אין די לעצטע חדשים זײַנען מיר געוואָרן עדות, ווי אין די געוועזענע סאַטעליטן־לענדער — סײַ פֿון די, וואָס זײַנען געווען אַ טייל פֿונעם געקראַכטן ראַטן־פֿאַרבאַנד און סײַ די אומאָפּהענגיקע מדינות — קומט פֿאָר אַן אויפֿברויז פֿון אַנטי־רוסישע שטימונגען. מיר וועלן דאָ זיך נישט אַרײַנלאָזן אינעם באַטראַכטן די סיבות פֿון דער דערשײַנונג; זיי ליגן באַגראָבן אין טיפֿע היסטאָרישע און אידעאָלאָגישע שיכטן פֿון צווישנבאַציִונגען. מיר ווילן בלויז באַטאָנען, אַז ווי אַ רעזולטאַט און אַ קרבן פֿון אָט די דערשײַנונגען זײַנען געפֿאַלן, קודם־כּל, די דענקמעלער, לזכּרון די אומגעקומענע סאָוועטישע סאָלדאַטן, בעתן באַפֿרײַען די דאָזיקע פֿעלקער פֿון דער נאַצישער אָקופּאַציע.
די שיטה פֿון אָפּרעכענען זיך מיט טויטע אויפֿן חשבון פֿון לעבעדיקע, איז אונדז, ייִדן, גוט באַקאַנט. וועגן דעם זאָגן עדות די הונדערטער חרובֿ געמאַכטע בית־עולמס אויף די שטחים פֿון אייראָפּע און דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אויף אַ שטייגערישן אופֿן קאָן מען עס דערקלערן מיט דער ווילדקייט פֿונעם המון, פֿאַרטשאַדעט פֿון בראָנפֿן און חייִשער שׂינאה צו די ייִדישע שכנים, וואָס "שטעלן אויף זייער וווילשטאַנד אויפֿן באַראַבעווען און אָפּנאַרן די אָרטיקע באַפֿעלקערונג".
ווי אַזוי קאָן מען עס אָבער דערקלערן, ווען די מיאוסע מעשׂים קומען פֿאָר אויף אַ מלוכישן אופֿן? בפֿרט ערבֿ דעם גרעסטן יום־טובֿ פֿון 20סטן יאָרהונדערט — דעם טאָג, ווען די מענטשהייט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער ברוינער מגפֿה. זעט אויס, אַז אַפֿילו די הייליקסטע זאַכן פֿון מענטשלעכער עקזיסטענץ — דער אָנדענק נאָך די אומגעקומענע העלדן — ווערט צעביטן, ווי קליינגעלט, אין די הענט פֿון פּאָליטיקאַנען.
אַלץ שיטערער און שיטערער ווערן די רייען פֿון די אַמאָל בראַווע יאַטן און מיידלעך, וואָס אויף זייער בלוט און לײַב איז אויפֿגעקומען דער נצחון. אויף זייער שווייס און קריזש זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון רויִנען שטעט און לענדער נאָכן נצחון; געבוירן קינדער און דערצויגן אייניקלעך — נײַע דורות געבראַכט אויף דער וועלט. צי איז דאָ אַזאַ פּרײַז, אַ מין מידת־הרחמים, וואָס וואָלט געקאָנט געלייגט וועגן צו זייערע פֿיס, ווי אַ מינדסטער סימן פֿון אונדזער אָנערקענונג?!
מיר קוקן אויף זייערע פֿאַרעלטערטע פּנימער, און לייענען די געשיכטע פֿון די שרעקלעכסטע קאַפּיטלעך. צי האָבן מיר פֿון זיי עפּעס אָפּגעלערנט פֿאַרן הײַנט און פֿאַרן מאָרגן? צי איז אויסגעוואָרצלט געוואָרן די שׂינאה פֿון איין מענטשן צו אַ צווייטן, פֿון איין פֿאָלק צו אַן אַנדער פֿאָלק? צי האָבן זיך אָפּגערופֿן אין די הערצער פֿון אונדזער נאָך־מלחמהדיקן דור די קלאַנגען פֿון יענע שבֿועות, וואָס די איצט באַיאָרטע וועטעראַנען האָבן אַמאָל אַרויסגעבראַכט בײַ דער פֿאַררויכערטער און פֿאַרשׂרפֿטער שלאַנגען־נעסט: "אָפּהיטן דעם שלום, ווי אַ שוואַרצאַפּל אין אויג!"
אַ סך פֿראַגעס קומען אויף בשעתן אַרײַנקוקן אין די אויגן פֿון די אַלטע מלחמה־וועטעראַנען; אָבער זעלטן ווער טוט עס הײַנט. בלײַבן זיי שטיין אַליין בײַ די שוין אָפּגעבליאַקעוועטע פֿאָנען, אונטער וועלכע זיי זײַנען אַמאָל געפֿירט געוואָרן אין די טויט־אַטאַקן; מיט די גלאַנצנדיקע אויף דער וועסנע־זון שלאַכט־באַלוינונגען, און שטילע דערמאָנונגען וועגן אומגעקומענע פֿרײַנד און פֿאַרברענטע טעג און נעכט, וואָס זינקען אַלץ טיפֿער אַרײַן אינעם זכּרון...
איז אפֿשר וואָלט שוין גענוג געווען צו פֿירן אַ מלחמה מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט; ספּעקולירן מיט היסטאָרישע פֿאַקטן לטובֿת אַ ווײַליקן באַשלוס, אַ הײַנטיקער פּאָליטישער קאָניונקטור. דווקא דאָס אויסבאַהאַלטן דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה, רופֿט לעצטנס אַרויס אַ נישט־געזונטע, פֿאַרקריפּלטע רעאַקציע בײַ די פֿעלקער און לענדער, וואָס האָבן געליטן סײַ פֿון די נאַצישע און סײַ פֿון די קאָמוניסטישע רעפּרעסיעס. אַלץ ווערט צונויפֿגעוואָרפֿן אין איין קופּע. באַקומט זיך טאַקע אַזוי, אַז די נאַציאָנאַליסטישע רעגירונגען אין די בײַבאַלטישע, אוקראַיִנישע, פּוילישע און אַנדערע לענדער מאַניפּולירן מיט די פֿאַקטן, וואָס זיי ווייסן נישט גענוי און וואָס רוסלאַנד פֿאַרשווײַגט זיי, באַוווּסטזיניק, אָדער צוליב דעם עקשנותדיקן טיפּשות.
צווישן די לייענער און מחברים פֿון "פֿאָרווערטס" זײַנען דאָ נישט ווייניק פֿון די מלחמה־קעמפֿער, וואָס האָבן "מיט נאַגאַנעס אין די הענט" אָפּגעקעמפֿט די צוקונפֿט פֿאַר זיך, זייערע קינדער און אייניקלעך. מיר באַגריסן אײַך האַרציק פֿאַר דעם ליכטיקן טאָג, וואָס איר האָט אים דערמעגלעכט צו ווערן אַ שׂימחה. לאַנג לעבן זאָלט איר!