הײַיאָר וואָלט מען געקענט אָפּמערקן דעם 120סטן יובֿל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. דער פֿאַקט, וואָס מע האָט די דאַטע ניט געפֿײַערט, ווײַזט דעם נעבעכדיקן מצבֿ פֿון סאָציאַליזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בפֿרט פֿון דעם ייִדישן סאָציאַליזם. אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס יאָר 1886 איז געווען אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער פֿאָר-געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס".
אין יענעם יאָר, אין מײַ חודש, האָט זיך אין ניו-יאָרק באַוויזן די ערשטע סאָציאַליסטישע צײַטונג — אַ וואָכנבלאַט — אויף ייִדיש. געהייסן האָט זי "די נײַע צײַט"; ניט די לעצטע ייִדישע צײַטונג מיט אַזאַ פֿאָרויס-רופֿנדיקן נאָמען. אָבער דעם אַמעריקאַניש-ייִדישן סאָציאַליסטישן ערשטלינג איז ניט באַשערט געווען זיך צו שטעלן אויף די פֿיס, ווײַל די צײַטונג האָט געהאַט אין גאַנצן פֿיר נומערן. ווי צוקער האָט מען עס ניט צעכאַפּט, און די אַרויסגעבער האָבן קיין געלט ניט געהאַט צו פֿירן ווײַטער דעם געשעפֿט מיט היזק.
די צוויי אַרויסגעבער זײַנען דעמאָלט נאָך געווען גאַנץ גרינע אַמעריקאַנער; ביידע זײַנען נאָר מיט עטלעכע יאָר צוריק געקומען פֿון רוסלאַנד ווי מיטגלידער פֿון דער אוטאָפּיסטישער גרופּע "עם עולם", וואָס האָט פֿאַראייניקט ענטוזיאַסטן פֿון ייִדישע קאָמוניסטישע קאָלאָניעס. ביידע אַרויסגעבער פֿון "די נײַע צײַט" — אַב. קאַהאַן און טשאַרלס ראַיעווסקי — וועלן שפּילן אַ ראָלע אין דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע. קאַהאַן וועט ווערן אַ לעגענדאַרער נאָמען, בעת ראַיעווסקיס נאָמען וועט די געשיכטע באַדעקן מיט אַ דיקן שיכט שטויב, כאָטש אין 1902 איז ער אַפֿילו אַ קורצע געווען דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס".
אין זײַן בוך "בלעטער פֿון מײַן לעבן" האָט זיך אַב. קאַהאַן דערמאָנט וועגן יענע צײַטן: "עס זײַנען דעמאָלט געווען צוויי סאָציאַליסטישע וואָכנשריפֿטן (פּריוואַט-אונטערגענומענע): 'די נײַע צײַט’ און די 'פֿאָלקס-צײַטונג’, פֿון וועלכע די ערשטע האָט זיך געהאַלטן נאָר אַ מאָנאַט, און די צווייטע — אַ פּאָר יאָר. שפּעטער... האָבן די ייִדישע אַנאַרכיסטן געגרינדעט אַ וואָכנבלאַט מיטן נאָמען 'וואַרהייט’. זי האָט אויך געהאַט אַ שווערן עקזיסטענץ-קאַמף און האָט געלעבט בײַ אַ יאָר צײַט."
אַנאַרכיסטן האָבן געשפּילט אַ סטימולירנדיקע ראָלע אין דער ווײַטערדיקער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּרעסע. צום סוף 1889 זײַנען די ייִדישע אַנאַרכיסטישע פֿירער אַרויס מיט אַן אידעע צו פֿאַראייניקן זייערע כּוחות, בפֿרט פֿינאַנציעלע, מיט די כּוחות פֿון דער ייִדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג (די סאָציאַליסטן האָבן זיך דעמאָלט גערופֿן "סאָציאַל-דעמאָקראַטן"). אַזאַ אַחדות, האָבן זיי געטענהט, וואָלט געקענט שאַפֿן אַ סטאַבילע באַזע פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג, אָן וועלכער ס׳איז געווען שווער צו פֿירן אַן עפֿעקטיווע פּראָפּאַגאַנדע צווישן ברייטע אַרבעטנדיקע מאַסן.
סוף דעצעמבער 1889 האָבן פֿיר טוצן פֿאָרשטייער פֿון די צוויי מחנות זיך צונויפֿגעזאַמלט אין ניו-יאָרק. אַ פּובליקום איז אויך געקומען. קיין שטומער עולם איז עס ניט געווען, אַזוי אַז צוויי טעג זײַנען דורכגעלאָפֿן אין איין דברן. אָט ווי עס באַשרײַבט די צונויפֿקומעניש אַב. קאַהאַן:
"אַנשטאָט צוויי פּאַרטייען וואָס קומען זיך צוזאַמען מיט דעם צוועק זיך צו פֿאַראייניקן אין איין געמיינשאַפֿטלעכער אונטערנעמונג, האָט מען דאָ געפֿונען צוויי ביטער-פֿײַנטלעכע לאַגערן. ... פֿריִער פֿאַר דעם צוזאַמענפֿאָר זײַנען די מיטגלידער פֿון די צוויי לאַגערן פּערזענלעך געווען פֿרײַנטלעך צווישן זיך. זיי פֿלעגן זיך אָפֿט באַגעגענען, אָפּהאַלטן רוסישע מיטינגען צוזאַמען. די דאָזיקע קאָנווענשאָן האָט מען גערופֿן מיטן צוועק זיי אין גאַנצן צו פֿאַראייניקן אַלס אַרויסגעבער פֿון איין צײַטונג; און דער רעזולטאַט איז געווען, אַז דאָ ערשט האָבן זיך די צוויי לאַגערן גענומען זידלען."
דער סוף איז געווען, אַז מע האָט זיך טאַקע גוט צעקריגט. דערווײַל, אָבער, האָבן די סאָציאַליסטן זיך אָנגעשטעקט מיטן געדאַנק, אַז מע מוז פֿונדעסטוועגן שאַפֿן אַ צײַטונג. אַזוי האָט זיך אין יאָר 1890 באַוויזן די "אַרבעטער-צײַטונג". הגם אַב. קאַהאַן האָט צו יענער צײַט שוין געהאַט אַ זשורנאַליסטישן און, בכלל, ליטעראַרישן שם אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, האָט מען אים ניט געשטעלט בראָש פֿון דער דאָזיקער אויסגאַבע. צו רעדאַגירן די "אַרבעטער-צײַטונג" האָט מען געבראַכט אַזש פֿון יענער זײַט אַטלאַנטיק דעם רעדאַקטאָר פֿון דער לאָנדאָנער צײַטונג "אַרבעטער-פֿרײַנד", פֿיליפּ קראַנץ (זײַן אמתער נאָמען איז געווען יעקבֿ ראָמבאָ).
בײַם רודער פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג זײַנען דעמאָלט געשטאַנען מענטשן גאַנץ אַסימילירטע. אין רוסיש האָבן זיי זיך געפֿילט אָפֿט מאָל מער באַקוועם, איידער אין ייִדיש. קיין חידוש ניט, אַז זיי האָט אַזוי אימפּאָנירט קראַנץ, ווײַל ער איז געווען אַ מענטש פֿון דעם זעלבן טייג געקנאָטן. קאַהאַן איז געווען "מער ייִדישלעך" און געהאַלטן, אַז ער האָט בעסער פֿאַרשטאַנען, וואָס און ווי אַזוי צו שרײַבן פֿאַרן פּראָסטן פֿאָלק. אין דעם זין, האָט ער געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט אַזעלכע מענטשן ווי קראַנץ. און זיי איז געווען אויך גאָר ניט גרינג אויסצוקומען מיט קאַהאַנען. ווען קאַהאַן האָט שוין רעדאַגירט דעם "פֿאָרווערטס", האָט עס לאַנג געדויערט, ביז דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען קראַנץ האָט זיך באַוויזן צווישן זײַנע מיטאַרבעטער.
אין דער "אַרבעטער-צײַטונג" האָט קאַהאַן אַקטיוו געשריבן. אין יענער צײַט איז ער אין גאַנצן אַרײַן אין די פֿעדערן פֿון אַ פּאָפּולערן ייִדישן זשורנאַליסט. גלײַכצײַטיק איז געוואַקסן זײַן אומצופֿרידנקייט מיטן נוסח פֿון דער צײַטונג. ס׳איז שווער איצט אָפּצוטיילן, וואָס איז געווען שטאַרקער אין דער אומצופֿרידנקייט — אידעאָלאָגישע, עסטעטישע צי פּערזענלעכע טעמים און אַמביציעס. בלויז פּערזענלעך האָט עס זיכער ניט געקענט זײַן, ווײַל אַ היפּשע צאָל מענטשן האָבן מסכּים געווען מיט זײַן קריטיק. סוף-כּל-סוף האָט עס געבראַכט צו אַ שפּאַלטונג אין יאַנואַר 1897, און דעם 22סטן אַפּריל איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון "פֿאָרווערטס".