אינעם רעסטאָראַן, פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק אין דער פֿרי, אַ שעה פֿאַר דעם מיטאָג־יאָגעניש |
די מילכיקע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס מע געפֿינט הײַנט אין אַמעריקע סערווירן מער אָדער ווייניקער די זעלבע זאַכן: פּיצע, פֿאַלאַפֿעל, שניטקעס (סענדוויטשעס) און סאַלאַטן — מיט אַנדערע ווערטער, מאָדערן שנעל־עסן.
דער רעסטאָראַן "דײַמאָנד דערי" (Diamond Dairy), אין מאַנהעטן, איז אָבער אין גאַנצן אַנדערש. דאָ עסט מען די היימישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים, וואָס אונדזערע באָבעס פֿלעגן מאַכן: בלינצעס, קאַרטאָפֿל-פּיראָגן, באָרשט, לאָקשן מיט קרויט. און נישט פֿאַרפֿרוירענע שפּײַזן פֿון אַ פֿאַבריק, חלילה, נאָר אַלץ פֿריש צוגעגרייט אויפֿן אָרט.
ווי מע קען פֿאַרשטיין פֿונעם נאָמען, געפֿינט זיך "דײַמאָנד דערי" אויף דער 47סטער גאַס און פֿינפֿטער עוועניו, אינעם האַרץ פֿונעם וועלט־באַרימטן "דײַמאָנד־דיסטריקט" — איינער פֿון די הויפּט־צענטערס אין דער אַלוועלטלעכער דימענט־אינדוסטריע. די אַנדערע צענטערס געפֿינען זיך אין אַנטווערפּן, יאָהאַנעסבורג און מומבײַ, אינדיע. דער ניו־יאָרקער דימענט־ראַיאָן איז שוין פֿון לאַנג באַקאַנט ווי אַ חסידישע "בראַנזשע", און דערפֿאַר, דאַרף טאַקע זײַן אַ פּלאַץ וווּ די פֿרומע ייִדן קאָנען עסן מיטאָג, וואָס האָט חלבֿ־ישׂראל, האָט אַ ייִדישן טעם, קאָסט נישט צו פֿיל, און וווּ מע קאָן דערבײַ אַרײַנכאַפּן אַ מינחה. די "דײַמאָנד דערי" באַפֿרידיקט די אַלע באַדערפֿענישן.
דעם רעסטאָראַן איז אָבער נישט גרינג צו געפֿינען. אַזוי ווי אַ פֿינגערל, וואָס ליגט פֿאַרוויקלט אין אַ גלאַנציק פּודעלע, איז דער "דײַמאָנד דערי" אַליין אַן אומגעריכט אוצרל, באַהאַלטן אינעם גרויסן צירונג־געוועלב, National Jewelers Exchange. כּדי צוצוקומען אַהין, דאַרף מען, צו ערשט, אַרײַנגיין אינעם צירונג־געוועלב, פֿאַרבײַגיין די צענדליקער סוחרים, וואָס זיצן בײַ זייערע וויטרינעס אויסגעשטעלט מיט גאָלדענער און זילבערנער סחורה, אַרויפֿקלעטערן די האַלב־פֿינצטערע טרעפּ, און פּלוצלינג, דאַכט זיך אײַך, אַז איר געפֿינט זיך אין אַ קלאַסישן "לאָנטשאָנעט" (אַן אָרט וווּ מע סערווירט אַ לײַכטן מיטאָג) פֿון די 1950ער יאָרן, אויסגעשטאַט מיט דרייענדיקע טאַבורעטן אַרום עטלעכע האַלב־לבֿנהדיקע בופֿעטן. אין אַ ווינקל, הינטער דער קאַסע, שטייט אַ קליינער אָפּגאָס אויף צו וואַשן זיך נטילת־ידים, און אַ באַזונדער צימערל צו דאַווענען.
דער אייגנטימער, שמואל שטראַוס, אַ פֿרײַנדלעכער, מיטל־יעריקער פֿרומער ייִד מיט אַ גראָ בערדל, שטייט בײַ דער קאַסע, קלינגט אָפּ די חשבונות ("איך בין דער אייגנטימער, דער בוכהאַלטער, דער מענעדזשער — אַלץ צוזאַמען," דערקלערט ער מיט אַ שמייכל), און כאַפּט דערבײַ אַרײַן אַ פּאָר ווערטער מיט כּמעט יעדן קונה — אויף ייִדיש מיט די חסידים; אויף ענגליש מיט די "מאָדערן" פֿרומע און אַלע אַנדערע. און ווער זענען טאַקע די אַלע אַנדערע? הגם דער רעסטאָראַן איז שטרענג כּשר, ציט ער אויך צו די נישט־רעליגיעזע עלטערע ייִדן און אַ וואַקסנדיקע צאָל טוריסטן, סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן. זינט שטראַוס האָט איבערגענומען דאָס געשעפט אין 1992 ("דײַמאָנד דערי" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1955), איז דער רעסטאָראַן געוואָרן אַ סך מער באַקאַנט, אַ דאַנק די פּאָזיטיווע אָפּהאַנדלונגען פֿון אַ צאָל אָנגעזעענע אַמעריקאַנער צײַטשריפֿטן, ווי אויך פֿון די "בלאָגס" אויף דער אינטערנעץ. די "ניו־יאָרק טײַמס" (New York Times), למשל, האָט געלויבט זײַנע בלינצעס ווי "די בעסטע אין ניו־יאָרק", און די "ווילעדזש ווויס" (Village Voice) האָט געשריבן מיט ענטוזיאַזם (הגם אויך מיט אַן אומגעריכטן פּעסימיזם): "גייט אַהין גיך, איידער ער פֿאַרמאַכט זיך!"
אַ צאָל טוריסטן, וואָס קומען אַהין, שלעפּן זיך מיט פֿולע זעק, נאָכן אײַנקויפֿן אין "סאַקס פֿיפֿט עוועניו". די אַנדערע פֿירן זייערע טעכטערלעך בײַ דער האַנט, נאָכן פֿאַרברענגען מיט זיי עטלעכע שעה בײַם שטאַרק פּאָפּולערן ליאַלקע־געשעפֿט American Girl Place, וווּ נישט בלויז מע קויפֿט דאָרט ליאַלקעס, נאָר מע באַשטעלט פֿאַר די ליאַלקעס אויך אַ נײַע פֿריזור און גאַרדעראָב. "אַ משוגענער פּלאַץ!" דערקלערט סטראַוס.
צווישן די "רעגעלערס" (די אָפֿטע קונים) אין "דײַמאָנד דערי" איז דער קאָמיקער דזשעקי מייסאָן, און דער באַקאַנטער חזן פֿון דער "בית־אל"־שיל אין באָראָ פּאַרק, ר׳ משה שטערן. און וואָס זענען די פּאָפּולערסטע מאכלים? בלינצעס, זופּן, טונפֿיש־שניטקעס, דער שאָקאָלאַד "מאַרבל"־טאָרט און דער עפּל־שטרודל. שטראַוס איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין ברוקלין, וווּ זײַן טאַטע האָט געגרינדעט די באַקאַנטע "שטראַוס־בעקערײַ" אין באָראָ־פּאַרק. "פֿאַר די ימים־טובֿים פֿלעג איך אים אַרויסהעלפֿן," האָט שטראַוס דערקלערט. "דאָרטן האָב איך זיך אויסגעלערנט באַקן, און דערפֿילט, אַז דאָס איז עפּעס אַזוינס, וואָס איך וואָלט אַליין געוואָלט טאָן."
שטראַוס האָט אַרבעטער וואָס קאָכן די מאכלים אין קיך, אָבער ער אַליין גרייט אַלץ צו פֿון פֿריִער. "איך מעסט אויס אַלע אינגרעדיענטן אין באַזונדערע כּלים. ווען די אַרבעטער קומען אַרײַן, גייט דאָס קאָכן אַ סך גרינגער. אַזוי קען איך פֿאַרזיכערן, אַז דאָס עסן זאָל האָבן אַ ריכטיקן אונגערישן טעם."