פּאָליטיק

ווען דער פֿריִערדיקער פּרעמיער-מיניסטער אַריאל שרון האָט מיט קרובֿ זעקס יאָר צוריק אָפּגעשטאַט זײַן ערשטן וויזיט אין ווײַסן הויז ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג, האָט אים דער פּרעזידענט בוש אויפֿגענומען זייער העפֿלעך, אָבער נישט זייער פֿרײַנדלעך. דאָס איז געווען נאָך שרונס ערשטן אויסוואַל אין פֿעברואַר 2001. דער גאַסטגעבער האָט די רעזומירנדיקע פּרעסע-קאָנפֿערענץ נאָך זייער באַגעגעניש "אונטער פֿיר אויגן" פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָפֿענעם וויכּוח, אין וועלכן עס זענען געקומען צום אויסדרוק די חילוקי-דעות צווישן די צוויי מנהיגים.

עס האָט זיך געהאַנדלט אין שרונס פּאָליטיק פֿון דער שטאַרקער פֿויסט קעגנאיבער דעם פּאַלעסטינער טעראָר.

מיט דער צײַט אָבער, נאָך דער אַמעריקאַנער טראַגעדיע פֿון דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, זענען די צוויי מנהיגים געוואָרן סטראַטעגישע בוזעם-פֿרײַנד — אין זכות פֿון דער וועזנטלעכער ענדערונג אין ביידנס פּאָליטישע און געאָפּאָליטישע אויפֿפֿאַסונגען: דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז געוואָרן אַקטיוו אין דער וועלט-פּאָליטיק און אין קאַמף קעגן דעם איסלאַמישן טעראָר, און שרון האָט, נאָך די דורכפֿאַלן פֿון די ווירטועלע "נצחונות", ווי אין דער אָפּעראַציע "שוצמויער" און אין די אַנדערע מאַסיווע קאָלעקטיווע באַשטראָפֿונגען, אָנערקענט די "באַגרענעצטקייט פֿון כּוח", ווי אויך — אַז "אויך אײַנהאַלטן זיך, מיינט כּוח", ווי ער האָט געזאָגט.

דער אַקטיוויזם פֿון דזשאָרדזש בוש און די אויסניכטערונג פֿון אַריאל שרון האָבן באַקומען זייער אויסדרוק אין דער "וועגן-מאַפּע" פֿון דזשאָרדזש בוש מיט שרונס שוין לאַנג פֿאַרגעסענע 14 באַוואָרענישן. מיט שרונס מוח־שלאַק און אַרײַנפֿאַל אין זײַן לעטאַרגישן שלאָף איז די אַמעריקאַנער "וועגן-מאַפּע" פֿאַררוקט געוואָרן אין דעם שופֿלאָד פֿון שרונס אַרכיוו, בײַ דער זײַט פֿון די פֿילצאָליקע געאָגראַפֿישע און סטראַטעגישע מאַפּעס, מיט וועלכע ער פֿלעגט זיך אַרומטראָגן און זיך באַנוצן אויף זײַנע באַגעגענישן מיט די הערשערס פֿון דער וועלט.

עס איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע — ווי אַ נאַטירלעכער חובֿ פֿון יעדן נײַ-געוויילטן פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל — צו מאַכן זײַן ערשטן וויזיט בײַ ישׂראלס פּאָליטישן, און נישט בלויז פּאָליטישן, אַפּוטרופּוס אין וואַשינגטאָן. אָבער — אויב די באַגעגענישן צווישן שרונען און בושן זענען געווען ווי באַגעגענישן צווישן צוויי דאָמינאַנטישע מנהיגים, צווישן צוויי "באַלעבאַטים" — איז די איצטיקע באַגעגעניש אין ווײַסן הויז געווען אַ באַגעגעניש צווישן צוויי "הינקעדיקע קאַטשקעס", ווי מען באַצייכנט, געוויינלעך, די מנהיגים, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייער כאַריזמאַטישן כּוח פֿון מאַכט און השפּעה. ביידע מנהיגים האָבן זיך געטראָפֿן אין אַ צײַט, ווען זייער פּאָפּולאַריטעט איז אין זייערע לענדער אַראָפּגעפֿאַלן צום נידעריקסטן שטאַפּל אין די מעסטערס פֿון דעם עפֿנטלעכן צוטרוי: בוש צוליב דער מלחמה אין איראַק, און אָלמערט — צוליב דער מלחמה אין לבֿנון.

דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער היגער מלוכישער טעלעוויזיע, ירון דקל (דעקעל) האָט בושן באַצייכנט ווי אַ "הינקעדיקן שוואַן" — נאָך די "האַלבע קאַדענץ-וואַלן" אין אַמעריקע. דער הויפּט-פּובליציסט פֿון "ידיעות אחרונות" נחום ברנע (באַרנעאַ), וועלכער האָט באַגלייט אָלמערטן אויף זײַן אַמעריקאַנער נסיעה, האָט באַשריבן די באַגעגעניש ווי צווישן "אַ בלינדן און אַ לאָמען"; אַ צווייטער ישׂראלדיקער באַגלייטער, דער קאָמענטאַטאָר פֿון "הארץ", אלוף בן, האָט אָנגעוויזן, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, נישט געקוקט אויף זײַן איצטיקער נידערלאַגע, טראָגט אויף זיך אַ פֿולן פּאַק מיט "אַדזשענדעס". דער עיקר, דאַרף ער זיך "ספּראַווען" מיט די צוויי אָפּאָזיציאָנעלע דעמאָקראַטיש באַהערשטע קאַמערן אויפֿן קאַפּיטאָל אין די לעצטע צוויי יאָר פֿון זײַן קאַדענץ און זען, ווי אַזוי זיך אַרויסצוקריגן אומבאַשעדיקט און אומוויליק פֿון דעם איראַקישן זומפּ. דאַקעגן איז אָלמערט געקומען צו אים אָן קיין שום "אַדזשענדע", ווי ער האָט זיך לעצטנס אויסגעדריקט ("ער דאַרף נישט קיין 'אַדזשענדע', ער דאַרף סטאַביליזירן די מאַכט") — נישט געקוקט אויף די דראָענדיקע סכּנות מצד איראַן און אויפֿן פּאַלעסטינער פֿראָנט, אויף די ראַקעטן און דעם "כאַמאַס" און די אינערלעכע פּראָבלעמען, ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג. ער האָט אָבער נישט, ווי ער זאָגט, קיין "אַדזשענדע" — ווי עס האָט עס געהאַט, למשל, זײַן קאָאַליציע-שותּף, עמיר פּרץ, וועמען ער, אָלמערט, האָט אויסמאַנעוורירט און אים געמאַכט פֿאַר דעם זיכערהייט-מיניסטער... ער האָט בײַ אים צוגענומען זײַן "סאָציאַלע אַדזשענדע" און אים איבערגעלאָזט די מלחמה.

נישט געקוקט אָבער דערויף, האָט אָלמערט ערבֿ זײַן אַרויספֿאָר קיין וואַשינגטאָן באַשלאָסן אָנצוּוואַרפֿן אַ פּחד אויף איראַן פֿון אַכמעדינאַדזשאַד און איז אַרויס מיט דער דראָונג, אַז טעהעראַן דאַרף מורא האָבן פֿאַר דער פֿויסט פֿון מדינת־ישׂראל.

די דאָזיקע וואָרענונג האָט אַרויסגערופֿן שטוינונג סײַ אין ישׂראל און סײַ אויף דער וועלט. צי איז דאָס טאַקע אָלמערטס "נישט פֿאַראַנענע אַדזשענדע", וואָס אין אירע ראַמען האָט ער אַרײַנגענומען ליבערמאַנען אין דער רעגירונג ווי די סטראַשידלע קעגן דער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר? אָדער — אפֿשר מיינט ער אַזוי אַרום אויפֿצוריכטן דעם אָפּשרעקונג-כּוח, וועלכן צה"ל האָט פֿאַרלוירן אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה; און אפֿשר גאָר האָט ער געוואָלט פֿאָרויסלויפֿן דעם פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציע און פֿון "ליכּוד", בנימין נתּניהו, און זײַן מיליטאַנטיש־ליבערמאַנישן אויפֿטריט דרײַ טעג שפּעטער אויף דעם אַמעריקאַנער ייִדישן צוזאַמענפֿאָר אין לאָס-אַנדזשעלעס, צו וועלכן עס זענען געקומען פֿון ישׂראל זיבן מיניסטאָרן און אַ צאָל כּנסת-דעפּוטאַטן פֿון דער אָפּאָזיציע.

אויף יעדן פֿאַל, זענען ביידע מיליטאַנטישע דראָונגען — סײַ אָלמערטס און סײַ נתּניהוס, שוין אָפּגערעדט פֿון ליבערמאַנס דערפּלוידערן זיך צו זעלבסוואָרט — געווען אין פֿולשטענדיקער סתּירה צו דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק פֿון ישׂראל, נישט אַרויסצושטעלן זיך בראָש און נישט צו שטערן דעם דיפּלאָמאַטישן אָנשטרענג פֿון די וועלט-מנהיגים, בראָש מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און לאָזן זיי זיך פֿאַרמעסטן קעגן דער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם איראַנישן אַוואַנטוריזם.

קיינער ווייסט נישט, וואָס עס האָבן צווישן זיך גערעדט און אָפּגערעדט די צוויי מלוכה-מנהיגים אין זייער גאַנץ קורצער באַגעגעניש אונטער די פֿיר אויגן און הינטער די פֿאַרמאַכטע טירן פֿון דעם גאַסט-צימער אין ווײַסן הויז. דער פּרעמיער פֿון ישׂראל האָט אָבער נאָך אָט דער באַגעגעניש געמעסיקט זײַנע רייד און האָט אַפֿילו "דערלויבט" אַמעריקע אײַנצוגיין אויף אַ פּשרה מיט איראַן. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט דערפֿאַר אָפּגעצאָלט און פֿאַרגיטיקט זײַן גאַסט מיט דער פֿאַרזיכערונג, אַז ער וועט נישט דיקטירן ישׂראל, צי זי זאָל אַרײַנטרעטן אין פֿאַרהאַנדלונגען מיט סיריע — וואָס אָלמערט האָט במילא נישט בדעה צו טאָן.

אין דער לבֿנונישער מלחמה איז סיריע געווען דער פֿאַרמיטלענדיקער רינג צווישן "כעזבאָלאַ" און איראַן, פֿון וואַנען עס האָבן געשטראָמט די ראַקעטן און די אַנדערע וואָפֿנס פֿאַר די "כעזבאָלאַ"־מיליציעס אין דער מלחמה מיט ישׂראל. באַשאַר אַסאַד, דער הערשער פֿון סיריע, האָט דורך אָט דער ראָלע זיך אָפּגערעכנט מיט אַמעריקע און מיט אירע פֿאַרבינדעטע, און געפֿונען אין דעם אַ געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן קיין לבֿנון. פּרעזידענט בוש האָט געזען אין סיריע נישט נאָר אַ לײַבלעכן פֿאַרבינדעטן פֿון איראַן, נאָר אויך אַ פֿאַרבינדעטן פֿון די טעראָריסטן, וואָס פֿירן די מלחמה קעגן די אַמעריקאַנער כּוחות אין איראַק. דורך איר גרענעץ שטראָמט נישט נאָר די הילף פֿאַר דעם "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון, נאָר אויך פֿאַר די אַנטי-אַמעריקאַנישע קעמפֿער אין איראַק.

כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿון איר פּאָליטישער איזאָלאַציע און די עקאָנאָמישע סאַנקציעס, האָט באַשאר אַסאַד זיך פּרובירט אויסקויפֿן מיט זײַנע אָפֿטע דערקלערונגען וועגן זײַן גרייטקייט צו פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל, אונטער דעם באַדינג, אַז די גאָלאַנער הייכן, וואָס ישׂראל האָט אָקופּירט אין דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, וועלן אים ווערן צוריקגעקערט. אָלמערט האָט מיט דער גאַנצער קאַטעגאָרישקייט אָפּגעוואָרפֿן אַסאַדס אויסגעשטרעקטע האַנט — ווײַל דאָס איז געווען דער ווילן פֿון די אַמעריקאַנער. בײַם אָנהייב, האָט עמיר פּרץ גערופּן אָנצוהייבן געשפּרעכן מיט סיריע, אָבער אויך ער איז דערנאָך אַנטשוויגן געוואָרן.

דער רוף צו רעדן מיט סיריע האָט הילכיק אָפּגעקלונגען אין דער רעדע פֿון דעם שרײַבער דוד גראָסמאַן אויף דער ריזיקער אָנדענק-מאַניפֿעסטאַציע צום 11טן יאָרטאָג נאָכן מאָרד איבער ראַבינען אין תּל-אָבֿיבֿ. עס איז יעדן איינעם גוט באַוווּסט, אַז אָן צוריקקערן דעם גולן, וועט קיין שלום מיט סיריע נישט זײַן. דאָס האָבן שוין געהאַט אָנערקענט אהוד ברק און אַפֿילו נתּניהו, וועלכער האָט פֿאַרהאַנדלט מיט באַשאַר אַסאַדס פֿאָטער, דעם פֿאַרשטאָרבענעם פֿריִערדיקן פּרעזידענט פֿון סיריע.

און דווקא איצט איז אַ שלום מיט סיריע געוואָרן פֿאַר ישׂראל אַן עקזיסטענציאַלע נייטיקייט, אויף וועלכער עס ווײַזן אָן דער רובֿ פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן און סטראַטעגישע אַנאַליטיקער. עס האַנדלט זיך אין אַ פּאָליטיק, וואָס זאָל אָפּרײַסן סיריע פֿון איר אַליאַנץ מיט איראַן. אַ שלום מיט סיריע וואָלט אויך געפֿירט צו אַ שלום מיט לבֿנון און וואָלט נישט נאָר באַפֿרײַט ישׂראל פֿון דעם קאָשמאַר פֿון "כעזבאָלאַ", נאָר אויך פֿאַרזיכערט אַ שלום מיט אַלע אַראַבישע שכנים, וואָס רינגלען אַרום ישׂראל — נישט נאָר מיט מצרים און ירדן, נאָר אויך מיט סיריע און לבֿנון, אויף אַלע גרענעצן פֿון סיני אויפֿן דרום ביז ראש הנקרה אויפֿן צפֿון. דאָס וואָלט אויך אָן ספֿק באַדײַטנדיק אָפּגעשוואַכט דעם איראַנישן אַטאָמישן קאָשמאַר.

סיריע וועט זיך ווײַטער באַוואָפֿענען מיט דער הילף פֿון איראַן, כּדי אין אַ געוויסן טאָג, בײַ דער געהעריקער געלעגנהייט, צו עפֿענען אַ מלחמה קעגן ישׂראל. נאָך דעם זעקס-טאָגיקן נצחון האָט ישׂראלס פּרעמיער-מיניסטער לוי אשכּול דערקלערט, אַז די באַזעצטע שטחים וועלן דינען ווי אַ קאָרט צו דערגרייכן אַ פֿולן שלום. דער וועג צום שלום איז נישט קיין לײַכטער. יעדע געלעגנהייט דאַרף ווערן אויספּרובירט. אָבער די מינדסטע געלעגנהייט טאָר נישט ווערן פֿאַרפּאַסט, אַפֿילו ווען די פֿאָרבאַדינגען זענען נישט אָנצונעמען. אויף דער וואָגשאָל שטייט דעריבער די ברירה:

אַ שלום אָן דעם גולן — אָדער גולן אָן אַ שלום. ווער עס געדענקט די טעג נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, געדענקט אַוודאי די "קאָנצעפּציע" פֿון משה דיין: בעסער שאַרם אַ-שייך אָן אַ שלום, איידער אַ שלום אָן שאַרם אַ-שייך. מנחם בעגין און משה דיין זענען געווען די, וועלכע האָבן אויסגעוויילט דעם שלום אָן שאַרם אַ-שייך.

די נײַע סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן נאָך די וואַלן אין אַמעריקע, עפֿענען אפֿשר אַ געלעגנהייט אויסצוּוויילן די ריכטיקע ברירה. עס איז אָפּהענגיק אין אַ גרויסער מאָס פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן אהוד אָלמערט און דזשאָרדזש בוש.


תּל-אָבֿיבֿ, 14טער נאָוועמבער, 2006