דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קריטישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָוועטישער רעזשים איז געוואָרן מילדער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָריטאַרער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּעריאָדישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּובליקאַציעס, עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קולטורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך.
דערבײַ זײַנען די אידעאָלאָגישע אײַנשטעלונגען פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס, גאַנץ אָפֿט ניט צונויפֿגעפֿאַלן מיט דעם אינהאַלט פֿון אייניקע פּובליקאַציעס, בפֿרט פֿונעם אָפּטייל פֿון דער ליטעראַרישער קריטיק. דאָס איז געווען דער איינציקער "אָפֿיציעלער" מקור פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם עבֿר און הײַנט פֿון דער ייִדישער קולטור ניט בלויז אין רוסלאַנד, נאָר אויך אין אויסלאַנד.
פֿון סאַמע אָנהייב אָן האָט "סאָוועטיש היימלאַנד" באַטאָנט זײַן אָנגעהעריקייט צו דער טראַדיציע פֿון דער "קיִעווער גרופּע", וועלכע האָט דאָמינירט אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור אין די 1930ער־1940ער יאָרן. דווקא די קיִעווער קריטיקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער — משה ליטוואַקאָוו, אַהרן גורשטיין, יצחק נוסינאָוו, נחום אויסלענדער, יחזקאל דאָברושין, מאיר ווינער — האָבן באַשטימט די עסטעטישע פּרינציפּן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור ווי אַ געמיש פֿון נאַציאָנאַלן ראָמאַנטיזם און סאָציאַליסטישן רעאַליזם. כּמעט אַלע זײַנען זיי אומגעקומען בעת די סטאַלינישע רדיפֿות אָדער אויפֿן פֿראָנט. איבערגעלעבט די דאָזיקע שווערע יאָרן האָט בלויז נחום אויסלענדער, וועלכער איז געשטאַנען בראָש פֿונעם קריטישן אָפּטייל פֿונעם זשורנאַל אין משך פֿון די ערשטע צוויי יאָר. שוין אינעם ערשטן נומער האָט אויסלענדער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן רעצענזיע אויף דער זאַמלונג פֿון אָשר שוואַרצמאַנס דיכטונג, וואָס איז דערשינען אין 1961. דער קיִעווער דיכטער שוואַרצמאַן, וועלכער איז אומגעקומען בעתן בירגער־קריג אין 1919, איז געווען דער אָפֿיציעלער "גרינדער פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָעזיע".
אין תּוך גענומען, איז דער אויפֿקום פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור אין די 1960ער יאָרן געווען מעגלעך אַ דאַנק צוויי סיבות. ערשטנס, האָבן די פּעדאַגאָגישע אינסטיטוטן אין מאָסקווע, קיִעוו, מינסק צוגעגרייט אין די 1930ער יאָרן דעם נײַעם דור פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס איז נאָך געווען טעטיק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן. די צווייטע סיבה איז געווען די סאָוועטישע אַנעקסיע פֿון מיזרח־פּוילן, באַלטישע רעפּובליקן, בעסאַראַביע און צפֿון־בוקאָווינע אין 1939־1940. ביידע גרופּעס האָבן בײַגעטראָגן אין דער נײַער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, יעדע אויף איר אייגענעם אופֿן. די, וואָס זײַנען אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן באַקומען אַ סיסטעמאַטישע בילדונג אין ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון דעם מאַרקסיסטיש־לעניניסטישן שטאַנדפּונקט. די "מערבֿניקעס" זײַנען געווען כּסדר לינק־געשטימט אָבער ניט דאָגמאַטיש, און דערבײַ האָבן זיי געהאַט ברייטערע קולטורעלע האָריזאָנטן, סײַ אין דער וועלט־קולטור סײַ אין דער ייִדישער און העברעיִשער קולטור.
דער ערשטער נומער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט זיך געעפֿנט מיט דעם דירעקטיוון עדיטאָריאַל, וועלכער האָט געדאַרפֿט באַשטימען די ריכטונג פֿון דער נײַער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. דער הויפּט־רעדאַקטאָר האָט פּראָקלאַמירט: "אין גרויסע צײַטן בליִען אויף גרויסע זשאַנרען", דאָס הייסט, דער ראָמאַן און די פּאָעמע. ער האָט געהייסן זײַנע קאָלעגן, זיי זאָלן שאַפֿן אַ נײַעם העלד, וואָס האָט "אָפּגעוואָרפֿן דעם שווערן לאַסט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט" און זיך גענומען בויען די נײַע קאָמוניסטישע געזעלשאַפֿט, אין איינעם מיטן גאַנצן סאָוועטישן פֿאָלק.
אָבער דער אינהאַלט פֿונעם זשורנאַל האָט ניט אין גאַנצן אָפּגעשפּיגלט ווערגעליסעס פּאָזיציע. דער ערשטער ראָמאַן — עליע שעכטמאַנס "ערבֿ", איינע פֿון די בעסטע ווערק אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין המשכים אין 1962, האָט געשילדערט ניט דעם סאָוועטישן הײַנט, נאָר דאָס ייִדישע לעבן אין פּאָלעסיע ערבֿ דער רעוואָלוציע פֿון 1905. די דיכטונג פֿון שמואל האַלקין, וועלכער איז געשטאָרבן אין 1960, איז געווען דורכגעזאַפּט מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאָטיוון און האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דעם ייִנגערן דור סאָוועטישע דיכטער. אינעם דריטן נומער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" איז דערשינען אַן אַרטיקל פֿון יעקבֿ שטערנבערג "אַן אָנהייב פֿון אַ שמועס וועגן ליטעראַטור־קריטיק", וווּ דער בעסאַראַבער דיכטער האָט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן אייניקע פֿון ווערגעליסעס פּרינציפּן. "רעדן וועגן די פֿאָרגייער — הייסט אויך רעדן וועגן זיך... מען האָט זיך פֿאָרמירט ניט פֿון ׳באָזשי דוך׳ (געטלעכן גײַסט) און ניט אין וואַקווּם. און ציִען ווײַטער די גאָלדענע קייט פֿון דער אייגענער ליטעראַטור — הייסט ניט נאָכמאַכונג, נאָר המשך". דערבײַ האָט שטערנבערג ספּעציעל באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון דער ירושה פֿון משה ליטוואַקאָוו, אַ פֿאַרברענטן קאָמוניסט און אַ שעצער פֿון דעם ייִדישן וואָרט.
אינעם זעלבן נומער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל פֿון משה נאָטאָוויטש וועגן זײַן לערער אינעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, דעם ליטעראַטור־פֿאָרשער מאיר ווינער. אין איינעם מיט ווינערן האָט נאָטאָוויטש מיט דרך־ארץ דערמאָנט אַנדערע נעמען: מאַקס עריק, דאָברושין, נוסינאָוו, אויסלענדער, גורשטיין, וועלכע געהערן צו דעם "קיִעווער" קאַנאָן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. נאָטאָוויטש, שטערנבערג און אַנדערע קריטיקער האָבן מיט התמדה אויפֿגעשטעלט דעם היסטאָרישן פֿונדאַמענט פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע. קודם־כּל, האָט מען מחיה־מתים געווען די נעמען און די ווערק פֿון די פֿאָרשטייער פֿון דער "קיִעווער גרופּע" און פֿון די קלאַסיקער, אָבער פֿון מאָל צו מאָל האָט מען דערמאָנט אויך די נעמען פֿון די ניט־סאָוועטישע ליטעראַטן, ווי למשל, משה־לייב האַלפּערן, אליעזר שטיינבאַרג און איציק מאַנגער.
די רעסטאַוורירטע סאָוועטישע טראַדיציע האָט דערמעגלעכט צו "כּשרן" ניט בלויז די אַלטע, נאָר אויך אייניקע נײַע ניט־סאָוועטישע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צום סוף פֿון זײַן פּרטימדיקער פּאָזיטיווער רעצענזיע אויף דן מירונס העברעיִשן בוך "שלום עליכם, פּרקי מסה" (תּל־אָבֿיבֿ), באַמערקט דער קריטיקער אַהרן ראַסקין מיט אַ באַפֿרידיקונג: "ד. מירון איז סומך אויף די אַרבעטן פֿון סאָוועטישע פֿאָרשער, דער עיקר, פֿון מ. ווינער". ראַסקינס רעצענזיע איז אַרויס אין 1972; מיט אַ יאָר שפּעטער וואָלט מען מן־הסתּם שוין ניט געטאָרט אַזוי לויבן אַ ישׂראלדיקן פֿאָרשער.
די סאָוועטישע ייִדישע קריטיקער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט סטאַלינס טעראָר, האָבן אויסגעצייכנט גוט באַהערשט דעם סטיל פֿון שרײַבן און לייענען "צווישן די שורות". מען האָט כּסדר באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די קריטישע אַרטיקלען מיט געהעריקע ציטאַטן פֿון די אַלטע און נײַע קאָמוניסטישע קלאַסיקער. ווען מען האָט בדעה געהאַט אַרויסצוזאָגן עפּעס דרייסט, האָט מען זיך אָפֿט פֿאַררופֿן אויף אַ רוסישן שרײַבער אָדער קריטיקער, מ׳זאָל, חלילה, אים ניט חושד זײַן אין דער "נאַציאָנאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע". אָבער מיט דער צײַט איז די צאָל קריטיקער און זייערע לייענער געוואָרן אַלץ קלענער, און די "גאָלדענע קייט" איז געוואָרן אַלץ דינער. די הויפּט־פּראָבלעם פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור איז געווען דאָס אויפֿשטעלן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ בילדונג־סיסטעם אויף דער ייִדישער שפּראַך, אָבער דאָס איז שוין געווען מחוץ דעם תּחום פֿון דער ליטעראַרישער קריטיק.