די דעמאָקראַטישע "איבערקערעניש" אין קאָנגרעס האָט דאָס מאָל ווידער באַשטעטיקט דעם פֿאַרשפּרייטן זאָג, אַז אויב אין וואַשינגטאָן גיט מען אַ ניס, פֿילט מען דאָס פֿאַרקילעכץ אינעם ווײַטסטן ווינקעלע פֿון דער וועלט.
מע דאַרף זאָגן, אַז אויף אַזאַ "ניס" האָט מען אין דער וועלט אַרויסגעקוקט, סײַדן, דער קינדיש־מאַכטהאָבערישער פּרעזידענט בוש האָט עס נישט דערוואַרט.
יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט עס אויסגעזען אין זײַנע ערשטע אויפֿטריטן נאָך די וואַלן. צוריק גערעדט, איז דער באַשלוס זײַנער אָפּצושיקן זײַן גוטן פֿרײַנד, דאָנאַלד ראָמספֿעלד, אין דעמיסיע און דאָס שטעלן אויף זײַן אָרט ראָבערט גייטס, אַ באַווײַז דערפֿון, אַז אין בושס אַדמיניסטראַציע איז מען אויך גרייט געווען צו אַ "פֿאַרקילעכץ".
מער פֿון אַלע זײַנען פֿון די וואַלן־רעזולטאַטן צופֿרידן געבליבן די שׂונאים פֿון אַמעריקע, וואָס אין משך פֿון די לעצטע זעקס יאָר, זינט בושס פּרעזידענטשאַפֿט, האָט זיך זייער צאָל ממשותדיק צעוואַקסן — פֿון דעם פֿאַנטאָם בין־לאַדען ביז דעם סקאַנדאַליעזן פּרעזידענט פֿון ווענעזועלע, כוגאָ טשאַוועז. אין דער מפּלה פֿון די רעפּובליקאַנער זעען זיי, קודם־כּל, דעם נצחון פֿון זייער אַגרעסיווער פּאָליטיק, פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער, נהנה זײַן פֿון דער דראַטשקע, וואָס וועט אויסברעכן איצט אין די וואַשינגטאָנער מאַכט־קאָרידאָרן און וואָס וועט געוויס אָפּווענדן, אָפּשוואַכן דעם כּוח פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע אויף דער דרויסנדיקער פּאָליטישער גאַס.
עס האָט נישט גענומען לאַנג, און אָט, ממש די טעג, אויסנוצנדיק די סומאַטאָכע אין דער בוש־אַדמיניסטראַציע, הערן מיר שוין אַ נײַע "איבערראַשנדיקע" דערקלערונג פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, אַז סוף מערץ 2007 וועט זײַן לאַנד זײַן גרייט צו שאַפֿן אַן אייגענע באַזע פֿון אויסאַרבעטן אויף אַן אינדוסטריעלן אופֿן דעם באַרײַכערטן אוראַניום.
מיט דער דאָזיקער דערקלערונג וואַרפֿט דער דורכגעטריבענער איראַנישער פּרעזידענעט אַרײַן אַ שטיין אינעם "גאָרטן" פֿון ווײַסן הויז. איצט וועט ער וואַרטן ביז די דאָרטיקע חכמים פֿון ביידע פּאַרטייען וועלן דעם שטיין זוכן און דערנאָך פּטרן צײַט צו באַשליסן, וואָס ווײַטער צו טאָן מיט דעם "איראַנישן שטיין": אָדער פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דעם מצבֿ, אָדער זיך אַקטיוו אַרײַנצומישן. די דעמאָקראַטן, וואָס האָבן פֿאַר די וואַלן שאַרף קריטיקירט די מלחמה אין איראַק, וועלן זיך שטעלן קעגן אַ נײַער מיליטערישער אינוואַזיע אין איראַן. יענדפֿאַלס, אין משך פֿון די צוויי יאָר, וואָס בוש בלײַבט אינעם ווײַסן הויז.
און איצט, ווידער צו ראָמספֿעלדס דעמיסיע, אַנדערש געזאָגט, צו גייטס נאָמינירונג. דער נײַער "באָס" פֿון פּענטאַגאָן, ראָבערט גייטס, איז ווי מיר ווייסן, געשטאַנען בראָש דער צענטראַלער אויסשפּיר־אַגענטור, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן דערלאָזט גענונג בלויזן אין איר אַרבעט. גייטס איז אַן אָנהענגער פֿון אַ געהיימער מלחמה אין איראַק, נישט פֿאַר דירעקטע מיליטערישע אַקציעס. ווי עס ווערט איצט אָפּגעשאַצט, וועט ער זײַן גענייגט צו פֿירן דעם קאַמף, אויסנוצנדיק מער די אָרטיקע איראַקישע כּוחות, ווי אויך די הילף פֿון די שכנותדיקע לענדער. און דאָ קומען מיר צו אַ פּונקט, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ישׂראל.
עס הערן זיך שוין איצט פֿאָרשלאָגן, אַז אַמעריקע דאַרף אָנהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט סיריע און איראַן; אַז אָן דער שטיצע פֿון די לענדער — הויפּט־ספּאָנסאָרס פֿון די מיליטאַנטישע באַנדעס אין איראַק — וועט קיין שלום דאָרט נישט זײַן. נאָך מער, בושס נאָענטער שותּף, פּרעמיער־מינסיטער טאָני בלער, האָט די טעג אויך באַשטעטיקט, אַז דער שליסל צום לייזן די פּראָבלעם אין איראַק, איז באַגראָבן... אין פּאַלעסטינע. "מיר דאַרפֿן אָנהייבן פֿון ישׂראל און פּאַלעסטינע, — האָט בלער דערקלערט אָנהייב וואָך, — דערנאָך זיך לאָזן אין לבֿנון. מיר דאַרפֿן פֿאַראייניקן אַרום זיך אַלע אַראַבישע און מוסולמענישע שטימען."
וואָס קאָן דאָס מיינען פֿאַר ישׂראל, איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן. דער ישׂראל־פּרעמיער אָלמערט האָט נישט געהאַט אַ סך וואָס צו זאָגן נאָך זײַן באַגעגעניש מיט בושן, ס'איז אים געבליבן צו באַשטעטיקן, אַז וואַשינגטאָן איז פֿרײַ אָנצושטעלן אַ בריק קיין טעהעראַן. איצט דאַרף בוש אַליין באַשליסן, צו וועמען זיך צוהערן: צו אָלמערטס הסכּמה, צו דער דעמאָקראַטישער מערהייט אינעם קאָנגרעס, אָדער צו דער מיינונג פֿון זײַן באַנײַטער רעפּובליקאַנער אַדמיניסטראַציע.