|
די נײַע ״אוהל־יעקבֿ״־שיל אין מינכן |
Getty Images |
אַזוינס האָט מינכן שוין לאַנג נישט געזען. דעם 9טן נאָוועמבער, אין דער פֿרי, באַגלייט פֿון טויזנטער פּאָליציאַנטן, איז איבערן צענטער פֿון דער שטאָט דורכגעגאַנגען אַ פּראָצעסיע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט די פּאָליטישע גדולים פֿון דײַטשלאַנד: פּרעזידענט האָרסט קיאָלער, וויצע־קאַנצלער, דער ספּיקער פֿון בונדעסטאַג, מיניסטער־פּרעזידענט פֿונעם לאַנד בײַערן, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, פֿירער פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, דער בירגעמײַסטער פֿון מינכן און דער מינכנער עפּיסקאָפּ, ווי אויך אַ סך געסט פֿון אויסלאַנד — דער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, עדגאַר בראָנפֿמאַן; דער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין דײַטשלאַנד — בסך־הכּל איבער טויזנט מענטשן. אין דער ערשטער ריי האָט מען געקאָנט זען די רבנים מיט ספֿרי-תּורה פֿון דער אַלטער שיל. די גאַנצע פּראָצעסיע איז געגאַנגען צו דער נײַער שיל "אוהל־יעקבֿ".
אָנגעהויבן האָט זיך די געשיכטע פּונקט מיט 68 יאָר צוריק, ווען אין דײַטשלאַנד האָט זיך דורכגעטראָגן דער בלוטיקער אַנטי־ייִדישער פּאָגראָם, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן ווי די "קרישטאָלנאַכט". צווישן די פֿאַרברענטע שילן איז געווען אויך די אָרטאָדאָקסישע שיל "אוהל־יעקבֿ". אמת, ס'רובֿ ייִדן אין דער שטאָט האָבן געהערט צו דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, און די הויפּט־שיל, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף דעם יאַקאָבס־פּלאַץ, האָט מען אָפּגעווישט פֿונעם אָרט מיט עטלעכע חדשים פֿריִער, באַלד נאָך היטלערס באַפֿעל. געטאָן האָט מען עס אויפֿן חשבון פֿון דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
וואָס שייך דער שיל "אוהל־יעקבֿ", זײַנען אַלע חפֿצים אין דער שיל פֿאַרברענט געוואָרן, אָבער דער בנין אַליין, וואָס איז געשטאַנען לעבן "קאַרלס־פּלאַץ" האָט נישט שטאַרק געליטן. כּמעט אין גאַנצן האָבן אים חרובֿ געמאַכט די אַמעריקאַנער און ענגלישע באָמבעס בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. און דאָך, איז נאָך געבליבן אַ האָפֿענונג, אַז מע וועט די שיל קאָנען אויפֿשטעלן. פֿון דעם פּלאַן אָבער האָט די שטאָטישע פֿירערשאַפֿט זיך אָפּגעזאָגט. ס'איז אונטערגעשריבן געוואָרן אַן אָפּמאַך מיט דער קוים זשיפּענדיקער ייִדישער קהילה, וואָס ס'רובֿ פֿון איר זײַנען געווען פֿרומע פּוילישע און רומענישע פּליטים (נאָכן באַפֿרײַען מינכן, אין 1945, זײַנען דאָרט לעבן געבליבן בלויז 85 ייִדן), וווּ די מאַכט האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצובויען אַ נײַע שיל. פֿאַר וואָס די דאָזיקע בויונג האָט זיך פֿאַרצויגן אויף פֿופֿציק יאָר, איז הײַנט שוין שווער צו דערקלערן. מעגלעך, אַז די שוואַכע ייִדישע קהילה האָט נישט באַגײַסטערט די שטאָט־פֿירערשאַפֿט צו פּטרן מיליאָנען אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע פּראָיעקטן.
אַלץ האָט זיך געביטן אין 1991, ווען אין לאַנד האָבן אָנגעהויבן אָנקומען די ייִדישע עמיגראַנטן פֿון דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין אָנהייב האָט מען זיך מיט זיי דערפֿרייט, אָבער די שׂימחהדיקע שטימונג האָט זיך גיך געביטן אויף אַן אַנטוישונג — סײַ בײַ דער אָרטיקער ייִדישער פֿירערשאַפֿט און סײַ בײַ דער דײַטשישער מאַכט. פֿון די געקומענע ייִדן איז בלויז יעדער דריטער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה. און דאָך, האָט זיך די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מינכן פֿאַרגרעסערט פֿון 4.5 ביז 9 טויזנט נפֿשות. דער סטאַטיסטישער פֿאַקט האָט דערמעגלעכט דער דעמאָלטיקער פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִדישער קהילה, שאַרלאָטע קנאָבלאָך (איצט שטייט זי בראָש דעם צענטראַל־ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד), אַרויסצושלעפּן פֿונעם אַרכיוו דעם אָפּמאַך פֿון די 50ער יאָרן און אַרויספֿאָדערן בײַ דער שטאָט־מאַכט פֿון דעם בײַערן־לאַנד אויפֿצובויען אַ נײַע שיל. אויסגענוצט אירע פֿאַרבינדונגען און השפּעה אין די בײַערישע הויכע פֿענצטער, האָט די פֿרוי, על־פּי־נס איבערגעלעבט דעם חורבן, זיך דערשלאָגן, אַז דער מינכנער מוניציפּאַליטעט זאָל אויסטיילן אַ באָדן אויף דעם "יאַקאָבס־פּלאַץ", פּונקט אויפֿן זעלבן אָרט, וווּ ס'איז אַמאָל געשטאַנען די הויפּט־שיל פֿון דער קאָנסערוואַטיווער קהילה. עס איז אויסגעטיילט געוואָרן געלט און מיט דרײַ יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן די בויונג פֿון דער שיל און דעם קהילה־צענטער.
און אָט, דעם 9טן נאָוועמבער, בײַ דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע, האָט דער בירגערמײַסטער פֿון מינכן, קריסטיאַן אודע, איבערגעגעבן דער פֿרוי שאַרלאָטע קנאָבלאָך דעם שליסל פֿון דער נײַער שיל, וואָס מ'האָט איר געגעבן דעם נאָמען "אוהל־יעקבֿ", אין אָנדענק פֿון דער אַלטער אָרטאָדאָקסישער שיל. אַרום דער שיל ווערט איצט געבויט דער נײַער קולטור־צענטער פֿון דער קהילה, מיט אַ ביבליאָטעק, אָנהייב־שול, קינדער־גאָרטן, ספּאָרטזאַל, מוזיי און קאַפֿע. דאָס בויען וועט אָפּקאָסטן דער מלוכה 70 מיליאָן יוראָ (91 מיליאָן דאָלאַר).
דער פּרעזידענט פֿון דײַטשלאַנד, האָרסט קיאָלער, האָט בעת דער דערעפֿענונג בפֿירוש באַטאָנט, אַז אין לאַנד וואַקסן, צום באַדוירן, קסענאָפֿאָבישע און אַנטיסעמיטישע שטימונגען, אָבער ער האָט צוגעזאָגט צו פֿאַרשטאַרקן דעם קאַמף קעגן די עקסטרעמיסטישע כּוחות. דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון בײַערן, עדמונד שטויבער, האָט געזאָגט, אַז אָן די באַמיִונגען פֿון פֿרוי קנאָבלאָך, וואָלט דער פּראָיעקט נישט רעאַליזירט געוואָרן. פֿרוי קנאָבלאָך אַליין האָט אין איר וואָרט געמאָלדן: "הײַנט, דעם 9טן נאָוועמבער 2006, קאָן מען זיכער זאָגן, אַז מיר, ייִדן, זײַנען ווידער געוואָרן אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד, אונדזער לאַנד, און די נײַע שיל איז געוואָרן פֿאַר אונדז אַ בריק אין דער צוקונפֿט".
באמת אַן אָפּטימיסטישע מעלדונג; נישט אַלע אָבער זײַנען אַזוי זיכער אין דעם, אַז די ייִדן האָבן אין דײַטשלאַנד אַ צוקונפֿט.