פּובליציסטיק

אַ דעמאָנסטראַנט רופֿט צו באַפֿרײַען דעם שפּיאָן דזשאָנאַטאָן פּאָלאַרד פֿון תּפֿיסה, פֿאַרן ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, אין ירושלים, דעם 6טן פֿעברואַר 2005
אַ דעמאָנסטראַנט רופֿט צו באַפֿרײַען דעם שפּיאָן דזשאָנאַטאָן פּאָלאַרד פֿון תּפֿיסה, פֿאַרן ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, אין ירושלים, דעם 6טן פֿעברואַר 2005
Getty Images
דעם 21סטן נאָוועמבער וועט ווערן 21 יאָר זינט דעם אַרעסט פֿון דזשאָנאַטאַן פּאָלאַרד, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש פֿאַר מדינת־ישׂראל. פּאָלאַרד האָט געדינט אין דער אויסשפּיר־אָפּטיילונג פֿון דעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט און ער האָט זיך דערוווּסט, אַז די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן פֿון דער אויסשפּיר־אַגענטור גיבן נישט איבער געוויסע אינפֿאָרמאַציעס צו ישׂראל, צו וועלכע זיי זענען פֿאַרפֿליכטעט לויט אַן אָפּמאַך צווישן ביידע לענדער. די אינפֿאָרמאַציעס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו די צוגרייטונגען אין איראַק אויפֿן געביט פֿון אַטאָמישן געווער און סאַדאַמס פּלענער פֿון כעמישן געווער; די סאָוועטישע געווער־טראַנספּאָרטן אין די אַראַבישע לענדער; די קאַפּאַציטעטן פֿון איראַק און סיריע אויפֿן געביט פֿון גאַז און ביאָלאָגישן געווער; די אָנשטרענגונגען פֿון פּאַקיסטאַן אויפֿצובויען אַן אַטאָמישע באָמבע און נאָך אַנדערע. דאָס האָט אים זייער באַאומרויִקט און פֿאַרדראָסן. ער האָט נישט געקאָנט אײַנהאַלטן זײַן כּעס און מסכּים זײַן מיט דעם, אַז די פֿירער פֿון זײַן לאַנד זײַנען גלײַכגילטיק צום גורל פֿון מדינת־ישׂראל.

פּאָלאַרד האָט גוט געוווּסט וואָס פֿאַר א לעבנס־וויכטיקע אינפֿאָרמאַציעס ישׂראל האָט איבערגעגעבן דער אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אַגענטור, ווי: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באָדן־לופֿט ראַקעטן "סאַם 6", פּראָדוצירט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד; אינפֿאָרמאַציע וועגן די סאָוועטישע "מיג 2" און "מיג 3" עראָפּלאַנען; לופֿט־פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון סאָוועטישע סאַטעליטן און אַ שלל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן סאָוועטיש געווער, וואָס אַזוינס האָבן די אַמעריקאַנער נישט געהאַט געזען.

ווען די אַמעריקאַנער זענען געקומען צום אויספֿיר, אַז זיי קענען נישט דורכברעכן דעם צוים פֿון די סאָוועטישע אַנטי־עראָפּלאַן־ראַקעטן, האָט ישׂראל פֿאַרזאָרגט אַמעריקע מיט מיטלען זיי דורכצוברעכן, און די סאָוועטן האָבן געמוזט בײַטן זייערע אַלע ראַקעטן־אײַנריכטונגען אין די לענדער פֿונעם וואַרשעווער מיליטערישן פּאַקט.

אַ דאַנק ישׂראל, האָבן די אַמעריקאַנער געקאָנט פֿאָרשטעלן דער גאַנצער וועלט איינע פֿון "זייערע" גרעסטע אויסשפּיר־דערפֿאָלגן: ניקיטאַ כרושטשאָווס רעדע אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956 (נאָך סטאַלינס טויט) וועגן אָנהייב פֿון דעם דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס. דער ישׂראל־"מוסד" האָט אַרויסבאַקומען די דאָזיקע רעדע און זי איבערגעגעבן דעם אַמעריקאַנער .C.I.A.

פּאָלאַרד האָט געוווּסט וועגן שלאַכט־איבונגען פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי, וועלכע זענען צושטאַנד געקומען אויפֿן גרונט פֿון די ישׂראלדיקע פּלענער און אײַנריכטונגען. ער האָט געקענט די בשותּפֿותדיקע ישׂראל־אַמעריקאַנער איבונג־פּראָגראַם און די גרויסע נוצן פֿון דעם פֿאַר די אַמעריקאַנער. ער האָט געהאַט פּרטים וועגן ישׂראלס בײַטראָג אויפֿן געביט פֿון דער אַמעריקאַנער עלעקטראָנישער אויסשפּיר־סיסטעם און דער אַנטוויקלונג פֿון געווער־אײַנריכטונגען. און אין דער זעלבער צײַט האָט ער געזען אין זײַן אָפּטיילונג מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן געדאַרפֿט איבערגעגעבן ווערן צו ישׂראל, לויטן אָפּמאַך פֿאַר קאָלאַבאָראַציע און אויסטויש פֿון אינפֿאָרמאַצע.

פּאָלאַרד איז געקומען צום אויספֿיר, אַז זײַן לאַנד איז נישט מקיים אירע צוזאָגן, און אַז די אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אַגענטורן גיבן נישט איבער די לעבנס־וויכטיקע מאַטעריאַלן צו זייער שותּף, מדינת־ישׂראל. האָט ער דעריבער באַשלאָסן איבערצוגעבן די דאָזיקע מאַטעריאַלן אַליין און אַזוי אַרום בײַטראָגן צו ישׂראלס זיכערהייט; נישט זעענדיק אין זײַן האַנדלונג קיין פֿאַרראַט לגבי זײַן היימלאַנד, אַמעריקע.

פּאָלאַרד האָט געדענקט, אַז אויב די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע איז גרייט אָנצוהאַלטן קאָנטאַקטן מיט PLO, וואָס באַדראָט ישׂראל, און איז גרייט מפֿקיר צו זײַן די ייִדישע מדינה, אַזוי ווי פּרעזידענט רוזוועלט האָט מפֿקיר געווען די ייִדן קורץ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועט ער, מיט איבערגעבן די מאַטעריאַלן, בײַטראָגן צו דער פֿאַרטיידיקונג פֿון מדינת־ישׂראל.

אַזוי ווי פּאָלאַרד האָט נישט געקאָנט פֿאָטאָגראַפֿירן זײַן מאַטעריאַל אין זײַן ביוראָ, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אײַנריכטונג אין דער וווינונג פֿון פּאָלאַרדס ישׂראלדיקן קאָנטאַקט־מענטש פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע. פּאָלאַרד האָט גענומען מיט זיך אַהיים די אָריגינעלע דאָקומענטן בײַם סוף פֿון אַרבעטס־טאָג פֿרײַטיק. אויפֿן וועג אַהיים פֿון דער אַרבעט האָט ער די דאָקומענטן איבערגעגעבן זײַן קאָנטאַקט־מענטש — יעדעס מאָל אין אַן אַנדערן פּלאַץ. דער קאָנטאַקט־מענטש האָט די דאָקומענטן פֿאָטאָגראַפֿירט דורכן שבת און זונטיק, און נאָך דעם זיי צוריקגעגעבן פּאָלאַרדן, וועלכער האָט די דאָקומענטן צוריקגעבראַכט אין זײַן ביוראָ מאָנטיק פֿרי.

ווען די מיליטער־לײַט אַרום פּאָלאַרדן האָבן אָנגעהויבן אים חושד זײַן און פּאָלאַרד האָט דערפֿילט, אַז ער איז אין אַ צרה, האָט ער פּרובירט צו אַנטלויפֿן אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן. זײַן קאָנטאַקט־מענטש אין דער אַמבאַסאַדע האָט אים געהאַט צוגעזאָגט, אַז אויב עס וועט פּאַסירן אַ שטערונג, וועט שטענדיק זײַן גרייט פֿאַר אים אַ מעגלעכקייט צו אַנטלויפֿן פֿון אַמעריקע.

"האָסט נישט וואָס צו זאָרגן" — האָט ער אים צוגעזאָגט — "אויב עפּעס וועט פּאַסירן, וועט אַ ספּעציעלע ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט דיך און דײַן פֿרוי אַרויסראַטעווען".

אָבער דער זיכערהייטס־מענטש אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע האָט אים אַרויסגעטריבן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די צוזאָגן וועגן ראַטעווען האָבן נישט געהאַט קיין דעקונג. פּאָלאַרד איז אַרעסטירט געוואָרן און פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אייביקער תּפֿיסה, מיט אַ רעקאָמענדאַציע אים קיין מאָל נישט צו באַפֿרײַען. זײַן פֿרוי, אַן, האָט באַקומען 5 יאָר תּפֿיסה.

רודאָלף דזשוליאַני, וועלכער האָט זיך פֿאַרנומען מיט באַגנעדיקונג־בקשות אין דער רייגען־אַדמיניסטראַציע, און איז געווען פֿון די איינציקע, וואָס האָט געזען דעם גאַנצן באַשולדיקונג־מאַטעריאַל קעגן דזשאָנאַטאַן פּאָלאַרד, האָט דערקלערט, אַז פּאָלאַרד האָט פֿאַר די זינד, וועלכע ער איז באַגאַנגען, באַקומען אַ שווערערע שטראָף ווי אַנדערע באַשולדיקטע אין די זעלבע עבֿירות.

רודאָלף דזשוליאַני האָט דערקלערט: "פּאָלאַרד איז דער איינציקער מענטש אין דער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אייביקער תּפֿיסה פֿאַרן שפּיאָנירן לטובֿת אַן אַליִיִרטער מדינה. די מאַקסימאַלע שטראָף, וואָס עס האָט באַקומען אַן אַנדער שפּיאָן פֿון אַן אַליִיִרטער מדינה — אַ געוויסער סטיווען לאַלאַס, וועלכער האָט שפּיאָנירט פֿאַר גריכנלאַנד — איז געווען 14 יאָר טורמע.

"אייביקע תּפֿיסה האָט באַקומען נאָר דער, וואָס האָט שפּיאָנירט פֿאַר אַ פֿײַנטלעכער מדינה — ווי פֿאַרן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — ווי צום בײַשפּיל, אַ געוויסער אָלדריך איימס. אין דער צײַט ווען איימס איז באַשולדיקט געוואָרן אין פֿאַרראַט און אין טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן טויט פֿון 11 אַמעריקאַנער אַגענטן, איז פּאָלאַרד באַשולדיקט געוואָרן אין איבערגעבן געהיימע אינפֿאָרמאַציע צו אַן אַליִיִרטער מדינה — אַ זינד, פֿאַר וועלכער די מאַקסימאַלע שטראָף איז הײַנט 10 יאָר תּפֿיסה".

אַזוי ווי די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען נישט כאַראַקטעריזירט דורך גלײַכקייט פֿון פֿליכטן און פֿאַרפֿליכטונגען, האָט ישׂראל געמוזט לייקענען, אַז זי האָט שפּיאָנירט אין אַמעריקע. וואָס עס טאָר נישט טאָן דער ייִנגערער ברודער, מעג טאָן דער עלטערער; אַמעריקעס 'צענטראַלע אויסשפּירונג־אָרגאַניזאַציע’ שפּיאָנירט אין ישׂראל און געוויסע אינפֿאָרמאַציע וואָס זי באַקומט דורך שפּיאָנאַזש — ספּעציעל, אויפֿן געביט פֿון ישׂראלדיקע קאַמפֿס־מיטלען — ווערן אַפֿילו אָפֿט פּובליקירט.

די ישׂראלדיקע וואָרטזאָגער האָבן דערפֿאַר געמוזט לייקענען זייער פֿאַרבינדונג מיט פּאָלאַרדס טעטיקייט און דערקלערט, אַז "אויב עס איז יאָ פֿאָרגעקומען עפּעס אַ שפּיאָנאַזש־אַקציע מצד פּאָלאַרדן איז עס בלויז געווען אַ פּריוואַטער ענין און גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט דער אײַנשטעלונג פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע". אָבער ישׂראלס פֿאַרלייקענונג וועגן איר פֿאַרבינדונג מיט פּאָלאַרדס טעטיקייטן האָט אין אַמעריקע קיינעם נישט איבערצײַגט.

נאָך אַן עפֿנטלעכן געראַנגל, וואָס פּאָלאַרדס משפּחה האָט געפֿירט, מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, און נאָך יאָרן פֿון נישט וועלן עפּעס טאָן פֿאַר פּאָלאַרדס באַפֿרײַונג, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג אים באַלוינט, אין יאָר 1996, מיט דער ישׂראלדיקער בירגערשאַפֿט.

צוויי יאָר שפּעטער, האָט מדינת־ישׂראל אָנערקענט פּאָלאַרדן ווי אַ שפּיאָן, וואָס האָט געהאַנדלט אין איר שליחות און באַפֿולמעכטיקונג.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן ביז איצט אָפּגעוואָרפֿן אַלע בקשות פֿון ישׂראל אים צו באַגנעדיקן. די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה האַלט זיך אָפּ פֿון באַטייליקן זיך אין דעם דאָזיקן ענין, כּדי נישט צו ווערן באַשולדיקט אין טאָפּלטער לאָיאַליטעט.

ווען ישׂראלס פֿינאַנץ־מיניסטער, יעקבֿ נאמן, האָט באַזוכט פּאָלאַרדן אין זײַן טורמע־צעל, האָט פּאָלאַרד באַשולדיקט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַז זיי טוען גאָרנישט אים צו באַפֿרײַען, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס עס איז קלאָר, אַז ער איז געווען אַ קרבן פֿון דער אַמעריקאַנער אַפּיזמענט־פּאָליטיק פֿון איראַק אין יענע יאָרן. פּאָלאַרד טענהט, אַז די אַמעריקאַנער זענען געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער שאַפֿונג, פֿלעגונג, פֿינאַנצירונג און שטאַרקונג פֿונעם איראַקישן מאָנסטער, באַשטראָפֿנדיק ישׂראל, הלמאי זי האָט געוואַגט צו וואָרענען קעגן סאַדאַם כוסיינס כּוונות. און ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, זײַנען די ישׂראלדיקע וואָרענונגען טאַקע געווען אויפֿריכטיקע.

ממש פֿאַר דער איראַקישער אַרײַנדרינגונג אין קוּווייט האָבן באַזוכט איראַק די אַמעריקאַנער סענאַטאָרן, וועלכע האָבן געלויבט סאַדאַם כוסיינען, און אַמעריקע האָט אים געגעבן ברייטהאַרציקע הלוואות און גאַראַנטיעס. די אַמעריקאַנער האָבן געהאָלפֿן אויפֿצובויען די איראַקער אַרמיי און זיי, מיט זייער שווײַגן, האָבן מסכּים געווען, אַז סאַדאַם זאָל קויפֿן נישט בלויז קאָנווענציאָנעלע געווער בײַ די מערבֿדיקע געזעלשאַפֿטן. די אַמעריקאַנער פּרעסע האָט פֿאַר אים אויסגעדריקט שבֿחים און בלויז דרײַ טעג פֿאַר דעם ווי סאַדאַם האָט אָקופּירט קוּווייט איז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע געווען שאַרף קעגן לײַכטע סאַנקציעס, וואָס דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט געוואָלט אַרויפֿלייגן אויף איראַק.

די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין אין איראַק, אייפּריל גלאַספּי, האָט צוגעזאָגט סאַדאַמען, לויט אַ פֿאַראָרדענונג פֿון וואַשינגטאָן, אַז די בוש־אַדמיניסטרציע וועט זיך נישט מישן אין אַזוינע אינערלעכע ענינים ווי איראַקס סכסוך מיט קוּווייט. אַזוי, אַז סאַדאַם האָט געהאַט אַ גוטע סיבה צו באַטראַכטן די צוזאָגן פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין, ווי אַ גרינע ליכט צו אָקופּירן קוּווייט.

ווען די ישׂראלדיקע דערציִונגס־מיניסטאָרין, לימאר לבֿנת, האָט באַזוכט פּאָלאַרדן אין דער תּפֿיסה, האָט ער געטענהט, אַז ער פֿילט זיך ווי אַן אַגענט, וואָס זײַנע שיקער האָבן אים פֿאַרראַטן. נאָך דעם ווי ישׂראל האָט, סוף־כּל־סוף, אָנערקענט פּאָלאַרדן ווי אַ "ישׂראלדיקן אַגענט", האָט פּאָלאַרד אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט מיט דעם, אָבער אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס האָט קיין שום ווערט נישט אַזוי לאַנג ווי די ישׂראלדיקע רעגירונג ווענדט זיך נישט צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג מיט אַן אָפֿיציעלער ביטע אים צו באַפֿרײַען.

פּאָלאַרד באַשולדיקט די אַמעריקאַנער רעגירונג, אַז זי האָט אים אָפּגענאַרט און די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אויף דעם נישט רעאַגירט. ער טענהט, אַז ישׂראל האָט צוריקגעגעבן די אַמעריקאַנער אַלע געהיימע דאָקומענטן, וואָס ער האָט איבערגעגעבן צו ישׂראל און די אַמעריקאַנער האָבן זיך געהאַט פֿאַרפֿליכטעט נישט צו באַנוצן זיך מיט די דאָזיקע דאָקומענטן, כּדי אים צו באַשולדיקן. אָבער פֿאַקטיש זענען די דאָזיקע דאָקומענטן געווען די איינציקע באַווײַזן פֿאַר זײַן פֿאַראורטיילונג.

די פּאָלאַרד פּרשה איז פאָרגעקומען ווען אין ישׂראל האָט עקזיסטירט אַ רעגירונג פון נאַציאָנאַלער אייניקייט מיט שמעון פּערעס, ווי פּרעמיער־מיניסטער, און יצחק שמיר — אויסערן־מיניסטער; אַזוי, אַז ביידע גרויסע פּאַרטייען טראָגן די אַחריות פֿאַרן דורכפֿאַל.

פּאָלאַרדס אַדוואָקאַטן טענהן, אַז זיי פֿאַרשטייען נישט פֿאַרוואָס נאָך אַזוי פֿיל יאָרן איז ישׂראל נישט מסכּים צו אָנערקענען די אַמעריקאַנער ווערסיע וועגן דער דאָזיקער פּרשה און איז אײַנגעעקשנט אין אַ ווערסיע וועלכע די אַמעריקאַנער נעמען נישט אָן. זײַנע אַדוואָקאַטן טענהן אויך, אַז ווען אָלמערט וואָלט זיך געווענדט וועגן דעם צו פּרעזידענט בוש, וואָלט ער פּאָלאַרדן באַפֿרײַט.

איך בין נישט זיכער אין דעם, ווײַל ישׂראל האָט זיך געווענדט אַ פּאָר מאָל צו פּרעזידענט קלינטאָנען. פּרעמיער נתניהו האָט זיך וועגן דעם געווענדט צו קלינטאָנען אויף דער "ווײַ־פּלאַנטיישאָן"־קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1998. קלינטאָן האָט דאָס דערציילט אין זײַן רעדע אויף דער קאָנפֿערענץ און האָט צוגעזאָגט צו באַטראַכטן די בקשה. ווען קלינטאָן האָט דעם זעלבן יאָר באַזוכט ישׂראל, האָט ער ווידער עפֿנטלעך צוגעזאָגט צו באַטראַכטן די באַפֿרײַונג פֿון פּאָלאַרדן, אָבער עס איז גאָרנישט אַרויס פֿון די הבֿטחות.

לעצטנס האָבן ישׂראלדיקע מקורות אויסגעדריקט זייער מיינונג, אַז די געלעגנהייט צו באַפֿרײַען פּאָלאַרדן וועט זײַן מעגלעך, ווען עס וועט געשאַפֿן ווערן אין דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט אַ לאַגע, אַז דער "פֿאַטאַך" וועט איבערנעמען די מאַכט פֿון "כאַמאַס" און ישׂראל וועט זײַן גרייט צו באַפֿרײַען פֿון טורמע מאַרוואַן באַרגוטי ווי אַן אויסטויש פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון פּאָלאַרדן.

21 יאָר נאָך פּאָלאַרדס אַרעסט פֿרעגט מען נאָך אַלץ: איז פּאָלאַרד באמת געווען אַ פֿאַררעטער, ווי עס האָט געטענהט דער אַמעריקאַנער זיכערהייט־סעקרעטאַר, קאַספּער ווײַנבערגער, אָדער מען האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט אַזאַ האַרבע שטראָף צוליב דעם, וואָס ער האָט געבראַכט אין אַ פֿאַרלעגנהייט די אַמעריקאַנער רעגירונג.

וואָס עס זאָל נישט זײַן דער ענטפֿער, איז נישטאָ קיין צווייפֿל, אַז 21 יאָר אין טורמע איז מער ווי צופֿיל, און איך דערלויב זיך צו באַנוצן מיט דער חשובֿער פּלאַטפֿאָרמע פֿונעם "פֿאָרווערטס" און רופֿן די ישׂראלדיקע רעגירונג און די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע זיי זאָלן מאַכן קאָאָרדינירטע שריט, כּדי צו דערגרייכן פּאָלאַרדס באַפֿרײַונג.