קונסט
די באַמאָלענע וויטרינעס בײַ דער
די באַמאָלענע וויטרינעס בײַ דער

לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרע­מע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס.

מרדכי אַרדאָן איז געבוירן אין אַ קליינטשיק ייִדיש־גאַליציאַנער שטעטל מיטן נאָמען טיכעוו. טיכעוו איז געווען גרויס ווי אַ גענעץ; אָבער, ווי די ייִדישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע פֿון פֿאַרן חורבן, איז טיכעוו געווען אַ קוואַל פֿון ייִדישן שטייגער: דאָרט האָט געפּאַנעוועט אַ זאַפֿטיק וואַרעמער ייִדישער פֿאָלקלאָר, און אַ צוגעבונדקייט צום ייִדישן אות. האָבן טאַקע די־אָ קוואַלן אַרדאָנען פֿאַרבונדן צום ייִדישן זײַן.

זינט אַרדאָן איז געפֿאַלן אויף דער וועלט, האָט ער בײַ זײַן פֿרומען טאַטן, דעם מקובל, אײַנגעזאַפּט די מעלאָדיע פֿון תּורה לערנען. זינט דעם פֿריסטן עלטער האָבן זײַנע אויגן אַרומשפּאַצירט איבער די אייביק אָפֿענע דפֿים פֿון טאַטן. אַ פּיצל קינד, נאָך איידער ער האָט באַנומען דעם פּשט פֿון ייִדישן אות, האָט די קאַנטיקע מראה זײַנע אים געצויגן גלײַך, ווי מיט זײַן קינדישן שׂכל וואָלט ער תּופֿס געווען, אַז די שאַרפֿע קאַנטיקייט פֿון אַ"ב פֿאַרטיידיקט מיסטישע סודות. מיט דער צײַט האָט דער אַלף־בית אַרדאָנס נשמה פֿאַרכאַפּט.

איין מאָל, אין אַ שמועס, האָט מיר אַרדאָן דערקלערט: "וואָלט איך געלעבט אין 12־13טן יאָרהונדערט, וואָלט איך אַוודאי געוואָרן אַ סופֿר".

מרדכי אַרדאָן געהערט צו יענעם וווּנ­דערלעכן דור יונגע ייִדן, וועלכע האָבן אין קאַיאָר פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אַ בליץ גע­טאָן מיט ליכט פֿון פֿאַרבן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער געבענטשטער שטראָם פֿון טאַלאַנטן האָט, מיטן געבורט פֿון דער מאָדערנער ייִדי­שער קולטור, זיך אַ נעם געטאָן צום סאַמע פֿאַרשטויסענעם אויסדרוק־מיטל פֿון ייִדישן מענטש — צו מאָלערײַ און סקולפּטור.

ווען אַרדאָן איז נאָך געווען אַ חדר־ייִנגל האָט אין אים אַ שלאָג געטאָן די מיסטעריע פֿון מאָלערײַ. ער האָט אין אַ טאָג צוגעקוקט ווי אַ מאָלער פֿון דער קרוינשטאָט ווין האָט באַצירט די שיל אין טיכעוו. מיט קינדיש־תּמימותדיקע אויגן האָט דער קליינער מרדכי נאָכגעפֿאָלגט יעדן ריר פֿון מאָלערס פּענדזל: באַפֿליגלט איז ער געוואָרן פֿון דעם פֿאַרבנפֿלאַקער און פֿון געבורט פֿון פֿאָרמעס. געפֿילט עפּעס האָט ער, אַז אין אים צינדט זיך אָן אַ לײַדנשאַפֿטלעכע תּשוקה צו מאָלן. און מרדכי האָט גענומען צייכענען!

אַוודאי — דעם פֿרומען טאַטן האָט די מעשׂה ווײַט נישט געפֿעלן... ס'האָט אָבער גאָרנישט געהאָלפֿן. ס'האָט נישט געהאָלפֿן דעם טאַטנס בייזער צאָרן, און אויך נישט דעם טאַטנס פֿײַערדיקער פּאַטש, וואָס ער האָט אים אַראָפּגעלאָזט, בעת ער האָט אים געפּאַקט בײַם צייכענען. מרדכי איז גע­וואָרן אַ מאָלער — אַ מאָלער פֿון פֿאַרבן און פֿאָר­מעס, וואָס גרייכן צום סוד־הסודות: ער איז געוואָרן אַ מאָלער פֿון אַבסטראַקטן נוסח.

ווען מרדכי אַרדאָן איז אָנגעקומען אין דער דײַטשישער אַוואַנגאַרד־שול "באַוהאַוז", האָט אים דער רבי זײַנער, דער מײַסטער קלעי, געלערנט, אַז די אויפֿגאַבע פֿון אַ מאָלער איז אַרויסצוברענגען אויפֿן בילד דאָס נישט זעעוודיקע מיטן גאָלן אויג. די דאָזיקע תּורה פֿון זײַן רבין קלעי איז פֿאַר אים געוואָרן אַ געזעץ, און ער האָט פֿון דער פֿאַרהוילענער סודותדיקייט גענומען אַרויסהייבן דעם אמת פֿון לעבן.

ווען דער יונגער מאָלער אַרדאָן האָט גענומען באַזוכן מוזייען, געזוכט צו פֿאַרשטיין די וועגן פֿון די גרויסע מײַסטערס, האָט ער זיך אָנגעשלאָגן אויף צוויי ריזן, וועלכע האָבן געפֿאַנגען זײַן נשמה. געווען זענען דאָס גרעקאָ און רעמבראַנד. גרעקאָס ליכט, וואָס קומט עפּעס, ווי פֿון אַ העכערער בעסערער וועלט, האָט אַרדאָנען פֿאַרשיכּורט! בײַם שײַן פֿון דעם גרעקאָ־ליכט האָט אַרדאָן פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן שאַפֿערישער ציל וועט זײַן — טובֿלען זיך אין טויזנטער וואַסערן און געפֿינען פֿאַר זײַנע בילדער די הייליקע ליכט, וואָס זאָל באַלײַכטן דעם אמת פֿון לעבן; און אַז געשטאַנען מיט הכנעה איז אַרדאָן בײַ די ווערק פֿון גרויסן רעמבראַנד, אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם צאַרטן ניגון, וואָס פֿליסט פֿון זײַנע ייִדישע געשטאַלטן — דאָ איז אים קלאָר געוואָרן, אַז אין עכטן קינסטלערישן ווערק מוז עסטעטיק זיך פּאָרן מיט עטיק. איינס מוז ציִען יניקה פֿון צווייטן, איינס מוז גיין געקניפּט מיטן צווייטן!

און דער יונגער מרדכי האָט געטאָן אַ נדר — דעם קלאַנג פֿון פּערפֿעקטן אַקאָרד וועט ער היטן שטענדיק. ווי נאָוואַטאָריש זאָל זײַן יצירה זיך נישט וויקלען, וועט ער נישט אָפּטרעטן פֿון דעם הייליק־הומאַניסטישן כּלל, וואָס דיקטירט אַ וואָריקן קינסטלער — היטן דאָס עטישע, דאָס טיף־מענטשלעכע, און הילן עס אין פּערפֿעקט־עסטעטישע פֿאָרמעס. טוט מען זיך פֿאַרטיפֿן אין די אַרדאָנישע ווערק, ווערט קלאָר און באַשיידן, אַז ער איז טרײַ פֿאַרבליבן דעם נדר, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען אין קאַיאָר פֿון זײַן קאַריערע.

אַרדאָנס קונסט פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַר­טיקע פֿאַרב — זי גיט אַ שלאָג אין די אויגן פֿון צושויער. ווערט מען היימיש מיטן טעמבער פֿון זײַן פֿאַרב — פֿילט מען אַ צופּ עפּעס בײַ דער נשמה. דער טעם פֿון אַרדאָנס פּלאַסטישן דיבור איז, ווי די תּפֿילה פֿון אַ שליח־ציבור מיט אַ יחידישן טאָן. פֿאַראַן כּידוע חזנים "זינגער" און "זאָגער": מרדכי אַרדאָן איז ביידע — אַ "זינגער" און אויך אַ "זאָגער". נישט געקוקט אויף דעם זמר פֿון זײַן אַבסטראַקטער פּאַליטרע, איז אין דעם מיזמור פֿון זײַנע פֿאַרבן פֿאַראַן אַ מין תּפֿילהדיק "זאָגעכץ" — אַ "זאָגעכץ" מיט אַ גאַנץ באַשטימטן אינהאַלט.

מרדכי אַרדאָן האָט זיך נישט באַטראַכט פֿאַר אַ פֿאַנאַטישן חסיד פֿון אַבסטראַקטן נוסח — כידוע, אַ וויכטיקער עלעמענט אין אַרדאָנס יצירה איז דער נאָמען פֿון בילד: ווי אַ שליסל עפֿנט ער אַ "טיר" צו פֿאַרשטיין זײַן ווערק. דער אַרדאָנישער פֿאַרטראַכט איז אויסן, אַז דאָס וויזועלע זאָל אַ שטויס טאָן צו מעדיטאַציע.

מרדכי אַרדאָן איז אַ מאָלער, אַ בעל־מחשבֿות. אַ פֿאַרוואָרצלטער אין דער ייִדישער רעאַליטעט — ובֿכן, דערלאַנגט ער זײַנע מחשבֿות אין דער שפּראַך פֿון פֿאַרבן און פֿאָרמעס פֿון דער אַבסטראַקטער מאָלערײַ. אָט, למשל, אַרדאָנס גראַנדיעזער וויטראַזש, דער טריפּטיך (אַ יצירה אין דרײַ טיילן), אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים אָדער גאָר דאָס בילד "נחל ישעיהו". אָדער די צען טעפּעכער אין שפּיטאָל "שערי־צדק" אויף דער טעמע פֿון אַלף־בית, אָדער גאָר דאָס בילד "נחל קדרון", געמאָלן אין יאָר 1940 — אַ ווערק מיט אַ דראַמאַטישן רעזאָנאַנס, אַ ווערק וואָס שפּיגלט אָפּ דעם גיהנום פֿון חורבן אויף דער שוועל פֿון ייִדישן לעבן.

די דאָזיקע שאַפֿונג, פֿול מיט טרייסט און מיט אמונה, איז אַ זמר פֿון נצח־ישׂראל!

הכּלל — מרדכי אַרדאָן איז דער "זינ­גער" און "זאָגער" פֿון דער ייִדישער קונסט: זײַנע קלאַנג־פֿאַרבן טוען ציטערן אין גע­מיט פֿון אַ צושויער — לאַנג, לאַנג!