רעצעפּטן

ס׳איז אַ שאָד, וואָס דער דעסערט קומט צום סוף פֿון אַ מאָלצײַט. נישט געקוקט אויף דעם, ווי געשמאַק ער זעט אויס, איז מען ביז דעמאָלט שוין אַזוי זאַט, אַז מע קען זיך צו אים אַפֿילו נישט צורירן. דערצו, אַז מע היט אָפּ וויפֿל קאַלאָריעס מע "שלינגט אַראָפּ", מײַדט מען אויס דעם נאָכבײַסן, ווײַל מע האָט מורא, ס׳וועט נאָך פֿעטער מאַכן.

די פּאָטראַווע מעגט איר אָבער יאָ עסן. צוליב דעם וואָס ס׳איז נישטאָ קיין טייג, און זייער ווייניק מעל, איז דאָס מאכל לײַכט אויפֿן מאָגן, און ס׳האָט אויך ווייניק פֿעטס.

ס׳איז אָבער זייער וויכטיק, איר זאָלט אויסקלײַבן צײַטיקע, זאַפֿטיקע באַרן, ווײַל די נישט־רײַפֿע באַרן זענען אַ סך ווייניקער געשמאַק.

3 גרויסע, צײַטיקע באַרן

1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט

1 טעפּל פֿרישע אָדער פֿאַרפֿרוירענע אָפֿענעס (blueberries)

1/4 טעפּל צוקער

1 לעפֿל קוקורוזע־מעל (cornstarch)

3/4 טעפּל האָבערגריץ

1/4 טעפּל ברוינער צוקער

1 לעפֿעלע צימערינג

1/2 לעפֿעלע אינגבער

1 לעפֿל צעלאָזטע פּוטער

1 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל

הייצט אָן דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלזיוס).

שיילט אָפּ און צעשנײַדט די באַרן אויף דינע רעפֿטלעך. לייגט זיי אַרײַן אין אַ גלעזערנעם בעקן, און באַגיסט זיי מיטן לימענע־זאַפֿט. באַשיט זיי מיט די אָפֿענעס.

מישט צונויף דעם צוקער און קוקורוזע־מעל און באַשפּרענקלט דערמיט די באַרן און אָפֿענעס.

גרייט צו די גאַרנירונג: קאָמבינירט אין אַ שיסעלע די האָבערגריץ, מעל, ברוינעם צוקער, צימערינג און אינגבער. מישט אַרײַן די צעלאָזטע פּוטער, ביז דאָס געמיש ווערט נאַסלעך. לייגט די גאַרנירונג אַרויף, לעפֿלווײַז, איבער די פֿרוכטן. באַקט 30־35 מינוט, ביז די פֿרוכטן הייבן אָן צו שפּרודלען, און די גאַרנירונג ברוינט זיך צו.