בראָניסלאַוו גערעמעק |
דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָריקער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניסטישע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען.
די איצטיקע קאָנסערוואַטיווע פּוילישע רעגירונג האָט ניט לאַנג צוריק דורכגעפֿירט אַ געזעץ וועגן דער אָבליגאַטאָרישער "לוסטראַציע" פֿון אַלע יחידים, וועלכע פֿאַרנעמען אַחריותדיקע פּאָזיציעס אין מאַסן־מעדיאַ, בילדונג און אַדמיניסטראַציע. יעדער איינער מוז אָפּגעבן אַ פֿולן דין וחשבון וועגן זײַנע באַציִונגען מיט דער אַמאָליקער קאָמוניסטישער מאַכט. דאָס דאָזיקע געזעץ באַטײַט אַ צוריקצי פֿון דעם פּשרה־אָפּמאַך, וואָס די קאָמוניסטישע מאַכט האָט געשלאָסן מיט דער דעמאָקראַטישער אָפּאָזיציע בײַם "רונדן טיש" אין 1989. בראָניסלאַוו גערעמעק, אַ באַקאַנטער היסטאָריקער און אַן עצה־געבער פֿאַר "סאָלידאַרנאָשטש", איז דעמאָלט געווען איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון די דעמאָקראַטישע כּוחות, און יענער אָפּמאַך איז געווען זײַן אויפֿטו. גערעמעק איז געווען אַ דעפּוטאַט פֿונעם ערשטן דעמאָקראַטישן סיים און האָט געדינט ווי דער אויסערן־מינסיטער פֿון פּוילן אין 1997־2000. אין 2004 איז ער אויסגעקליבן געוואָרן אין דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, אָבער איצט קאָן ער פֿאַרלירן זײַן מאַנדאַט. גערעמעק האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דערקלערן, אַז ער האָט ניט מיטגעאַרבעט מיט דער קאָמוניסטישער געהיים־פּאָליציי (ער האָט שוין איין מאָל געמאַכט אַזאַ מין דעקלאַראַציע).
גערעמעקס ענין האָט אויפֿגעוועקט אַ כוואַליע פֿון פּראָטעסטן אין מערבֿ־אייראָפּע. פֿראַנקרײַך האָט אָפֿיציעל געבעטן די פּוילישע רעגירונג צו ענדערן איר פּאָזיציע. די דײַטשישע צײַטונגען באַמערקן, אַז די שאַרפֿע אַנטי־קאָמוניסטישע מאָסנאַמען פֿון דער פּוילישער רעגירונג זײַנען ענלעך צו דער דײַטשישער פּאָליטיק לגבי די אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי. אָבער דער קאָמוניסטישער רעזשים אין פּוילן איז געווען ווײַט ניט אַזוי ברוטאַל און פֿאַרברעכעריש, ווי די נאַציסטישע דיקטאַטור אין דײַטשלאַנד, און דערפֿאַר איז אַזאַ מין אַנאַלאָגיע ניט ריכטיק. אין זײַן דעקלאַראַציע האָט גערעמעק געזאָגט, אַז דאָס נײַע געזעץ איז קעגן דער פּוילישער קאָנסטיטוציע און "שאַפֿט אַ מין מיניסטעריום פֿון אמת, אַ פּאָליציי פֿון זכּרון" אין זײַן לאַנד.
פּוילנס שם אין דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָט אַ סך געליטן זינט די רעכטע קאָאַליציע, בראָש מיט צוויי ברידער קאַטשינסקיס, האָט געוווּנען די וואַלן מיט אַ יאָר צוריק. די עקסטרעם־רעכטע קאַטוילישע פּאַרטייען פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע און פֿירן אַן עפֿנטלעכע קאַמפּאַניע קעגן אַבאָרטן און האָמאָסעקסועלע לערער אָן קיין שום שטערונג מצד דער רעגירונג. דער דעפּוטאַט פֿון דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, מאַציי גיערטיך, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויפֿן חשבון פֿון אָט דעם פּאַרלאַמענט, אַ ביכל אונטערן טיטל "ציוויליזאַציעס און מלחמה", וווּ ער האָט דערקלערט, אַז די האָמאָסעקסואַלן זײַנען "ביאָלאָגיש נוצלאָז" פֿאַר דער מענטשהייט, בעת די ייִדן זײַנען "ביאָלאָגיש אַנדערש" ווי די אומות־העולם, און דערפֿאַר לעבן זיי אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע מענטשן. דער זון פֿון מאַציי גיערטיך איז דער מיניסטער פֿון דערציִונג און אַ וויצע־פּרעמיער אין דער פּוילישער רעגירונג.
די איצטיקע פּוילישע רעגירונג שאַפֿט אַ סך קאָפּווייטיק דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אָבער דער וווּקס פֿון נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען קומט פֿאָר ניט נאָר אין פּוילן. דער באַשלוס פֿון דעם עסטלענדישן פּאַרלאַמענט אַריבערצוטראָגן דעם קבֿר פֿון די סאָוועטישע סאָלדאַטן, אומגעקומען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין איינעם מיט דעם דענקמאָל, לכּבֿוד דער סאָוועטישער אַרמיי, פֿון דעם צענטראַלן פּלאַץ אין טאַלין אויפֿן מיליטערישן צווינטער, האָט גורם געווען בלוטיקע אומרוען אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט. מען האָט געראַבעוועט די קראָמען מיט משקה און פּאַפּיראָסן, געבראָכן די פֿענצטער און זיך געשלאָגן מיט דער פּאָליציי.
רוסלאַנד האָט רעאַגירט זייער שאַרף אויף די דאָזיקע געשעענישן. אייניקע דעפּוטאַטן פֿון דער דומע האָבן גערופֿן צו בויקאָטירן די עסטלענדישע פּראָדוקטן און אַפֿילו איבערצורײַסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און עסטלאַנד. סײַ די רוסישע, סײַ די עסטלענדישע נאַציאָנאַליסטן נוצן דעם דאָזיקן סקאַנדאַל אויס, כּדי צו געווינען מער שטיצע צווישן דעם המון און פֿאַרפֿעסטיקן זייערע פּאָליטישע פּאָזיציעס. די פּאָפּוליסטישע פּאָליטיק, וואָס באַצוועקט צו פֿאַרשוואַרצן דעם אימאַזש פֿון "יענעם", פֿאָרצושטעלן אַן אַנדער פֿאָלק אָדער אַ מינאָריטעט ווי אַ מין טײַוול, האָט טיפֿע וואָרצלען אין מיזרח־אייראָפּע. דעם פֿרילינג וואַקסן פֿון זיי אויס פֿרישע שפּראָצונגען.