אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס ווערן פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם, מעג מען פֿאַרהאַלטן אויף אַן אומבאַגרענעצטער צײַט, און זיי האָבן נישט קיין רעכט אָנצוקלאָגן וועגן דעם אין די ציווילע געריכטן, האָט מאָנטיק דערקלערט די בוש־אַדמיניסטראַציע. דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער לעגאַלער וויכּוח אינעם קאַמף פֿאַר די רעכט פֿון די אַרעסטאַנטן, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם.
אין דאָקומענטן וואָס מע האָט אַרײַנגעגעבן צום אַמעריקאַנער אַפּעליר־געריכט אין ריטשמאָנד, ווירדזשיניע, האָט דער יוסטיץ־דעפּאַרטמענט דערקלערט, אַז דאָס נײַע אַנטי־טעראָריזם געזעץ, וואָס מע ניצט קעגן די אויסלענדישע אַרעסטאַנטן אין "גוואַנטאַנאַמאָ־ביי", גילט אויך אויף די אַמעריקאַנער אימיגראַנטן.
אַלי סאַלעך אַל־מאַרי, אַ בירגער פֿון קאַטאַר, איז אַרעסטירט געוואָרן אין יאָר 2001, בעת ער האָט שטודירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווײַל די אויטאָריטעטן האָבן אים חושד געווען אין זײַן אַן אַגענט פֿון "אַל־קײַדאַ". ער איז באַצייכנט געוואָרן ווי אַן enemy combatant, וואָס באַטײַט אַ מענטש אָן אַן אוניפֿאָרם, וואָס איז בסוד אַרײַנגעקומען אין לאַנד, כּדי צו פֿירן מלחמה, און איז דערבײַ נישט באַרעכטיקט צום סטאַטוס פֿון אַ מלחמה־געפֿאַנגענעם. אַל־מאַרי איז דער ערשטער אַמעריקאַנער אײַנוווינער צו ווערן אַזוי באַצייכנט. ביז איצט האָבן אַלע אַמעריקאַנער אימיגראַנטן געהאַט דאָס רעכט אָנצוקלאָגן אין געריכט, ווען מע האָט זיי אַרעסטירט, למשל, צוליב עובֿר זײַן אַן אימיגראַציע־געזעץ.
"ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז יעדער אויסלענדער וואָס וווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאָן פֿאַרלירן דאָס רעכט," האָט באַמערקט דזשאָנאַטאָן חפֿץ, אַן אַדוואָקאַט פֿאַר אַל־מאַרי. "דאָס מיינט, אַז יעדער נישט־בירגער — און עס געפֿינען זיך דאָ 3 מיליאָן אַזעלכע — קאָן אין מיטן דער נאַכט פֿאַרכאַפּט ווערן און אײַנגעזעצט ווערן אין תּפֿיסה."
דער יוסטיץ־דעפּאַרטמענט האָט דערקלערט, אַז דאָס געזעץ איז קאָנסטיטוציאָנעל און נייטיק, טענהנדיק, אַז די אויסלענדישע קעמפֿער וואָס מע אַרעסטירט ווי אַ טייל פֿון אַ מיליטערישער אַקציע, האָבן נישט קיין קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט. אָבער אין די דאָקומענטן וועגן אַל־מאַרי, האָט דער יוסטיץ־דעפּאַרטמענט נישט דערמאָנט, אַז אַל־מאַרי זיצט אין אַ מיליטערישער תּפֿיסה אין דרום־קאַראָלײַנע. זײַנע אַדוואָקאַטן טענהן, אַז צוליב דעם האָט ער די זעלבע רעכט ווי אַנדערע אַרעסטאַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.