טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויקטאָריאַ סאַפֿראָנאָוואַ (אַריאַדנע) און חן רײַס (טשערבינעטאַ)
וויקטאָריאַ סאַפֿראָנאָוואַ (אַריאַדנע) און חן רײַס (טשערבינעטאַ)

די טעאַטער־קריטיקער פֿון דער פֿרעמ­דער פּרעסע אין ישׂראל באַגעגענען זיך גאַנץ אָפֿט. מ'טרעפֿט זיך, אָבער קיין חבֿרים זײַנען מיר נישט. גאַנץ זעלטן מאַכט מען אַ קאָמענטאַר נאָך אַ געוויסן ספּעקטאַקל, און אויב יאָ, איז עס אויך אויבערפֿלעכלעך, קיינער זאָל, חלילה, נישט צוגנבֿענען בײַם אַנדערן די טיפֿזיניקע אידעע, וואָס ער האָט נישט ווילנדיק אַרויסגעזאָגט. פֿון אַזוי פֿיל מאָל טרעפֿן זיך, פֿון אַזוי פֿיל פֿאָרן צוזאַמען אויף ווײַטע שטרעקעס, שאַפֿט זיך דאָך אַן אָנגעהעריקייט, קיין פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאָרט נישט.

איין ישׂראל־קריטיקער, וואָס שרײַבט אויך אין די אויסלענדישע צײַטונגען, האָט די מעגלעכקייט בײַצוזײַן אויף פֿאַרשיידענע ספּעקטאַקלען אין אויסלאַנד. די אָפּערע "אַריאַדנע אין נאַקסאָס" האָט ער שוין געזען פֿריִער, און לויט זײַן מיינונג האָט די אויסלענדישע אויפֿפֿירונג גאָרנישט צו טאָן מיט דער זעלבער אָפּערע אין דער ישׂראלדיקער ווערסיע. ניין, ס'געפֿעלט אים נישט! ווי קומט זי צו דער אויפֿפֿירונג, וואָס ער האָט געזען אין אויסלאַנד! מיך דווקא איז די דאָזיקע אָפּערע גאַנץ שיין געפֿעלן געוואָרן, און נישט ווײַל איך פֿאָר נישט זען קיין אָפּערעס אין קיין אַנדערע לענדער. די ישׂראלדיקע "אַריאַדנע" האָט קיינעם נישט וואָס מקנא צו זײַן. אַ ספּעקטאַקל אַ "דעליקאַטעס", אַ מאכל פֿאַר מלאָכים.

דער אַנשטאַלט, וואָס מען רופֿט דאָ "די ישׂראל­דיקע אָפּערע", פֿירט אַליין נישט אויס קיין אָפּערע פֿון אָנהייב ביזן סוף. געוויינטלעך, מאַכט זי אַן אָפּמאַך מיט אַן אַנדער אָפּערע־הויז, וווּ ס'ווערט שוין אויפֿגעפֿירט די באַ­שטימ­טע אָפּערע מיט גרויס דערפֿאָלג. פֿון אונד­זער זײַט, לייגן מיר צו צום נדן דעם אָרקעסטער, דעם דיריגענט, צומאָל אויך די זינגער.

לעצטנס, פֿירט אויס אונדזער אָפּע­רע־הויז ספּעק­טאַקלען, וואָס טראָגן אַן אויסגעשפּראָכענעם דער­ציִערישן כאַראַק­טער: פּאָפּו­לערע אָפּערעס (ווי "קאַרמען", "דער ליבע־עליקסיר") ווערן אויפֿגעפֿירט אין אָרעמע קוואַרטאַלן, וווּ די אײַנוווינער האָבן נישט די מעגלעכקייט צו גיין אין אָפּערע, אַפֿילו דאָס וואָרט "אָפּערע" איז זיי קוים באַקאַנט. מיט אָט דער אָפּערע "פֿאַר אָרעמע", פֿאָרט מען אַרום איבערן לאַנד און מען שטעלט זי פֿאָר אין די קלענערע שטעט. די אַנדערע אָפּערעס, אויפֿגעפֿירט אין תּל־אָבֿיבֿ, אין דעם הויז מיטן קלינגענדיקן נאָמען פֿון "קונסטן־רעזידענץ", פֿירט מען אויף די אָפּערעס "אַ לאַ גראַן פֿאַסאָן", מיטן גאַנצן טאַראַראַם, ווי עס פֿירט זיך אין דער גרויסער וועלט, פֿאַר די יעניקע, וועלכע קאָנען באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז פֿאַר אַזאַ לוקסוס.

אָט אַזאַ איז "אַריאַדנע אין נאַקסאָס", די אָפּערע אין איין אַקט און אַ פּראָלאָג פֿון דײַטשישן קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד שטראַוס (1864־1949), ליברעטאָ — הוגאָ פֿאָן האָפֿ­מאַנסטאַל. די אינ­סצענירונג איז פֿון "גראַן טעאַטראָ דעל ליסעאָ", פֿון באַרצעלאָנע.

"אַריאַדנע" זעט אויס, ווי איין אָפּערע אַרײַנגע­פֿלאָכטן אין דער אַנדע­רער; זי האָט אויך סאַטירי­שע אָנצוהערענישן לגבי דער אָפּע­רע־וועלט, אַרויס­זאָגונגען איבער דער אָנ­גענומענער "הויכער קונסט" און די אויפֿ­געקומענע גבֿירים־מעצע­נאַטן. דער פּראָ­לאָג קומט פֿאָר אין דעם הויז פֿון אַן אויפֿגע­קומענעם גבֿיר בעת די צוגרייטונגען צו אַ באַנקעט, וווּ עס וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן — לויט דער באַשטעלונג פֿון באַלעבאָס — אַן ערנסטע אָפּערע ("אַריאַדנע אין נאַקסאָס"), אַ מוזיקאַליש־קאַבאַרעט־פֿאַרווײַלונג מיט אַ פֿײַערוואַרג־ספּעקטאַקל בײַם סוף. אויס מורא אויסצומאַטערן די געסט מיט אַזאַ לאַנגער פּראָגראַם, שלאָגט פֿאָר דער באַלעבאָס פֿאָר­צו­שטעלן צוזאַמען די ערנסטע אָפּערע און די פֿאַרווײַלנדיקע פֿאָרשטעלונג. די וועלכע פֿאַרשטייען עפּעס אין קונסט, שטעלן זיך קעגן דעם פֿאָרשלאָג, בעיקר, דער מחבר פֿון דער אָפּערע, וואָס פֿילט זיך באַליידיקט און וויל פֿאַרלאָזן מיט כּעס דעם גאַנצן פּראָיעקט, אָבער דער פֿאַקט, וואָס ער פֿאַרליבט זיך אין דער קאַבאַרעט־זינגערין, העלפֿט. טאַקע אָט די ישׂראלדיקע זינגערין חן רײַס, אין דער ראָלע פֿון דער שטיפֿערקע טשערבינעטאַ איז זוכה צו די לאַנגדויערנדיקע אַפּלאָדיס­מענטן, וואָס שטעלן אָפּ אויף אַ לאַנגער ווײַלע די פֿאָרזעצונג פֿון דער פֿאָרשטעלונג.

און וואָס ווײַזט זיך אַרויס? אַז אַ צו­זאַ­מענבינדונג פֿון הויכער קונסט מיטן פֿאַר­ווײַלנדיקן ספּעקטאַקל ווערט פֿאַר­וואַנדלט דורכן קאָמפּאָזיטאָר, דעם מחבר פֿון טעקסט, די זינגער, דעם דיריגענט אָשר פֿיש, די קאָס­טיומען און די בינע־רעקוויזיטן אין אַ וווּנדער שיינעם ספּעקטאַקל, וואָס פֿאַר­ווײַלט אין משך פֿון צוויי שעה און רופֿט אַרויס גוטע געפֿילן אין דער זעלבער מאָס.