סערגאָ בענגעלסדאָרף |
די גלאָבאַלע דערוואַרעמונג האָט אונדזער לאַנד נישט אָנגערירט. פֿון חנוכּה ביז הײַנט באַלעבאַטעוועט דער פֿראָסט, באַזונדערס בײַנאַכט. די קעלט האָט אָבער נישט אָפּגעשטעלט די אַקטיוויטעטן אינעם ייִדישן קהילה־צענטער, וואָס האָט אָפּגעמערקט זײַן צוויי־יאָריקן געבורטסטאָג. פֿאַרשטייט זיך, צוויי יאָר איז בלויז אַ קינדער־עלטער, לאָמיר אָבער נעמען אין באַטראַכט, וויפֿל גוטע זאַכן זײַנען געגרינדעט געוואָרן במשך פֿון דער צײַט סײַ פֿאַר די דערוואַקסענע און סײַ פֿאַר קינדער. איך וועל אָנרופֿן בלויז אייניקע אונטערנעמונגען: פֿידל־אַנסאַמבל "פֿידלער", וואָקאַל־כאָרעאָגראַפֿישער אַנסאַמבל "טל־טל", קינדער־כאָר "כּוכבֿים", שאַפֿערישע זינג־וואַרשטאַטן וכּדומה.
די צענטראַלע פּראָגראַם דעם ווינטער איז געווידמעט געווען דעם 100סטן געבורטסטאָג נאָך מײַן מאַמען, דער ייִדישער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן.
איך האָב אַליין אָנגעשריבן דעם סצענאַר צו דעם אָוונט אויפֿן סמך פֿון איר לעבנס־ און שאַפֿונגס־וועג; דאָס מיינט, אַז די אויסגעלעבטע יאָרן אירע האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין אירע לידער. צו אַ געוויסער צאָל לידער זײַנען געשאַפֿן געוואָרן מעלאָדיעס, וואָס ס‘האָבן אויסגעפֿירט מײַנע תּלמידות פֿון דעם געזאַנג־וואַרשטאַט, ווי אויך די באַקאַנטע אָרטיקע מוזיקער פֿון דער מוזיק־אַקאַדעמיע: פּראָפֿעסאָר יאָן זשאָסאַן, דער פֿידלער נחום כאָש און קאָמפּאָזיטאָר, פּראָפֿעסאָר באָריס דובאָסאַרסקי.
אָנגעהויבן האָט זיך דער אָוונט מיטן ליד פֿון דוד האָפֿשטיין "אין ווינטער פֿאַרנאַכטן" — מײַן מאַמעס באַליבט ליד, וואָס ס‘האָט געזונגען יאל כּהן. די טעמעס פֿון עלנטקייט, בענקשאַפֿט, שווערע נסיונות — פֿאַרנעמען דאָס הויפּט־אָרט אין וואַסערמאַנס שאַפֿונג. נאָך אַ מיידעלע האָט זי פֿאַרלוירן איר מאַמע ("קינדער־יאָרן"); שפּעטער האָט זי זיך גוט אָנגעבידעוועט אין פּאַלעסטינע; אין איר ביראָבידזשאַנער תּקופֿה פֿאַרזוכט די גאַנצע ביטערקייט פֿון בלײַבן פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן יאָר אין די סטאַלין־לאַגערן — אָפּגעריסן פֿון איר מאַן און זון ("אין תּפֿיסה", "רויטע ליים, גרויע ליים"); די איינזאַמקייט נאָכן טויט פֿון איר מאַן, דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר משה בענגעלסדאָרף ("יאָרצײַט").
פֿון רעכטס: יאָן זשאָסאַן, סערגאָ בענגעלסדאָרף, באָריס דובאָסאַרסקי |
אַן עמאָציאָנעלן אײַנדרוק אויפֿן עולם האָבן געמאַכט די מוזיקאַלישע אינסטרומענטאַלע ווערק און דאָס ליד פֿונעם סאָוועטישן פּאָעט אַבֿרהם גאָנטאַר "בין איך ניט עלנט", וווּ אַן איינזאַמע פֿרוי טרייסט זיך דערמיט, וואָס צו גאַסט צו איר קומען די לבֿנה, דער ווינט, פֿראָסט, און דאָס מונטערט זי צו לעבן ווײַטער.
ווען איך האָב דערציילט וועגן דער פּאַלעסטינער תּקופֿה פֿון מײַן מאַמעס לעבן, זײַנען געקומען צום אָרט אירע פּאָעמעס, געשאַפֿן אין פּאַלעסטינע און דאָרט דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרעם אין יאָר 1931. דאָרט באַזינגט זי די שיינקייט פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים, דערציילט וועגן איר ערשטער ליבע... ווי אַ הינטערגרונט צו מײַן לייענען, האָט זיך געהערט דאָס קול פֿון טשעלאָ, וואָס האָט אויסגעזונגען דעם ניגון פֿון לעאָ צייטלינס "אלי־ציון".
אַוודאי האָט ביראָבידזשאַן פֿאַרנומען דאָס הויפּט־אָרט אין דער גאַנצער קאָמפּאָזיציע פֿונעם אָוונט. ליובע וואַסערמאַן האָט אַרײַנגעשריבן אין דער געשיכטע פֿון דער געגנט אַ ממשותדיק קאַפּיטל. אין שײַכות מיט דעם, איז געוויזן געוואָרן אַ דאָקומענטאַר, געמאַכט אין ביראָבידזשאַן, וווּ מײַן מאַמע לייענט אירע לידער, דערציילט וועגן אירע שרײַבער־חבֿרים, די ביראָבידזשאַנער ייִדישע פּאָעטן און פּראָזאַיִקער. אין דעם דאָזיקן פֿילם ווערט געוויזן דאָס הויז, אויף וועלכן עס הענגט אַן אָנדענק־שילד, לכּבֿוד דער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן. דאָרט האָט מײַן מאַמע געלעבט נישט איין יאָר.
מיט אירע דערמאָנונגען וועגן מײַן מאַמען, בעת איר לעצטן לעבנס־פּעריאָד אין קעשענעוו, האָט זיך געטיילט מאַרינע שרײַבמאַן, די אַלמנה פֿונעם ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. זי האָט דערציילט ווי יחיאל און ליובע פֿלעגן נישט איין שעה פֿאַרברענגען אין איינעם און זיך ממש באָדן אינעם ים פֿון אײַנדרוקן און מיינונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
פֿאַרענדיקן דעם אָוונט, נישט געקוקט אויף זײַן טרויעריקער באַפֿאַרבטקייט, האָט זיך מיר געוואָלט אויף אַן אָפּטימיסטישער נאָטע. שוין דער פֿאַקט אַליין, אַז דער נאָמען פֿון דער דיכטערין לעבט, אַז אירע לידער דרוקן זיך אין "פֿאָרווערטס", ווערן געלייענט און געהערט אויף דער אָרטיקער ראַדיאָ; אַז איר זון איז מיט לײַב און לעבן צוגעזאָטן צו דער ייִדישער קולטור; אַז אירע אייניקלעך און אור־אייניקלעך לעבן אין ישׂראל און ציִען ווײַטער דעם ייִדישן ייִחוס — דאָס אַלץ גיט דען נישט צו פֿרייד און האָפֿענונג?! דעריבער טאַקע האָט זיך די אונטערנעמונג, לכּבֿוד דער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן פֿאַרענדיקט מיט דער לעבנסשטראַלנדיקער מוזיק פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, באַאַרבעט פֿאַרן טריאָ פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי.