פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט וואָס דאָס איז, איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך, נאָר ווען איך האָב געלייענט, אַז מען לערנט שוין ייִדיש אין בענקאַק, בין איך געבליבן דערשטוינט ביז גאָר. ווי קומט ייִדיש אין יענע מקומות? איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ישׂראלים אין טײַלאַנד, אין אינדאָנעזיע, אין אינדיע, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. און ווי נאָר זיי באַזעצן זיך אין יענע מקומות, אַזוי עפֿנט מען געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און סופּערמאַרקעטן. און אַזוי ווי עבֿרית איז נישט קיין האַנדל־שפּראַך, נישט קיין פֿאַרבינד־שפּראַך, קומט ייִדיש צו נוץ ווי אַ פֿאַרשטענדיקונגס־לשון, וואָס פֿאַרבינדט איין ייִדן מיט אַ צווייטן, סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין אַזיע, אַפֿילו אין טימבאַקטו. לייען איך, אַז מען האָט שוין געעפֿנט קורסן, וווּ סטודענטן, טוריסטן, שאָפֿערן, און בענ­קאַקער קוימענקערער קענען זיך אויסשולן אין דער ייִדישער שפּראַך און אפֿשר טאַקע קריגן אַ דאָקטאָראַט.

מאַכט זיך, אַז עפּעס אַ בענקאַקער טעקסי־שאָפֿער האָט מסביר געווען אויף אַ צעקאַליעטשעטן ייִדיש זײַנע פּאַסאַזשירן, בעת ער האָט זיי געפֿירט אין אַ בענקאַקער האָטעל, און אַזוי ווי ער האָט נישט געוווּסט אויף וועלכער שפּראַך מען רעדט צו זיי, האָט ער זיי מסביר געווען אויף אַ צעבראָכן מאַמע־לשון, אַז ער לערנט זיך ייִדיש, ווײַל ייִדיש איז די שפּראַך פֿון קאָמערץ. און אַז אַלע ייִדן זײַנען קלוג און כיטרע, דער עיקר אָנגעשטאָפּט, און זיי ווילן אויך זײַן רײַך. אָט דאָס איז דער שם, וואָס פֿלאַטערט אַרום אויף די כוואַליעס פֿון די סיאַמער וואַסערן און די בשׂורה־טובֿה איז אוממעגלעך אויסצומעקן פֿון די מוחות פֿון די אומות־העולם. בײַ זיי זײַנען מיר דאָס רײַכסטע פֿאָלק זינט די וועלט שטייט.

דערווײַל איז צו מיר דערגאַנגען די ידיעה, אַז מ׳גיט שוין ייִדיש־קורסן אין ביראָבידזשאַן. רחמנא־לצלן. דאָס שיינע בליצפּאָסטל זאָגט מיר אָן אָט דאָס שטיקל נײַעס און איך ציטיר.

— "דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון ייִדישע שטודיעס, עפֿנט זיך אַ זומער־פּראָגראַם, וווּ מען וועט לערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור, וואָס וועט פֿאָרקומען אין ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. זינט 1935 איז ביראָבידזשאַן געווען דאָס איינציקע אָרט אין דער וועלט, וווּ ייִדיש האָט פֿאַר­מאָגט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס. אין משך פֿון יאָרן איז ביראָבידזשאַן אַדורכגעגאַנגען אַ שלל מיט פּאָליטישע און עקאָנאָמישע שוועריקייטן, וואָס האָבן רויִנירט די ייִדישע חלומות און אַספּיראַציעס. אָבער קיינער האָט אין צווישנצײַט נישט אויסגעביטן דעם אָפֿיציעלן סטאַטוס פֿון ייִדיש אין דער אויטאָנאָמער רעפּובליק".

(אַ קליינע דיגרעסיע. לויט מײַנע אייגע­נע אָבסערוואַציעס, זכרונות, און חורבן־אַנטאָלאָגיעס, האָט, דאַכט זיך, דער טיראַן סטאַלין כּמעט ווי באַוויזן אויסצובײַטן ייִדיש לעבן אין יענע מקומות — אויף טויט. אָבער מיר וועלן אָנגיין מיט דעם בליצ­פּאָסט.)

— "דאָס יאָר וועט דער צענטער פֿאַר פֿאָרשונג פֿון דער געשיכטע און קול­טור פֿון ייִדיש, אָרגאַניזירט ווערן פֿונעם ׳פֿאַקול­טעט פֿון פֿרעמד־שפּראַכיקער ביראָ­בידזשאַנער ווײַט־מזרחדיקער שטאַט־אַקאַ­דעמי פֿאַר הומאַניטאַרע און סאָציאַלע שטודיעס׳. די ערשטע אונטערנעמונג פֿו­נעם צענטער וועט זײַן אַ דרײַ־וואָכיקע אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם, מיטן אָנטייל פֿון ייִדישע שטודיעס. עס וועלן זיך צונויפֿקומען לעקטאָרן פֿון פֿאַר­שיי­דענע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. די פּראָגראַם איז געווענדט סײַ פֿאַר אוני­ווערסיטעט־סטודענטן און סײַ פֿאַר יעדן איינעם, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אין דעם ענין. די פּראָגראַם וועט באַשטיין פֿון 90 אַקאַדעמישע שעה אין דער ווערט פֿון פֿיר אַקאַדעמישע קרעדיטן. מיט אַ שלל קולטור־אונטערנעמונגען. עס וועט אַרײַנ­נעמען פֿיר מדרגות פֿון ייִדיש, מיט לעקציעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, אַרײַנ­גערעכנט וואַרשטאַטן פֿון ייִדישע פֿילמען. אַ ייִדישער חזנות־רעפּערטואַר (מיט איינעם פֿון מאָנטרעאָלס אָנגעזעענסטע חזנים). די פּראָגראַם וועט זײַן טעגלעך, אַ חוץ שבת, פֿון 9:30 אין דער פֿרי ביז 1 אַ זייגער נאָך מיטיק, און פֿון 5:00 נאָך מיטיק ביז 6:30 נאָך מיטיק".

— "די אָנטיילנעמער וועלן האָבן די געלעגנהייט אָנטיילצונעמען אין עטנאָגראַ­פֿישע עקספּעדיציעס, וואָס וועלן דעקן די לענג און ברייט פֿון דער ייִדישער רע­פּוב­ליק, ווי אויך באַזוכן די פּיאָנערישע ישובֿ­ניקעס, וועלכע, ביזן הײַנטיקן טאָג טראָגן ייִדישע נעמען ווי: ׳ביראָפֿעלד׳, ׳נײַ­פֿעלד׳, ׳וואַלדהיים׳, און ׳אַמורזעט׳. צווישן אַנדערן, וועט מען זיך אויך טרעפֿן מיט די אָריגינעלע פּיאָנערן, באַגע­גע­נען זיך מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער אויטאָנאָמער רעפּובליק שטאַט־פֿאַרוואַל­טונג, באַזוכן די רעגיאָנעלע אינסטיטוציעס — דעם ׳ביראָ­בידזשאַנער שטערן׳, אַ ייִדישע צײַטונג, די לאָקאַלע ראַדיאָ און טע­לעוויזיע־סטאַנציע, דעם מוזיי און די שלום־עליכם־ביבליאָטעק. די אָנטיילנעמער וועט מען מהנה זײַן מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער ׳קהלת טעאַטער־טרופּע׳, ספּעציעלע עקסקורסיעס וועלן פֿירן די קורסאַנטן אויף ייִדישע ערטער, וואָס געפֿינען זיך אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט, דעם נײַעם בית־הכּנסת, קאָמונאַלן צענטער, די אַלטע שיל, דעם געשלאָסענעם ייִדישן בית־עולם און דענקמעלער פֿון ייִדישע שרײַבער. די אָנטיילנעמער וועלן אויך מאַכן אַן אויס­פֿלוג צו דער נאָענסטער שטאָט ׳כאַ­באַ­ראָווסק׳, וואָס איז דער צענטער פֿון רוסישן ווײַטן מזרח. מיר וועלן אויך באַזוכן די כינעזישע שטאָט כאַרבין, דעם צענטער פֿון מאַנדזשוריע. די שבתדיקע מאכלים (פּראַ­ווען טיש) וועט מען עסן אינעם לאָקאַלן ׳ייִדישן קאָמונאַלן צענטער׳".

אונטערגעשריבן, ד״ר באָריס קאָטלער­מאַן, רינה קאָסטאַ צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס, בר־אילן אוניווערסיטעט, און אויך חנן באָרדין, ייִדישע אָפּטיילונג פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

איז איידער איך גיי צו צו דער ביראָ­בידזשאַנער מעלדונג, האָב איך זיך דער­מאָנט, ווי אַזוי מיר זײַנען געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן. אַלץ וואָס איך געדענק איז, אַז דער טאַטע מײַנער האָט פֿאַרשלאָסן די טיר פֿון אונדזער דירה אין סאַראַטאָוו. די באַן האָט זיך נישט גערירט פֿון אָרט שעהען לאַנג. געזען ס׳איז שוין צוועלף בײַ נאַכט, האָט דער טאַטע זיך אָפּגערופֿן:

— "קינדערלעך, אַ סימן, אַז מיר דאַרפֿן אויסמײַדן ביראָבידזשאַן. די מישטיינס געזאָגט ייִדישע אויטאָנאָמע רעפּובליק". און מיר זײַנען אַראָפּ פֿון דער באַן.

נישט לאַנג שפּעטער האָט מען געהערט שוידערלעכע נײַעסן פֿון ביראָבידזשאַן און פֿאַרשטאַנען, אַז מיר האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם ביראָבידזשאַנער גיהנום. דאָרט זײַנען אומגעקומען טויזנטער ייִדן, פֿאַרהונגערט געוואָרן צום טויט, אויסגעגאַנגען ווי די פֿליגן פֿון די קראַנקייטן. דאָס רעשטל, וואָס האָט זיך געראַטעוועט, האָט אויסגעפֿעלט ווערטער צו באַשרײַבן די נויט און דאָס אומגליק.

שטעלט אײַך פֿאָר ווי די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פּראָיעקט האָבן שוין גאָרנישט אין זינען, נאָר שלעפּן סטודענטן און גלאַט נײַגעריקע קיין ביראָבידזשאַן. צו וואָס? צו ווען? געבן צו פֿאַרדינען די אָרגאַניזאַטאָרן, די ביראָבידזשאַנער שטאַטסלײַט, וואָס האָבן אונדז ליב ווי אַ קרעציקן הונט. מיר לויפֿן אַהין, וווּ מ׳לעקט פֿון אונדז אָפּ אַ ביינדל. איך ציטער און פֿלאַטער זיי זאָלן זיך נישט דערטראַכטן צו געבן קורסן, חלילה, דאָרט וווּ עס שטייט געשריבן "אַרבעט מאַכט פֿרײַ".

די לעצטע ידיעה ווערט אַנאָנסירט, אַז מען גיט ייִדיש־קורסן אין האָלאַנד. די געשיכטע דערציילט אונדז, אַז ייִדיש האָט מען גערעדט אין האָלאַנד פֿון 17טן יאָרהונדערט אָן, ווען ייִדן האָבן אַרײַנ­געוואַנדערט אַהין פֿון דײַטשלאַנד און פֿון פּוילן. אין 19טן יאָרהונדערט האָט שוין דאָס "מערבֿ־ייִדיש" גענומען פֿאַרגיין, ווען האָלאַנד האָט אָנגענומען ווי איר אָפֿיציעלע שפּראַך — האָלענדיש. דעמאָלט האָט מען שוין געהערט האָלענדיש אין די ייִדישע שולן און שילן. פֿון 20סטן יאָרהונדערט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מזרח־אייראָפּע באַקענט די ייִדישע באַפֿעלקערונג מיט זייער מזרחדיקן ייִדיש. די האָלענדישע שפּראַך האָט אַדאַפּטירט אַ סך ייִדישע ווערטער אין זייער וואָקאַבולאַר: ווערטער ווי: טובֿ (גוט), מים (וואַסער), יאָעט [יוד] (אַ צענערל), און מקום (דאָס אָרט).

וואָס אַן אמת, ווען איך בין געווען אין אַמסטערדאַם, האָב איך אײַנגעקויפֿט אינעם סופּערמאַרקעט וואָס האָט זיך גע­רופֿן "מקום".

"סיעעריעט רעסטען וואַן אין טאַאַל", געשריבן פֿון האַרטאָג בים (1966), אַנט­האַלט אַ שלל ייִדישע און לשון־קודש־ווער­טער, וואָס זײַנען אַרײַן אין דער האָ­לענ­דישער שפּראַך. "העברעעוּווסע ען ייִדישע וואָאָרדען אין העט נעדערלאַנדס" (2002) אַנטהאַלט דעם אויסלייג, אויסדרוק און טײַטש פֿון העברעיִשע און ייִדישע ווערטער אין האָלענדיש, מיט וועלכע מ׳באַנוצט זיך עד־היום. דער אינטערעס אין ייִדיש וואַקסט כּסדר אין האָלאַנד. די ייִדישע פֿונדאַציע "סטיכטינג ייִדיש" איז עטאַבלירט געוואָרן אין 1999 און איז גע­ווידמעט צו פֿאַרשפּרייטן דעם אינ­טע­רעס און וויסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. די "מיראַ ראַפֿאַ­לאָ­וויטש"־ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט ביכער און ייִדישע זשורנאַלן, ווי אויך ייִדי­שע לי­טעראַטור אין האָלענדישער, ענגלי­שער, העברעיִשער און פֿראַנצייזישער איבער­זעצונג, ווי אויך רעפֿערענץ־ביכער. יעדעס יאָר ווערט דורכגעפֿירט אַ ייִדישער סימ­פּאָזיום מיט לעקטאָרן פֿון האָלאַנד און אויסלאַנד. אַ ייִדישער אַרטיסטישער טייל איז אַלע מאָל אַ טייל פֿון דעם סימ­פּאָזיום. דער לעצטער סימפּאָזיום האָט באַהאַנדלט אַבֿרהם סוצקעווערס ווערק, וואָס איז פֿאָרגעקומען נאָוועמבער 9, 2003, אין אַמסטערדאַם. מוזיקאַלישע און לי­טעראַרישע אונטערנעמונגען ווערן אָר­גאַ­ניזירט צוויי מאָל אַ יאָר.

די ייִדישע פֿונדאַציע סטימולירט און גיט זיך אָפּ מיט די ייִדיש־קורסן. איז דאָס מאָל, אָרגאַניזירט דער אַמסטער­דאַמער אוניווערסיטעט. דער פֿאָלקס־אוני­ווערסיטעט פֿון אַמסטערדאַם און דער ייִדישער שטודיע־צענטער אין ליידען, האַלטן אין איין געבן ייִדישע קורסן. ייִדיש־קלאַסן און לייען־קרײַזן זײַ­נען אַקטיוו אין אַמסטערדאַם און גראָנינ­גען "בית־שלום". איך וויל נאָך אַ מאָל דערמאָנען מיראַ ראַפֿאַלאָוויטשעס נאָמען. דאָס איז געווען אַ וווּנדערלעכע פֿרוי מיט גרויס אינטעליגענץ. מיר האָבן זיך באַגעגנט אין אָקספֿאָרד, וווּ מיר האָבן ביידע געהאַלטן לעקציעס. איין נאָכמיטאָג איז מען זיך צונויפֿגעקומען און געפּראַוועט אַן ערבֿ־שבת אויף דער לאָנקע פֿון אונדזער קאָלעדזש. איך און מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש, רינה באָראָ און שורהלע ליפּאָוויסקי האָבן דערציילט מעשׂיות, אַ סך געלאַכט און פּלאַנירט אַ חודש אַ יאָר זיך טרעפֿן אין אַמסטערדאַם און אויפֿשטעלן אַ ייִדישן טעאַטער, מיט ייִדישע אַקטיאָרן, קינסטלער, דראַמאַטורגן, וואָס וועלן אויפֿפֿירן גוטע פּיעסעס איין מאָל אַ יאָר, אויף איין חודש אין אַמסטערדאַם. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון דעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם, מיט דער פּטירה פֿון דער וווּנדערלעכער מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש. דערווײַל האָט איר זיי, די גלאָבאַלע ייִדישע קורסן, וועט איר דאָך וועלן וויסן — וואָס קומט אַרויס דערפֿון? וועל איך אײַך זאָגן, אַ סך פֿון די אָנטיילנעמער זײַנען סתּם ייִדיש־ליבהאָבער, אַ פּאָר זײַנען ערנסטע סטודענטן, און אַ טייל פֿון זיי זוכן פֿאַרווײַלונג. איך אַליין האָב אַ האַנט אין שיקן מײַנע סטודענטן צו דער זומער־פּראָגראַם אין ווילנער אוניווערסיטעט, תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, און אַזוי ווי דער ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט איז אַ טײַער בײַטשל, האַלט עס אָפּ אַ סך פֿון מײַנע סטודענטן אָנטייל צו נעמען. מיט איין וואָרט, עס טוט זיך און עס הייבט זיך מיט די זומערדיקע ייִדישע לימודים, הלוואַי אויף ווײַטער.

טײַערע מרים

טײַערע מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן,
איך האָב געלייענט אײַער גאָר ביטערע קריטיק וועגן די ייִדיש-קורסן אין ביראָבידזשאַן און בין אַ ביסל דערשטוינט. איר זײַט אַזוי אויפֿגערעגט ווײַל איר האַלט אַז מע טאָר אָרגאַניזירן אַזעלכע קורסן נאָר אין אַמעריקע און אין מערבֿ-אייראָפּע? צי האָט איר אַ פּערזענלעכע פּראָבלעם מיט די אָרגאַניזאַטאָרן? איר האָט זיך דען בכלל אַמאָל באַקענט מיט זיי? חנן באָרדין איז מיר באַקאַנט אַ סך יאָרן ווי אַ גאָר וווילער, ערלעכער מענטש און אַ פּרעכטיקער לינגויסט און לערער, ער האָט אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם!! איז אפֿשר וואָלט געווען כּדאַי איר זאָלט וואַרטן ביז די קורסן זײַנען פֿאָרגעקומען און נאָך דעם שעלטן? אויב ס'איז פֿאַראַן וואָס צו קריטיקירן, הייסט עס. סתּם באַשולדיקן אַ גרויסן ייִדישיסט ווי באָרדין אַז ער "שלעפּט מענטשן קיין ביראָבידזשאַן כּדי געבן צו פֿאַרדינען די אָרגאַניזאַטאָרן און די ביראָבידזשאַנער שטאַטסלײַט" איז אַ חופּה און אַ דעפֿאַמאַציע!
אַנדרעאַ פֿידערמוץ