געשיכטע
בן-ציון האָפֿמאַן (צבֿיון)
בן-ציון האָפֿמאַן (צבֿיון)

הלל ראָגאָף האָט אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון 'פֿאָרווערטס'" אַ באַזונדערן קאַפּיטל וועגן די "בונדיסטישע שרײַבער" פֿון "פֿאָרווערטס". ער דערציילט: "בײַ אַב. קאַהאַן איז געווען אָנגענומען, אַז אַ שרײַבער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ בונדישער רעדאַקציע, קען ניט טויגן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס'. און ווען מען האָט מיט אים גערעדט וועגן אָנשטעלן אַזאַ שרײַבער אָדער באַשטעלן בײַ אים אַרטיקלען, איז זײַן ערשטע רעאַקציע געווען 'ניין'. ער האָט זיך פֿאַר אַזוינע שרײַבער 'געשראָקן'.

"פֿונדעסטוועגן, זײַנען די אמת-גוטע שרײַבער פֿון בונדישן לאַגער, די אמת טאַ­לאַנטירטע, פֿריִער אָדער שפּעטער גע­וואָרן מיטאַרבעטער אין 'פֿאָרווערטס'. קאַהאַן האָט ניט געקענט בײַשטיין דעם נסיון פֿון אַרײַננעמען אַ גוטן שרײַבער אַפֿילו אויב ער האָט געהאַט פֿאָראורטיילן אָדער קריוודעס קעגן אים. אויפֿן צעטל פֿון אָט די טאַלאַנטפֿולע בונדיסטן, וואָס זײַנען געוואָרן פּראָמינענטע מיטאַרבעטער פֿון ‚פֿאָרווערטס‘, געהערט דער ערשטער פּלאַץ צו צבֿיונען און אָלגינען. ביידע האָבן געהאַט אין אַ גאָר גרויסער מאָס די ערשטע און וויכטיקסטע קוואַליפֿיקאַציע, וואָס קאַהאַן האָט געזוכט אין אַ מיטאַרבעטער פֿון זײַן רעדאַקציע — די קוואַליפֿיקאַציע פֿון 'קענען גוט שרײַבן', פֿון קענען שרײַבן קלאָר, איינפֿאַך און געשמאַק."

משה אָלגין איז אַ באַזונדערע טעמע, צו וועלכער איך וועל זיך אַ מאָל אומקערן. מײַן כּוונה פֿונעם איצטיקן אַרטיקל איז צו דערמאָנען דעם לייענער, אַז אין משך פֿון יאָרצענדליקער איז צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874־1954) געווען אַ צענטראַלע פֿיגור אויף דער ניו-יאָרקער ייִדישער זשור­נאַ­ליסטישער לאַנדשאַפֿט. פֿאַרן "פֿאָר­ווערטס" האָט צבֿיון געשריבן נאָך פֿון אייראָפּע, בפֿרט פֿון ווילנע, וווּ ער האָט נאָך דער ערשטער רעוואָלוציע אין רוס­לאַנד געאַרבעט אין דער לעגאַלער און אומ­לעגאַלער בונדיסטישער פּרעסע. זינט 1908 האָט ער געלעבט אין אַמעריקע, רעדאַגירט די העברעיִשע טעגלעכע צײַטונג "היום", געווען דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם חודש-זשורנאַל "פֿרײַנד", אַרויסגעגעבן דורכן אַרבעטער-רינג.

אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָר­ווערטס" איז צבֿיון געוואָרן אין 1915. ער האָט געפֿירט אַ פּאָר וויכטיקסטע קאָלומ­נעס און געשריבן עדיטאָריאַלן. בשעת דער שפּאַלטונג אין 1921, ווען אַ צאָל זשור­נאַליסטן זײַנען אַוועק אין דעם קאָמוניסטישן לאַגער, איז צבֿיון אויך געווען אין דער גרופּע "דיסידענטן". אָבער אין קורצן האָט ער זיך באַטראַכט און געקומען צוריק, כּדי שוין מער ניט צו פֿאַרלאָזן די צײַטונג.

צו אילוסטרירן צבֿיונס סטיל, ברענג איך ווײַטער אויסצוגן פֿון זײַן אַרטיקל "ייִדן און אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד" ("פֿאָרווערטס", דעם 24סטן יולי 1921, ז' 3), וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן אַנאַליז פֿון דעם מצבֿ אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט. אין יענער צײַט איז צבֿיון אַרומגעפֿאָרן איבער אייראָפּע און ארץ-ישׂראל און געשריבן רײַזע-נאָטיצן פֿאַר דער צײַטונג. אייניקע פֿון די דאָזיקע נאָטיצן זײַנען שפּעטער איבערגעדרוקט געוואָרן אין צבֿיונס ביכער.

פֿון צבֿיונס רײַזע־נאָטיצן:

בערלין איז, אין אַ געוויסן גראַד, גע­וואָרן אַ ייִדישער צענטער. און דאָס איז ניט אַזוי צוליב דער באַדײַטנדיקער פֿאַר­גרעסערטער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווי צוליב דער גרויסער צאָל ייִדישער אינ­טעליגענץ, וואָס האָט זיך קאָנצענטרירט אין בערלין. עס געפֿינט זיך שוין איצט אין בערלין אַ רעכט ביסל פֿון די באַקאַנטע ייִדישע שריפֿטשטעלער אין אייראָפּע, ווי פֿרישמאַן, שניאור, נאָמבערג אאַז''וו. און קירצלעך דאַרפֿן אָנקומען נאָך עטלעכע, ווי בעל-מחשבֿות (ד״ר עליאַשעוו), בער­געלסאָן, קוויטקאָ אאַז''וו.

אין בערלין איז אויך אַריבערגעטראָגן געוואָרן דער באַוווּסטער ייִדישער ביכער-פֿאַרלאַג, וועלכער האָט זיך געגרינדעט אין קיִעוו מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אונטער דער מיטווירקונג פֿון דער "קולטור-ליגע". דער דאָזיקער פֿאַרלאַג, וועלכער האָט אַנטוויקלט זייער אַ ברייטע טעטיקייט אין אוקראַיִנע, האָט זיך לעצטנס רעאָרגאַניזירט און זיך עטאַבלירט אין בערלין. דאָס איז אַ זייער גרויסע אונטערנעמונג מיט זייער אַ ברייטן פּראָגראַם. אין דער אונטערנעמונג איז אויך פֿאַראינטערעסירט די באַרימטע בוך-דרוקערײַ-פֿירמע "אולשטיין", איינע פֿון די גרעסטע, אויב ניט די גרעסטע בוך-דרוקערײַ-פֿירמע אין דײַטשלאַנד.

אין בערלין געפֿינט זיך איצט אויך אַ רעכט ביסל ייִדישע כּלל-טוער פֿון דעם ייִנגערן טיפּ. די מײַסטע פֿון זיי זײַנען געווען טעטיק אין אוקראַיִנע, הויפּטזעכלעך אויף דעם קולטורעלן געביט. אַרום און אַרום האָט איצט בערלין אַלע עלעמענטן פֿון אַ ייִדישן צענטער.

און די צאָל פֿון דער ייִדישער אינטע­ליגענץ אין בערלין האַלט זיך אין איין פֿאַר­גרעסערן. בערלין איז די ערשטע סטאַנ­ציע, צו וועלכער עס שטרעבן אַלע, וועלכע פֿאָרן אַרויס פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און פּוילן. און ניט בלויז ווײַל בערלין איז די נאָענטסטע גרויסע קולטור-שטאָט אין מערבֿ-אייראָפּע, נאָר אויך צוליב דעם, וואָס די באַדינגונגען פֿון וווין-רעכט זײַנען אין בערלין לײַכטער. האָט מען נאָר אַ וויזע, קען מען זי שוין ווי עס איז פֿאַרלענגערן. דער פּאָליציי-פּרעזידענט פֿון בערלין איז דאָך אַ סאָציאַליסט.

און עס שײַנט, אַז קירצלעך וועט אויך בערלין האָבן אַ ייִדישן טעאַטער. דאָ געפֿינט זיך איצט אַ טייל פֿון דער ווילנער ייִדישער טעאַטער-טרופּע, וועלכע האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט דער אויפֿפֿירונג פֿון אַנ-סקיס "דער דיבוק".

אָט אַזוי ווערט בערלין אַלץ מער פֿאַר­ייִדישט, ניט קוקנדיק אויף די געוואַלד-געשרייען פֿון דער בערלינער אַנטי­סע­מיטישער פּרעסע און די ווילדע העצעס פֿון דער אַנטיסעמיטישער קליקע.