ייִדיש־וועלט
יונגע ייִדישיסטן פּלאַנירן אַ
יונגע ייִדישיסטן פּלאַנירן אַ

דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגע­קומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידל­מאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [—הפֿסקה], אָבער איך האָב נישט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס. פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָב איך זיך געיאָגט צו דער באַן, געלאָפֿן אינעם רעגן, געקויפֿט דעם בילעט אין דער לעצטער מינוט; אויף עפּעס אַ מזלדיקן אופֿן האָט עס אַלץ אויסגעאַרבעט, און דאָס זעלבע גוטע מזל האָט באַגלייט דעם גאַנצן "ייִדיש־ברייק".

אויפֿן וועג, וואַרטנדיק אויף אַ באַן, האָב איך זיך געטראָפֿן מיטן יונגן ייִדישיסט פֿון מאָנטרעאָל און מיטאַרבעטער אין ייִוואָ — זכריה שולמאַן. דאָס באַקענען זיך מיט נײַע מענטשן, וואָס רעדן ייִדיש, איז געווען די עיקר־זאַך פֿון דער גאַנצער "קאָנפֿערענץ", ווי אויך דאָס פֿאַרברענגען מיט אַלטע פֿרײַנד. בסך־הכּל, זענען 44 יונגע־לײַט געקומען אויפֿן "ייִדיש־ברייק", מערסטנס, קאָלעדזש־סטודענטן פֿון באָסטאָן, ניו־יאָרק און די אַרומיקע מקומות, אָבער אויך פֿון ווײַטערע ערטער, אַפֿילו פֿון אייראָפּע. אַ סך אָנטיילנעמער רעדן ייִדיש פֿון דער היים און שוין לאַנגע יאָרן, זומער־צײַט, פֿאָרן זיי מיט זייערע משפּחות אויף דער "ייִדיש־וואָך"; די אַנדערע האָבן זיך אויסגעלערנט די שפּראַך, און אַ פּאָר האָבן זי בכלל נישט געקענט. אַ ספּעציעלן טעם האָט צוגעגעבן אַ חבֿרה, געקומען פֿון דער גאָר פֿרומער וועלט, וואָס זייער פּערספּעקטיוו האָט באַ­רײַכערט די אַלגעמיינע דיסקוסיע, און זייערע ניגונים און לידער האָבן געהאָלפֿן לעבעדיק צו מאַכן די שבתדיקע סעודות.

אָנגעפֿירט מיטן "ייִדיש־ברייק" האָט, ווי געזאָגט, מנחם־יאַנקל איידלמאַן, צוזאַמען מיט זײַן ברודער נפֿתּלי. דער געדאַנק דורכצופֿירן אַזאַ "קאָנפֿערענץ", אָדער "שבתּון", איז מנחם־יאַנקלען אײַנגעפֿאַלן בלויז מיט 6 וואָכן פֿריִער. ער האָט זיך באַלד גענומען צו דער אַרבעט, באַשטימט די דאַטע, געמאָלדן דורך דער אינטערנעץ און מיט פֿליבלעטלעך, אָרגאַניזירט די וואַרשטאַטן, באַשטעלט דאָס עסן, געדונגען די צימערן און נאָך טויזנט קלייניקייטן, וואָס אָן זיי באַגייט זיך נישט קיין איין ערנסטע אונטערנעמונג. ער האָט געשאַפֿן געלט פֿון "פֿאָרווערטס", פֿון "אַרבעטער־רינג", פֿון דער "ייִדיש־ליגע". יהודית וואַ­לעצקי האָט געמאַכט די דיגיטאַלע פּלאַ­קאַטן, וואָס מע האָט צעשיקט דורך דער אינטערנעץ, געדרוקט און צעטיילט. אַבי האַועל האָט אײַנגעשטעלט דעם סדר־היום; אַבֿיבֿ לובאַן האָט געפֿונען די צימערן, וווּ די געסט האָבן געזאָלט איבערנעכטיקן; אייפּריל רויזנבלום האָט אויפֿגעשטעלט דאָס וועבזײַטל www.yiddishbreak.com; און חנה־רבֿקה יאָנג האָט אָנגעשריבן די פּרעסע־קאָמוניקאַטן.

ווי איר פֿאַרשטייט שוין, איז דער "ייִדיש־ברייק" נישט געווען אָרגאַניזירט אויפֿן יעקישן שטייגער. אַלץ איז געגאַנגען לויטן ייִדישן זייגער, פֿרײַ און געלאַסן. עטלעכע פּלאַנירטע אַקטיוויטעטן זענען בכלל נישט פֿאָרגעקומען, און די אַנדערע, נישט־פּלאַנירטע, זענען אויפֿגעקומען פֿון זיך אַליין. אין אַ רויִקער מינוט האָט מען זיך גענומען שפּילן "סקרעבל" אויף ייִדיש, אָדער לערנען אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר אָנהייבער, אָדער שפּילן קוישבאָל. אויפֿן קלעזמער־קאָנצערט מוצאי־שבת איז אויפֿגעטראָטן ווער עס האָט נאָר געהאַט אַן אינסטרומענט און אַ חשק צו שפּילן. נפֿתּלי האָט זיך געוויצלט, אַז דער "ייִדיש־ברייק" ווערט געפֿירט פֿון דער "אומזעיִקער האַנט", לויט דער עקאָנאָמישער טעאָריע פֿון אָדם סמיט; מע דאַרף זיך נישט אַרײַנמישן, עס וועט זיך אַלץ אויסאַרבעטן פֿון זיך אַליין. קען זײַן, אַז אונדזער "ייִדיש־ברייק" איז טאַקע געווען געבענטשט פֿון גאָט!

נישט געקוקט אויף דער "אומזעיִקער האַנט", האָט געשטעקט אין דעם "ייִדיש־ברייק" אויך אַ קלאָרער אידעאָלאָגישער ציל: דאָס באַגײַסטערן די יוגנט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און זיי אינפֿאָרמירן, ווי אַזוי זיי קענען זיך באַטייליקן אין דער "באַוועגונג". פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָך דער ערשטער סעודה, האָט דער לינגוויסט דוד בראַון גערעדט אויף דער טעמע "וואָס קען מען טאָן מיט ייִדיש?" און דערקלערט, ווי אַזוי ייִדיש באַרײַכערט דאָס טאָג־טעגלעכע און גײַסטיקע לעבן, ווי אויך די אַקאַדעמישע לימודים. די דיסקוסיע האָט אָנגערירט אַזעלכע טעמעס ווי: די ראָלע פֿון דער שפּראַך אין ייִדישן לעבן, דאָס רעדן ייִדיש מיט די קינדער, און דער מצבֿ פֿון ייִדיש אין דער פֿרומער וועלט. דער שמועס האָט זיך, סוף־כּל־סוף, פֿאַרוואַנדלט אין אַ העפֿלעכן וויכּוח צווישן ר׳ דודן און דער פֿרומער חבֿרה וועגן דעם אינהאַלט און באַדײַט פֿון ייִדישיזם.

שבת בײַ טאָג האָט רחל קעפֿריסין אויפֿ­געקלערט דעם עולם וועגן די פֿאַרשיידענע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, וווּ יונגע מענטשן קע­נען זיך באַטייליקן, און פּובליקאַציעס, וואָס זיי קענען לייענען. מיר האָבן געלייענט דעם "פֿאָרווערטס", געשפּילט טעאַטער, און זיך גע­לערנט ייִדישע אידיאָמען. אַסיאַ ווײַס­מאַן האָט אונדז אויסגעלערנט צו זינגען עט­לעכע לידער, וואָס זי האָט גע­זאַמלט בײַ איר פֿאָרשונג צווישן די חסי­דישע פֿרויען. די פֿרומע לידער האָבן אַזוי אינס­פּירירט דעם עולם, אַז גלײַך נאָך דעם האָט מען געדאַוונט מעריבֿ, געזונגען "גאָט פֿון אַבֿרהם" און געמאַכט הבֿדלה. מיט דעם האָבן זיך אויסגעשעפּט די לעצטע כּוחות און מע האָט זיך געדאַרפֿט אָפּרוען אַ ביסל, איידער דער קאָנצערט האָט זיך אָנגעהויבן.

קריטיקירן קען מען אפֿשר צוויי זאַכן: דעם מצבֿ פֿון די ענגליש־רעדערס, און די שוואַכע אָרגאַניזירונג. ווי געזאָגט, האָבן עטלעכע אָנטיילנעמער נישט גערעדט קיין ייִדיש בכלל. מ׳האָט געוואָלט אַרײַנ­ברענגען נײַע פּנימער, מענטשן וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש, אָבער רעדן נישט קיין ייִדיש, האָט מען געמאַכט טייל אַקטיוויטעטן אויף ענגליש. דאָס איז אָבער די ייִדיש־רעדער נישט אַזוי געפֿעלן געוואָרן, און די ענגליש־רעדער האָבן סײַ ווי נישט געקענט אָנטיילנעמען ווי גע­העריק. טראַכט מען עס צו טאָן דאָס קומענדיקע מאָל בלויז אויף ייִדיש. וועגן דער אָרגאַניזירונג האָט מיר מנחם־יאַנקל געזאָגט, אַז הינטער די קוליסן איז דער כאַאָס געווען אַפֿילו גרעסער ווי עס האָט זיך אונדז געדאַכט. אַ נס ממש, וואָס עס איז געגאַנגען אַזוי גלאַטיק.

פֿרעגט איר זיך: וואָס איז געבליבן? מע קומט זיך צונויף אויף איין שבת, מע שמועסט אַ ביסל אויף מאַמע־לשון, וואָס איז די גדולה? וועל איך אײַך ענטפֿערן, אַז דער גרויסער אויפֿטו פֿונעם "ייִדיש־ברייק" באַשטייט אין דעם, אַז עס איז די ערשטע גרויסע אונטערנעמונג, אויסגעפֿירט פֿונעם ייִנגערן דור ייִדישיסטן. זיי אַליין האָבן אָרגאַניזירט און געשאַפֿן אויף אַ פּאָר טעג אין בראַנדײַס אַ ייִדיש וועלטעלע. די ענערגיע האָט מען געשפּירט אין דער לופֿטן, מע האָט געפֿילט אַ קיום, אַז דאָס קען פֿירן צו גרויסע זאַכן. אָדער, לכל־הפּחות, צו נאָך אַ "ייִדיש־ברייק".