טעאַטער

אַדע סאָנץ אין דער ראָלע פֿון נעמי גליק אין פּרץ מאַרקישס פּיעסע ״דער אויפֿשטאַנד אין געטאָ״
אַדע סאָנץ אין דער ראָלע פֿון נעמי גליק אין פּרץ מאַרקישס פּיעסע ״דער אויפֿשטאַנד אין געטאָ״
דאָס איז געווען אין טשערנאָוויץ, וווּהין דער קיִעווער ייִדישער מלוכה־טעאַטער האָט זיך אומגעקערט פֿון מיטל־אַזיע אין פֿעברואַר 1945.

די דירעקציע פֿונעם טעאַטער פֿלעגט פֿון צײַט צו צײַט אָרגאַניזירן קורצע גאַסטראָלן. דאָס מאָל זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן קיין בעלץ, דער בעסאַראַבער שטאָט, אין וועלכער ס׳האָבן דאַן, אין 1948, געלעבט אַ סך ייִדן, וועלכע האָבן געגאַרט צו הערן פֿון דער בינע אַ ייִדיש וואָרט. מיר האָבן געבראַכט צו פֿירן יעקבֿ גאָרדינס שטייגער־דראַמע "מירעלע אפֿרת". די ראָלע פֿון מירעלע, דער הויפּט־באַזיצערין פֿון אַ גרויס האַנדלס־געשעפֿט, האָט געשפּילט אונדזער ערשטע אַקטריסע אַדע סאָנץ.

די בינע־אַרבעטער האָבן גענומען אויפֿשטעלן די דעקאָראַציע, דאָס מעבל; און דאָ האָט מען זיך געכאַפּט, אַז מ׳האָט פֿאַרגעסן נעמען מירעלעס פֿאָטעל. וואָס טוט מען? אינעם קולטור־הויז, וווּ מיר האָבן באַדאַרפֿט שפּילן, האָט זיך קיין אָנשטענדיקער פֿאָטעל ניט געפֿונען. און דאַן האָב איך, זײַענדיק פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג, געעצהט אַ זוך צו טאָן אַ פּאַסיקן פֿאָטעל בײַ דער "אָרטיקער באַפֿעלקערונג". און שטעלט זיך פֿאָר — געפֿונען. עמעצער האָט מיר אונטערגעזאָגט, אַז ניט ווײַט פֿונעם קולטור־הויז וווינט אַ פֿרוי, אַ דאָקטערשע, בײַ וועלכער ס׳איז פֿאַראַן אַן אַלטמאָדישער פֿאָטעל. אמת, מיט דרײַ וואָכן צוריק איז בײַ איר געשטאָרבן דער מאַן, אויך אַ דאָקטער, צי אַן אַדוואָקאַט, אָבער זי וועט ניט אָפּזאָגן; מע באַדאַרף זי נאָר גוט אַ בעט טאָן.

און אָט די גוטע און טײַערע פֿרוי האָט טאַקע ניט אָפּגעזאָגט.

שלעפּן דעם פֿאָטעל, ווי איר פֿאַרשטייט, האָט פֿאַר מיר ניט געפּאַסט, פֿאָרט אַ רעזשיסאָר! דערצו האָב איך נאָך מורא געהאַט, אַז ער וועט "מירעלען" ניט געפֿעלן ווערן, האָב איך זי געבעטן צוגיין מיט מיר, אַ קוק צו טאָן דעם פֿאָטעל. זי איז אײַנגעגאַנגען.

אַרײַנגעקומען אין הויז און דערזען די פֿרוי, איז אַדע דערשטוינט געוואָרן, און יענע פֿרוי אויך.

— ריטע?

— אַדע?

אַ ווײַלע זײַנען זיי געשטאַנען ווי פֿאַרגליווערטע, דערנאָך צוגעלאָפֿן איינע צו דער אַנדערער, זיך אַרומגענומען און צעוויינט זיך.

ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי זײַנען חבֿרטעס פֿון די קינדער־יאָרן, געלערנט זיך אין איין קלאַס פֿון דער גימנאַזיע (געווען איז דאָס אין בערדיטשעוו), צוזאַמען אָנגעקומען זיך לערנען אין קיִעוו, אויף די פֿרוייִשע מעדיצינישע קורסן, דערנאָך געאַרבעט, ווי מעדיצינישע שוועסטער, אין מיליטערישע שפּיטעלער, און אין 1919 איז זיך זייער וועג צעגאַנגען; אַדע איז געוואָרן אַן אַקטריסע, און ריטע האָט חתונה געהאַט און זיך אַריבערגעקליבן קיין בעסאַראַביע, וועלכע איז צו יענער צײַט איבערגעגאַנגען צו רומעניע. פֿון דאַן אָן האָבן זיי גאָרנישט ניט געוווּסט איינע פֿון דער אַנדערער...

אַדעס׳ טאַטע האָט געהערט צו דער סוחרישער גילדיע, געווען זייער אַ חשובֿער מענטש אין בערדיטשעוו, וועמען מע האָט געגלייבט אויף נאמנות, אַזוי ווי איר באַליבט געשטאַלט — מירעלע אפֿרת. און נאָך איז איר טאַטע געווען אַ געבילדעטער מענטש, ליב געהאַט ביכער, טעאַטער, מאָלערײַ.

אַדע יעפֿימאָוונע דערמאָנט זיך:

"אַ שניייִקער ווינטער. אויף אַ שליטעלע פֿירט מען זי צו צום טעאַטער. אַ העל־באַלויכטענע בינע. און אויף איר — יום־טובֿדיק פֿאַרפּוצטע מענטשן; זיי זינגען, טאַנצן, לאַכן... אין דער היים וואַרפֿט זי אויף זיך אַרויף אַ לײַלעך און פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ גוטער כּישוף־מאַכערין, קעניגין און אַ שניימיידעלע".

פֿון דעם האָט זיך אָנגעהויבן איר ליבע צום טעאַטער. מיט 12 יאָר שפּעטער איז זי צום ערשטן מאָל אַרויסגעטראָטן אויף דער בינע. געשפּילט אַ קייסעריניע אינעם מעשׂהלע "צווישן קווייטן".

די קאָמערציעלע שול, אין וועלכער אַדע האָט זיך געלערנט נאָך דער גימנאַזיע, האָט זי פֿאַרענדיקט מיט אַ זילבערנעם מעדאַל און אָנגעהויבן אַרבעטן אין איינער אַ האַנדלונגס־פֿירמע, אָבער די אַרבעט איז איר ניט געווען צום האַרצן. אין 1916, אין סאַמע ברען פֿון דער מלחמה, פֿאָרט זי אַוועק קיין קיִעוו דורכצומאַכן די פֿרוייִשע מעדיצין־קורסן; זי אַרבעט ווי אַ באַרעמהאַרציקע שוועסטער אין אַ שפּיטאָל און איינצײַטיק באַזוכט אַדע טאַלנאָווסקיס דראַמאַטישע שול.

אין יענע ברויזנדיקע יאָרן, זײַנען אין קיִעוו אויפֿגעקומען ניט ווייניק נײַע טעאַטערס, טעאַטראַלע סטודיעס, און צווישן זיי — די טעאַטראַלע סטודיע בײַ דער ייִדישער געזעלשאַפֿט "קולטור־ליגע", וועלכער ס׳איז באַשערט געווען צו ווערן דער אָנהייב פֿונעם קומענדיקן כאַרקאָוו־קיִעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער אויף שלום־עליכמס נאָמען. גלײַך האָט זיך אין דעם טעאַטער באַוויזן אַדע סאָנץ, וואָס איז גיך געוואָרן איינע פֿון די בעסטע סטודיאַנטקעס.

די סטודיע איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע. צווישן אירע שעפֿער זײַנען געווען אָנגעזעענע ייִדישע קולטור־טוער: דער טאַלאַנטפֿולער שרײַבער, דוד בערגעלסאָן; ליטעראַרישער קריטיקער און רעדאַקטאָר, משה ליטוואַקאָוו; איינער פֿון די עלטסטע אַקטיאָרן, יעקבֿ ליבערט; די רעזשיסאָרן: אפֿרים לויטער, יוסף קונין, אַלעקסיי סמירנאָוו; די שרײַבער: יחזקאל דאָברושין, נח לוריע, דוד וואָלקנשטיין; די באַרימטע בינע־מײַסטערס: קעטאַ מאַרדזשאַנישווילי, סטאַניסלאַוואַ וויסאָצקאַיאַ; באַלעטמײַסטער, מיכאַיִל מאַרדקין; ליטעראַרישע און געזעלשאַפֿטלעכע טוער: יוסף ברעגמאַן, הענעך קאַזאַקעוויטש, נחמן מײַזעל און אַנדערע.

אַלץ איז פֿאַר דער יונגער, טאַלאַנטירטער אַקטריסע געווען אין דער סטודיע גינסטיק. אין 1925 האָט די רעגירונג פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע אָנגענומען אַ באַשלוס צו שאַפֿן אין כאַרקאָוו, אין דער דעמאָלטיקער הויפּט־שטאָט פֿון דער רעפּובליק, אַן אַלאוקראַיִנישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער. די ערשטע פֿאָרשטעלונג — "פּורים־שפּיל" — האָט געשטעלט אפֿרים לויטער. געשטעלט אין נוסח פֿון וואַכטאַנגאָווס באַוווּסטער "טוראַנדאָט־פּרינצעסין" און גראַנאָווסקיס פֿריִע שטעלונגען אינעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער. די ראָלע פֿון דער שיינער אסתּר־המלכּה האָט געשפּילט אַדע סאָנץ...

אין 1930 האָט דער טעאַטער געפֿײַערט זײַן פֿינף־יאָריקן יוביליי. אין שײַכות מיט אָט דער דאַטע האָבן אַדע סאָנץ, פֿײַ זאַסלאָווסקי און דער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אפֿרים לויטער, באַקומען דעם ערן־טיטל "פֿאַרדינסטפֿולער אַקטיאָר פֿון דער אוקראַיִנישער רעפּובליק". זיי זײַנען געווען די ערשטע פֿאַרדינסטפֿולע אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

אין 1934, ווען די רעגירונג פֿון אוקראַיִנע איז אַריבערגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו, איז "פֿאַרבײַגייענדיק" ליקווידירט געוואָרן דער כאַרקאָווער טעאַטער. ס׳האָט געזאָלט הייסן, אַז ס׳פֿאַראייניקן זיך צוויי טעאַטערס — דער כאַרקאָווער און קיִעווער. פֿאַקטיש, איז דאָס געווען אַ ווײַטערדיקער טראָט אויפֿן וועג צו פֿאַרטיליקן די ייִדישע קולטור.

דאָס איז געווען זייער אַ ווייטיקלעכער פּראָצעס. אייניקע אַקטיאָרן זײַנען אויף אַ צײַט געבליבן אָן אַרבעט; אַנדערע — האָבן פֿאַרלאָזט די ייִדישע בינע, אָדער בכלל געביטן זייער פּראָפֿעסיע.

אַדע סאָנץ און איר מאַן, דניאל סטריזשעווסקי, וועלכער איז צו יענער צײַט געווען ניט נאָר אַ פֿירנדיקער אַקטיאָר, נאָר אויך אַ רעזשיסאָר, זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען פֿאַרבעטן אינעם פֿאַראייניקטן טעאַטער. אָבער זאָגן, אַז זיי איז גרינג געווען זיך צו אַדאַפּטירן אין די נײַע באַדינגונגען, קאָן מען ניט. צו פֿיל ערשטקלאַסיקע בינע־מײַסטערס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין איין טעאַטער.

קאָן זײַן, אַז טאַקע דערפֿאַר האָבן זיי דעם גאַנצן 1936—1937 טעאַטער־סעזאָן געשפּילט אינעם רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער אין דער שטאָט דניעפּראָפּעטראָווסק. דאָרטן האָט אַדע סאָנץ אויסגעפֿילט איינע פֿון אירע בעסטע ראָלעס — וואַסאַ זשעלעזנאָוואַ אין מאַקסים גאָרקיס פּיעסע מיטן זעלבן נאָמען. אָפּרופֿן פֿון דער טעאַטראַלער קריטיק זײַנען געווען אויסגעצייכנטע.

זיך אומגעקערט פֿון דניעפּראָפּעטראָווסק, האָט אַדע סאָנץ ממשיך געווען איר אַרבעט אינעם קיִעווער ייִדישן טעאַטער.

אין אַפּריל 1941 האָט דער טעאַטער געשטעלט פּרץ מאַרקישס דראַמע "כּל־נדרי", אין וועלכער ס׳האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט די געשעענישן ערבֿ יום־כּיפּור, 1939, גלײַך נאָך דעם, ווי די רויטע אַרמיי האָט פֿאַרנומען דאָס קליינע שטעטל. אַדע סאָנץ האָט מיט גרויס באַגײַסטערונג געשפּילט די ראָלע פֿון הדסה, די טאָכטער פֿונעם ייִדישן תּלמיד־חכם אַהרן־לייב, וואָס איז נאָר וואָס באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער פּוילישער תּפֿיסה. די פּרעמיערע איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג, אָבער אַרויספֿאָרן קיין אָדעס, אויף זומער־גאַסטראָלן, האָט דער טעאַטער שוין ניט באַוויזן. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה.

דאָס ערשטע יאָר האָבן אַדע סאָנץ מיט איר מאַן זיך געפֿונען אין דער באַשקירער שטאָט אופֿאַ און געשפּילט אינעם אָרטיקן רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער. אָבער זומער 1942 האָט דער קיִעווער טעאַטער באַנײַט זײַן טעטיקייט אין דער קאַזאַכסטאַנישער שטאָט דזשאַמבול, און זיי קומען גלײַך אַהין. ס׳האָבן זיך ווידער אָנגעהויבן אָנגעשטרענגטע שעפֿערישע טאָג־טעגלעכקייטן.

דערנאָך איז געווען טשערנאָוויץ, וווּ דער טעאַטער האָט געשפּילט די לעצטע פֿינף יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ. חוץ די שוין באַקאַנטע ראָלעס, זײַנען געווען אויך נײַע: נעמי אין פּרץ מאַרקישס "דער אויפֿשטאַנד אין געטאָ"; מיסיס קאַרלסאָן אין אײַזיק הובערמאַנס קאָמעדיע "כּדאַי צו לעבן אויף דער וועלט", און נאָך אַ צווייטע מיסיס דזשייקאָבסאָן אין איציק פֿעפֿערס "לחיים"; ווײַטער — דעם גבֿיר סענדער בלאַנקס נידערטרעכטיקע טאָכטער רבֿקה אין דער סאַטירישער קאָמעדיע, לויט שלום־עליכמס ראָמאַן "סענדער בלאַנק און זײַן געזינדל", און נאָך אַ ריי פֿירנדיקע ראָלעס אין די איבערגעזעצטע פֿון רוסיש פּיעסעס, דערונטער יעלענאַ אַנדרייעוונאַ אין טשעכאָווס דראַמע "דער פֿעטער וואַניע".

דאָס לעצטע מאָל האָב איך געזען אַדע סאָנץ אויף דער בינע, ווען אין אָנהייב פֿון די זעכציקער יאָרן איז קיין טשערנאָוויץ געקומען צו פֿאָרן פֿון דניעפּראָפּעטראָווסק דער רוסישער דראַמאַטישער טעאַטער. מע האָט געשפּילט די דראַמע פֿונעם ענגלישן דראַמאַטורג קראָנינען "בראָדיִוס שלאָס". אַדע סאָנץ, וועלכע איז צוזאַמען מיט איר מאַן ווידער אַריבערגעגאַנגען אין אָט דעם טעאַטער גלײַך נאָך דעם ווי אונדזער טעאַטער, און אַלע אַנדערע ייִדישע טעאַטערס, זײַנען אין אָנהייב פֿופֿציקער יאָרן געשלאָסן געוואָרן, האָט געשפּילט אין אָט דער פֿאָרשטעלונג אַ באָבעשי; גוט געשפּילט, זייער גוט, אַנדערש שפּילן האָט זי בכלל ניט געקאָנט.

אין גיכן (אין 1963) איז געשטאָרבן איר מאַן (אין דער נאַכט, ווען ס׳איז דערפֿאָלגרײַך דורכגעגאַנגען די פּרעמיערע פֿון זײַנער אַ פֿאָרשטעלונג), און נאָך דעם — אין דרײַ יאָר אַרום — איז אַוועק פֿונעם לעבן אויך זי, אַדע סאָנץ, די ערשטע ייִדישע פֿאַרדינסטפֿולע אַקטריסע פֿון אוקראַיִנע. זאָל איר נאָמען ניט פֿאַרגעסן ווערן.