרײַנדרינגונגען פֿון די "פֿעדאַיִן", וועלכע האָבן צוגעבראַכט צו דער סיני־קאַמפּאַניע. די סיני־קאַמפּאַניע האָט געהאַט דעם צוועק צו ליקווידירן די "פֿעדאַיִן"־באַזעס אינעם סיני האַלב־אינדזל און אין עזה, אָבער זי האָט עס נישט דערגרייכט. דער טעראָר האָט זיך געשטאַרקט נאָך מער נאָך ישׂראלס גרויסן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. דאַן האָבן זיך אָנגעהובן די פֿאַרכאַפּונגען פֿון עראָפּלאַנען און טעראָר־אַקטן קעגן ישׂראלים אין אויסלאַנד; אַרײַנדרינגען אין ישׂראל פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע און טעראָר־אַקטיוויטעטן פֿון די אָרטיקע פּאַלעסטינער אויף די אָקופּירטע שטחים.
אין די 1970ער יאָרן זענען געשיקט געוואָרן פֿון אויסלאַנד אַ גרויסע צאָל קאָנווערטן (בריוו), אָנגעפֿילט מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל, צו ישׂראלים און ייִדישע פּערזענלעכקייטן אין דער וועלט. די ישׂראלים זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך די טעראָריסטן אין הײַזער, סופּערמאַרקעטן, פּאַרקיר־פּלעצער און אוניווערסיטעט־קאַפֿעטעריעס. מען האָט געוואָרפֿן באָמבעס אויף ישׂראל־אַמבאַסאַדעס און געשעפֿט־אונטערנעמונגען.
אין וואַשינגטאָן איז דערמאָרדעט געוואָרן דער געהילף בײַם ישׂראלדיקן מיליטערישן אַטאַשע, אין מאַדריד — אַ ישׂראלדיקער אַגענט, אין ניקאָסיִאַ — אַ ישׂראלדיקער סוחר, און אין רוים — אַ באַאַמטער פֿון "אל־על". עס זענען אַרעסטירט געוואָרן אַראַבישע טעראָריסטן מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל אין ענגלאַנד, גריכנלאַנד, ציפּערן, עסטרײַך און טײַלאַנד. 47 פּאַסאַזשירן און די מאַנשאַפֿט פֿון אַ "סוויסאייר"־עראָפּלאַן זענען דערמאָרדעט געוואָרן איבער שווייץ.
אין סעפּטעמבער 1972 איז פֿאָרגעקומען דער גרויזאַמער מאָרד פֿון די 11 ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אויף דער אָלימפּיאַדע אין מינכן. אָבער אויך דאָס האָט נישט געענדערט די לאַגע: די טעראָר־אַקטן קעגן ישׂראל האָבן זיך נישט אָפּגעשטעלט און די וועלט האָט ממשיך געווען זיך צוצוקוקן. אָבער ישׂראל האָט נישט געשוויגן, און לויטן באַפֿעל פֿון פּרעמיער־מיניסטער גאָלדע מאיר, האָט דער "מוסד" ליקווידירט די מערדער פֿון מינכן איינעם נאָכן אַנדערן.
ישׂראל און די ישׂראלים זענען געווען זייער שטאָלץ מיט דעם, אָבער דעם טעראָר האָבן מיר נישט ליקווידירט און אַפֿילו נישט פֿאַרקלענערט. ערשטנס, ווײַל קיין שום מאָדערנע מדינה האָט נישט מצליח געווען צו ליקווידירן דעם טעראָר. צווייטנס, ווײַל דער פּאַלעסטינער טעראָר איז אַ סטראַטעגישער.
אין מײַ 1964 איז געשאַפֿן געוואָרן די פּ.ל.אָ., די אָרגאַניזאַציע פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַלעסטינע, מיטן "פּאַלעסטינער טשאַרטער". אין אויגוסט, 1968 איז דער "טשאַרטער" רעדאַגירט געוואָרן פֿון דאָס נײַ און אין אים איז באַשטימט געוואָרן דער סטראַטעגישער ציל פֿון דער אָרגאַניזאַציע: "אַריבערפֿירן אויף די שטחים, אָקופּירט דורך ישׂראל אין ,1967, אַלע ווידערשטאַנד־באַזעס, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דעם ווידערשטאַנד אין אַ באַוואָפֿנטער פּאַלעסטינער פֿאָלקס־מלחמה, וואָס זאָל אונטערגראָבן דעם לעבנס־אופֿן אין ישׂראל; אָפּהאַלטן די עליה, דערמוטיקן די ירידה — דאָס פֿאַרלאָזן פֿון לאַנד — פֿאַרניכטן דעם טוריזם, אָפּשוואַכן די עקאָנאָמיע און אָפּווענדן די גרעסטע טייל פֿון אירע אײַנקונפֿטן צו די זיכערהייט־באַדערפֿענישן. מיט איין וואָרט, מאַכן אוממעגלעך פֿאַר די ציוניסטן דאָס לעבן אין זייער מדינה".
דעם באַגריף "פֿאָלקס־מלחמה" האָבן די פּאַלעסטינער איבערגענומען פֿון די באַפֿרײַאונג־באַוועגונגען — אין כינע און אין צפֿון־וויעטנאַם, אין אַלזשיריע און דרום־אַמעריקע. בעת יאַסיר אַראַפֿאַט האָט באַזוכט צפֿון־וויעטנאַם, האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן גענעראַל וווּ נגיאַן גיאָפּ, וועלכער האָט זיך גערעכנט פֿאַרן לערער פֿון דער "פֿאָלקס־מלחמה" אין זײַן דור, און פֿון אים האָט אַראַפֿאַט אויסגעהערט אַן עצה, אַז ווײַל דער סטראַטעגישער ציל פֿון די פּאַלעסטינער איז צו ליקווידירן מדינת-ישׂראל און אויפשטעלן אַ פּאַלעסטינער מדינה, דאַרף דער פּאָליטישער ציל זײַן אויסצובאַהאַלטן דעם דאָזיקן סטראַטעגישן פּלאַן און האַנדלען מיט שווינדלערײַ און כיטרעקייט. דאָס האָבן די פּאַלעסטינער די אַלע יאָרן געטאָן.
אין דעצעמבער 1987 האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע אינטיפֿאַדע. ביז דאַן זענען פֿאָרגעקומען אויף די אָקופּירטע שטחים אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס און שטרײַקן. נאָך דעם — אַ נײַער סאָרט קעגנערישקייט: שטיין־שלײַדערײַ און אָנצינדונג־פֿלעשער. די אַרמיי האָט בײַם אָנהייב נישט געלייגט צופֿיל אַכט אויף דעם און געדענקט, אַז זי וועט מצליח זײַן, ווי פֿריִער. אָבער זייער שנעל איז קלאָר געוואָרן, אַז דאָס מאָל עקזיסטירט אַ סך גרעסערע גרייטקייט פֿון די אײַנוווינער צו באַשטיין די ליידן און די קאָנפֿראָנטאַציע מיט די סאָלדאַטן.
די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָבן דערמעגלעכט דער "פּ.ל.אָ." צו רעאַליזירן אין אַ ווײַלע דאָס, וואָס עס איז די פּאַלעסטינער נישט געלונגען צו דערגרייכן אין לאַנגע יאָרן פֿון ברוטאַלקייט און טעראָר. ישׂראל — פֿאַרקערט — איז אַרײַנגעפֿאַלן אין פּאַסטקע. מער ווי צען יאָר נאָך דעם ווי ישׂראל האָט ליקווידירט די באַזעס פֿון דער "פּ.ל.אָ." אין לבֿנון, אין דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, האָט ישׂראל פֿאָרגעשלאָגן דער "פּ.ל.אָ.", אויפֿצושטעלן אַן אמתע פּאָליטישע און מיליטערישע אָנוועזנהייט — נישט ערגעץ־וווּ אין אַ שכנותדיק אַראַביש לאַנד, נאָר אין ארץ־ישׂראל גופֿא. ישׂראל איז אַפֿילו געווען גרייט צו באַוואָפֿענען 5,000 אַראַפֿאַטס טעראָריסטן, כּדי זיי זאָלן זײַן אַ טייל פֿון דעם זיכערהייט־אַפּאַראַט, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אָפּצוהיטן די עקזיסטענץ און אויטאָריטעט פֿון דער "פּ.ל.אָ.".
פֿייסאַל כוסייני, איינער פֿון די פּאַלעסטינער אָנפֿירער אין ירושלים, וועלכער איז דווקא געווען באַטראַכט ווי אַ מעסיקער, האָט אַנטפּלעקט אין אַן אינטערוויו, פּובליקירט נאָך זײַן טויט, דעם 24סטן יוני 2001 אין אַן עגיפּטישער צײַטונג, אַז די אָסלאָ־אָפּמאַכן זענען געווען אַ "טראָיאַנער פֿערד", וואָס זײַן גרונט־פּרינציפּ איז געווען אָפּנאַרערײַ. עס איז פּשוט שווער צו גלייבן, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל זאָלן געווען אַרויסגעוויזן אַזאַ בלינדקייט און נישט געווען פֿאַרשטיין אַראַפֿאַטס סטראַטעגיע. ווען דאָס איז געוואָרן קלאָר זיבן יאָר שפּעטער, איז שוין געווען צו שפּעט. דעם 29סטן סעפּטעמבער 2000 האָט אַראַפֿאַט אָנגעהויבן זײַן טעראָר־מלחמה קעגן ישׂראל, כּדי צו רעאַליזירן די "פּ.ל.אָ."־פּאָסטולאַטן פֿון 1968. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך פּאַלעסטינער זענען דורך די יאָרן דערהרגעט געוואָרן, האָט אַראַפֿאַט געזיגט מיט דער דאָזיקער סטראַטעגיע.
ער האָט אַריבערגעפֿירט די מלחמה קעגן ישׂראל פֿון אירע גרענעצן אין ישׂראל גופֿא, און די טעראָר־מלחמה ווערט פֿאָרגעזעצט ביזן הײַנטיקן טאָג — יאָרן נאָך אַראַפֿאַטס טויט. אַפֿילו ווען אַראַפֿאַט האָט געדריקט די הענט פֿון די ישׂראלדיקע מנהיגים און פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט ער באַוויזן אַרײַנצופֿלאַנצן אין די פּאַלעסטינער זײַן וויזיע פֿון ליקווידירן מדינת־ישׂראל, און זיי שטאַרקן אין זייער ווילן דורכצופֿירן טעראָר־אַקטן.
שוין דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, אין דער צײַט פֿון דריקן יצחק ראַבינס האַנט אויף דער לאָנקע פֿון "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן, האָט אַראַפֿאַט, אין זײַן רעדע צו די פּאַלעסטינער אויף אַראַביש, אויפֿגענומען דורך דער יאָרדאַנישער טעלעוויזיע, זיי געמאָלדן, אַז דער דאָקומענט וואָס ער האָט אונטערגעשריבן מיט ישׂראל — "די פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" — איז נישט אַנדערש ווי אַ טייל פֿון זײַן סטראַטעגישן פֿאַזעס־פּלאַן.
וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר דער פֿאַזעס־פּלאַן? אין דער ערשטער פֿאַזע — אײַנשטימען אויף אַ פּאַלעסטינער מדינה אין אַ טייל פֿון ארץ־ישׂראל. אין דער צווייטער פֿאַזע — זיך באַנוצן מיט דער פּאַלעסטינער מדינה צו באַפֿרײַען גאַנץ ארץ־ישׂראל און ליקווידירן די ייִדישע מדינה. אַראַפֿאַט האָט זיך אויסגעדריקט אין זײַן רעדע: "פֿאַרגעסט נישט, אַז אין 1974 האָט דער פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלער ראַט באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אַ נאַציאָנאַלע אויטאָריטעט אין אַ טייל פֿון פּאַלעסטינע און פֿון דאָרט באַפֿרײַען גאַנץ פּאַלעסטינע. זאָל לעבן די אַראַבישע באַפרײַטע פּאַלעסטינע".
זינט דאַן, ביזן אָנהייבן דעם טעראָר קעגן ישׂראל אין סעפּטעמבער 2000, האָט אַראַפֿאַט געשילדערט די אָסלאָ־אָפּמאַכן ווי צײַטווײַליק, פֿאַרגלײַכט דעם פֿאַזעס־פּלאַן מיטן כודייבאָ־אָפּמאַך, וואָס מאָהאַמעד האָט אונטערגעשריבן מיט מעקאַ אין יאָר 628 און בײַ דער ערשטער געלעגנהייט אים צעשטערן. אין די פּאַלעסטינער שולן הערשט אַן עקסטרעמע העצע קעגן ישׂראל, אויף די פּאַלעסטינער מאַפּעס זעט מען נישט מדינת־ישׂראל; מע זעט אויף זיי "גרויס פּאַלעסטינע", פֿון יאָרדאַניע ביזן מיטללענדישן ים. עס ווערן דערמאָנט די "פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון" און אַנדערע אַנטיסעמיטישע מאַטעריאַלן און חורבן־אָפּלייקענונג.
די פּאַלעסטינער האָבן געטענהט, אַז דער טעראָר איז אויסגעבראָכן דעם 29סטן סעפּטעמבער 2000, צוליב אַריאל שרונס באַזוכן דעם הר־הבית, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער בית־המקדש. אָבער דער אמת איז, אַז די רעאַקציע צום דאָזיקן באַזוך אַ טאָג פֿריִער איז געווען זייער אַ מעסיקע. עס זענען געווען דאַן אויפֿן באַרג זייער ווייניק מוסולמענער, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מען האָט זיי גערופֿן צו קומען און מאַניפֿעסטירן. דער טעראָר איז אויסגעבראָכן ערשט אַ טאָג שפּעטער, אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן.
לויט ניקאָלײַ טשאַושעסקו, דעם געוועזענעם פּרעזידענט פֿון רומעניע, האָט אַראַפֿאַט קיין מאָל נישט געגלייבט אין זײַן פּראָפּאַגאַנדירטן ציל — אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה. ער האָט געזאָגט צו טשאַושעסקו: "די פּאַלעסטינער האָבן נישט קיין טראַדיציע, אייניקייט און דיסציפּלין, וואָס איז נייטווענדיק צו האָבן אַ מדינה, און דעריבער איז אַזאַ מדינה געריכטעט צו זײַן אַ דורכפֿאַל פֿון ערשטן טאָג".
דער פּאַלעסטינער טעראָר האָט געבראַכט אַ סך שאָדן דער ייִדישער מדינה און אַ סך פּײַן פֿאַר אַ גרויסער צאָל פֿון אירע אײַנוווינער; אָבער ער שטעלט נישט אין סכּנה די עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל. אויך דער טעראָר־אַטאַק אין ניו־יאָרק און אין וואַשינגטאָן דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, האָט קלאָר געמאַכט פֿאַר דער גאַנצער וועלט די סכּנות פֿונעם טעראָר, און אַזוי אַרום פֿאַרלײַכטערט דעם קאַמף קעגן דעם אַראַבישן טעראָר.