‫פֿון רעדאַקציע

די דעמאָקראַטישע "איבערקערעניש" אין קאָנגרעס האָט דאָס מאָל ווידער באַשטעטיקט דעם פֿאַרשפּרייטן זאָג, אַז אויב אין וואַשינגטאָן גיט מען אַ ניס, פֿילט מען דאָס פֿאַרקילעכץ אינעם ווײַטסטן ווינקעלע פֿון דער וועלט.

מע דאַרף זאָגן, אַז אויף אַזאַ "ניס" האָט מען אין דער וועלט אַרויסגעקוקט, סײַדן, דער קינדיש־מאַכטהאָבערישער פּרעזידענט בוש האָט עס נישט דערוואַרט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער פֿריִערדיקער פּרעמיער-מיניסטער אַריאל שרון האָט מיט קרובֿ זעקס יאָר צוריק אָפּגעשטאַט זײַן ערשטן וויזיט אין ווײַסן הויז ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג, האָט אים דער פּרעזידענט בוש אויפֿגענומען זייער העפֿלעך, אָבער נישט זייער פֿרײַנדלעך. דאָס איז געווען נאָך שרונס ערשטן אויסוואַל אין פֿעברואַר 2001. דער גאַסטגעבער האָט די רעזומירנדיקע פּרעסע-קאָנפֿערענץ נאָך זייער באַגעגעניש "אונטער פֿיר אויגן" פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָפֿענעם וויכּוח, אין וועלכן עס זענען געקומען צום אויסדרוק די חילוקי-דעות צווישן די צוויי מנהיגים.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע ״אוהל־יעקבֿ״־שיל אין מינכן
אַזוינס האָט מינכן שוין לאַנג נישט געזען. דעם 9טן נאָוועמבער, אין דער פֿרי, באַגלייט פֿון טויזנטער פּאָליציאַנטן, איז איבערן צענטער פֿון דער שטאָט דורכגעגאַנגען אַ פּראָצעסיע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט די פּאָליטישע גדולים פֿון דײַטשלאַנד: פּרעזידענט האָרסט קיאָלער, וויצע־קאַנצלער, דער ספּיקער פֿון בונדעסטאַג, מיניסטער־פּרעזידענט פֿונעם לאַנד בײַערן, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, פֿירער פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, דער בירגעמײַסטער פֿון מינכן און דער מינכנער עפּיסקאָפּ, ווי אויך אַ סך געסט פֿון אויסלאַנד — דער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, עדגאַר בראָנפֿמאַן; דער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין דײַטשלאַנד — בסך־הכּל איבער טויזנט מענטשן. אין דער ערשטער ריי האָט מען געקאָנט זען די רבנים מיט ספֿרי-תּורה פֿון דער אַלטער שיל. די גאַנצע פּראָצעסיע איז געגאַנגען צו דער נײַער שיל "אוהל־יעקבֿ".

פּובליציסטיק

אַ דעמאָנסטראַנט רופֿט צו באַפֿרײַען דעם שפּיאָן דזשאָנאַטאָן פּאָלאַרד פֿון תּפֿיסה, פֿאַרן ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, אין ירושלים, דעם 6טן פֿעברואַר 2005
דעם 21סטן נאָוועמבער וועט ווערן 21 יאָר זינט דעם אַרעסט פֿון דזשאָנאַטאַן פּאָלאַרד, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש פֿאַר מדינת־ישׂראל. פּאָלאַרד האָט געדינט אין דער אויסשפּיר־אָפּטיילונג פֿון דעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט און ער האָט זיך דערוווּסט, אַז די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן פֿון דער אויסשפּיר־אַגענטור גיבן נישט איבער געוויסע אינפֿאָרמאַציעס צו ישׂראל, צו וועלכע זיי זענען פֿאַרפֿליכטעט לויט אַן אָפּמאַך צווישן ביידע לענדער.

טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַדע סאָנץ אין דער ראָלע פֿון נעמי גליק אין פּרץ מאַרקישס פּיעסע ״דער אויפֿשטאַנד אין געטאָ״
דאָס איז געווען אין טשערנאָוויץ, וווּהין דער קיִעווער ייִדישער מלוכה־טעאַטער האָט זיך אומגעקערט פֿון מיטל־אַזיע אין פֿעברואַר 1945.

די דירעקציע פֿונעם טעאַטער פֿלעגט פֿון צײַט צו צײַט אָרגאַניזירן קורצע גאַסטראָלן. דאָס מאָל זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן קיין בעלץ, דער בעסאַראַבער שטאָט, אין וועלכער ס׳האָבן דאַן, אין 1948, געלעבט אַ סך ייִדן, וועלכע האָבן געגאַרט צו הערן פֿון דער בינע אַ ייִדיש וואָרט. מיר האָבן געבראַכט צו פֿירן יעקבֿ גאָרדינס שטייגער־דראַמע "מירעלע אפֿרת". די ראָלע פֿון מירעלע, דער הויפּט־באַזיצערין פֿון אַ גרויס האַנדלס־געשעפֿט, האָט געשפּילט אונדזער ערשטע אַקטריסע אַדע סאָנץ.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פּרשה ווערט דערציילט, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט געשיקט זײַן געטרײַען קנעכט, אליעזר, קיין אַרם נהרים צו געפֿינען דאָרט די באַשערטע בת־זוג פֿאַר זײַן זון יצחק, און אַז ער איז געקומען צום ברונעם אויסער דער שטאָט, האָט ער תּפֿילה געטאָן (ווי באַלד ער ווייס דאָך ניט, ווער איז די באַשערטע כּלה פֿאַר יצחקן), אַז דער אויבערשטער זאָל פֿירן אַזוי, אַז ער, אליעזר, זאָל באַלד אָנטרעפֿן דאָס מיידל, וואָס דאַרף זײַן יצחקס זיווג. דערציילט די תּורה: "ויהי הוא טרם כּילה לדבר, והנה רבֿקה יוצאת וגו׳" — אַז נאָך איידער ער האָט געענדיקט רעדן אין זײַן תּפֿילה צום אויבערשטן, און אָט איז רבֿקה שוין אַרויסגעקומען... און ער האָט זיך באַלד איבערצײַגט, אַז זי איז די, וואָס דאַרף ווערן יצחקס פֿרוי.

אַמעריקע
פֿון

אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס ווערן פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם, מעג מען פֿאַרהאַלטן אויף אַן אומבאַגרענעצטער צײַט, און זיי האָבן נישט קיין רעכט אָנצוקלאָגן וועגן דעם אין די ציווילע געריכטן, האָט מאָנטיק דערקלערט די בוש־אַדמיניסטראַציע. דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער לעגאַלער וויכּוח אינעם קאַמף פֿאַר די רעכט פֿון די אַרעסטאַנטן, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם.

טעאַטער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"חילופֿים" איז דער ערשטער אַקאַדעמישער זשורנאַל אין עסטרײַך, וואָס איז געווידמעט דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער קולטור. "די טעמע פֿון אונדזער זשורנאַל איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע פֿון אַלטערטום ביז הײַנט, דער לעבעדיקער קולטורעלער אויסטויש צווישן ייִדן און אומות־העולם און די פֿילזײַטיקע פּנימער פֿון ייִדישע אידענטיטעטן" — אַזוי פֿאָרמולירן די רעדאַקטאָרן פֿונעם נײַעם זשורנאַל זייער אויפֿגאַבע. אַ ספּעציעלן טראַף שטעלן זיי אויף דער פֿילזײַטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער שאַפֿונג ווי אויך אויף די קעגנזײַטיקע השפּעות צווישן ייִדן און זייערע שכנים. דער זשורנאַל דערשײַנט צוויי מאָל אַ יאָר און ווערט אַרויסגעגעבן דורך דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור־געשיכטע בײַם זאַלצבורגער אוניווערסיטעט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

מאָנטיק, דעם 13טן נאָוועמבער האָט מען אין דער ירושלימער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט" פּרעזענטירט דאָס ערשט־דערשינענע זאַמלבוך פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדישן פּאָעט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו — "די ווינטערדיקע מנורה". די אונטערנעמונג האָט געעפֿנט דער פֿאָרזיצער פֿון דער "קולטור־געזעלשאַפֿט", מרדכי דוניץ און עס האָבן זיך באַטייליקט מיכאל בן־אַברהם, אַנקאַ שמיר, חיה ליפֿשיץ, אַבֿרהם פֿירסטענבערג, עלי ביידער און די אלמנה, שושנה בעלאָוסאָוו.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר וואָלט מען געקענט אָפּמערקן דעם 120סטן יובֿל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. דער פֿאַקט, וואָס מע האָט די דאַטע ניט געפֿײַערט, ווײַזט דעם נעבעכדיקן מצבֿ פֿון סאָציאַליזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בפֿרט פֿון דעם ייִדישן סאָציאַליזם. אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס יאָר 1886 איז געווען אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער פֿאָר-געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס".

רעצעפּטן

ס׳איז אַ שאָד, וואָס דער דעסערט קומט צום סוף פֿון אַ מאָלצײַט. נישט געקוקט אויף דעם, ווי געשמאַק ער זעט אויס, איז מען ביז דעמאָלט שוין אַזוי זאַט, אַז מע קען זיך צו אים אַפֿילו נישט צורירן. דערצו, אַז מע היט אָפּ וויפֿל קאַלאָריעס מע "שלינגט אַראָפּ", מײַדט מען אויס דעם נאָכבײַסן, ווײַל מע האָט מורא, ס׳וועט נאָך פֿעטער מאַכן.