- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך דער בייזער רעדע אויף דער קאָנפֿערענץ אין מינכן, וואָס האָט בײַ אַ סך באַטייליקטע אַרויסגערופֿן אַ גרויל פֿון דער "קאַלטער מלחמה" (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז' 5), האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, זיך געלאָזט אין אַ יאַזדע איבערן אַראַבישן מיטעלן מיזרח. פּינקטלעכער וואָלט געווען צו זאָגן, איבערן סוניטישן מיטעלן מיזרח: סאַודיע, קאַטאַר, יאָרדאַניע. ווי מיר ווייסן שוין גוט, איז רוסלאַנד אַ גרויסער פֿרײַנד מיטן איראַנישן פּרעזידענט, וואָס חלומט צו זען דעם מיטעלן מיזרח אונטער זײַן שיִיִטישן פֿליגל; ווי אַ גלײַכגעוויכט צו אָט דער פֿרײַנדשאַפֿט, שטרעבט איצט מאָסקווע צו דערנעענטערן זיך אויך צום צווייטן מוסולמענישן לאַגער, סוניטישן, בראָש מיט סאַודיע. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס קריטיקירן אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿאַר פּרובירן זיך אַרויסצודרייען מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי נישט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, וועלכער האָט לעצטנס אַ פּאָר מאָל גערופֿן אָלמערטן צו טרעפֿן זיך מיט אים אָן פֿריִער־געשטעלטע באַדינגונגען. עס האָט זיך אויך געשאַפֿן אין ישׂראל אַ פֿאָרום פֿאַר אַ שלום־איניציאַטיוו מיט סיריע, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך פּערזענלעכקייטן מיט קעגנזעצלעכע מיינונגען. די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991. מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן. 3 זי האָט זיך איצט געפּאָרעט אין קיך בײַ די טיש־קעסטלעך, געזוכט דעם שליסל צו דער טיר פֿון אַ צווייטן צימער, וואָס זי ניצט נישט. דאָרט אין דער דירה בײַ די קינדער, וואָס זיי האָבן אַלע געדונגען נאָכן קומען קיין ישׂראל, איז אויך געווען אַזאַ צימער אָן פֿענצטער, ריכטיקער געזאָגט, אַ פֿינצטערער אַלקער; די קינדער האָבן אים גערופֿן, ווי מע רופֿט עס דאָ, "חדר בטחון"1), אָבער זי האָט דעם אַלקער גערופֿן אויף איר אייגענעם אופֿן — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". איינע פון די מצוות, וועלכע ווערן אָנגעזאָגט אין אונדזער פּרשה, ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער: "כּי תראה חמור שׂונאך רובֿץ תּחת משׂאו, וחדלתּ מעזובֿ לו? עזובֿ תּעזובֿ עמו" — אַז דו וועסט זען ווי אַן אייזל פֿון דײַן שׂונא ליגט (אַ געפֿאַלענער) אונטער זײַן משׂא — וועסטו זיך פֿאַרמײַדן פֿון צו העלפֿן אים? (ניין! טאָרסט אַזוי נישט טאָן, נאָר) העלפֿן זאָלסטו (אים אויסלאָדן פֿונעם אייזל אָדער אָנלאָדן) מיט אים. ס׳איז קלאָר פֿאַרשטענדלעך וואָס די תּורה זאָגט דאָ אָן: אַז אַפֿילו ווען ראובֿן (למשל) זעט אין וועג ווי דער אייזל פֿון שמעונען, וואָס האָט אַ שׂנאה צו ראובֿנען, איז געפֿאַלן אונטער זײַן שווערער משׂא און שמעון נייטיקט זיך אין הילף בײַם אויסלאָדן די משׂא, ביז לעצטנס האָב איך זייער ווייניק געוווּסט וועגן ייִדיש־שפּראַכיקן קאַבאַרעט — דאָס וואָס מען האָט אַ מאָל גערופֿן "קליינקונסט־טעאַטער". אַוודאי בין איך, ווי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, שוין געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן טעאַטער — באַזונדערס, מיט די פֿאָרשטעלוגנען וואָס זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף "סעקאָנד עוועניו" אין ניו־יאָרק, אָדער אַפֿילו אויף די בינעס פֿון די פֿאַרשיידענע זומער־קאָלאָניעס אַרום ניו־יאָרק, ווי למשל, "גראָסזינגערס", "קוטשערס" און דער "קאָנקאָרד". פֿונדעסטוועגן, איז קליינקונסט־טעאַטער עפּעס אַנדערש, צוליב דעם וואָס זײַן עסטעטישער קאָנטעקסט איז אינעם שניט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, כאָטש מיטן טעם פֿון ייִדישן הומאָר און סאַטירע. מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען אין אַמעריקע אַן אינטענסיוו ייִדיש קולטור־לעבן — ליטעראַטור, פּרעסע, טעאַטער. די משפּחה אַדלער זענען געווען די בויער און גרונטלייגער פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט אין אַמעריקע און באַזונדערס, אין ניו־יאָרק, שוין עקזיסטירט אַ גרויסע צאָל טעאַטער־אַנסאַמבלען פֿון פֿאַרווײַלערישן כאַראַקטער. קיין ערנסטער, קינסטלערישער טעאַטער איז נאָך דעמאָלט אין אַמעריקע נישט געווען. עס זענען נאָך נישט געווען קיין אַקטיאָרן, וועלכע זאָלן קאָנען שאַפֿן און בויען אַזאַ מין טעאַטער. אַ שאָד, וואָס איך האָב נישט געהאַט געזען דעם נײַעם דײַטשישן פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", איידער איך בין געפֿאָרן קיין בערלין פֿאַר אַ יאָרן. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם וועגווײַזער־ביכל, אָדער מע גייט שפּאַצירן אויף די גאַסן און אין די הויפּט טוריסטן־פּלעצער פֿון דער שטאָט, געפֿינט מען אויס אַ סך וועגן דער געשיכטע, קונסט, קולטור און אַרכיטעקטור; מײַן לויב-געזאַנג דעם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקיוזער אוניווערסיטעט, אין שטאַט ניו-יאָרק, קען אויסזען ווי אַ חניפֿה, ווײַל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז דאָרטן אַרויס מײַן אייגן בוך. אָבער ס׳איז טאַקע אַ פֿענאָמען אין דער איצטיקער וועלט פֿון ענגליש-שפּראַכיקע ביכער וועגן ייִדיש — איך מיין דערמיט אי די צאָל ביכער, אי זייער קוואַליטעט, אי (וואָס איז אויך זייער וויכטיק) די צוטריטלעכקייט פֿון די פּרײַזן. די טעג האָב איך באַקומען פֿון יענע, צפֿון-ניו-יאָרקישע מקומות אַ נײַ בוך, וואָס מאַרק מילער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אין עמאָרי-אוניווערסיטעט (אַטלאַנטאַ), האָט באַזירט אויף זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע. דער באַנד הייסט Morris Rosenfeld and the Emergence of Yiddish Literature in America, "מאָריס ראָזענפֿעלד און דער אויפֿקום פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע". ווער עס האָט געהאַט די פֿריידיקע געלעגנהייט בײַצוזײַן אויף אַ וואָרט־קאָנצערט פֿון דעם קינסטלער הערץ גראָסבאַרד, וועט ניט פֿאַרגעסן זײַן אויסנעמיקע רעציטירונג פֿון אַ. לוצקיס פּאָעזיע. מיר געדענקען ווי דער באַגײַסטערטער עולם און פֿאַרערערס פֿלעגן אויסרופֿן: "לייען לוצקיס וואַלץ! גיב אונדז לוצקיס וואַלץ" — און דער קינסטלער האָט נאָכגעגעבן. הערץ גראָסבאַרד פֿלעגט זיצן בײַ אַ טישל אויף דער בינע, מיט אַ לעמפּעלע, און פֿלעגט ממש פֿאַרכּישופֿן דעם עולם מיט זײַן אומפֿאַרגעסלעך זיס־בייגעוודיק קול און וווּנדערלעכע ווירטואָזע אויסדרוקן. לוצקיס "וואַלץ" האָט ער דעקלאַמירט מיט אַ האַלבער מעלאָדיע און מיט דעם לאַנגזאַמען ריטעם פֿון דעם וואַלץ. וויפֿל רעפֿלעקציעס וועגן דעם לעבן און טויט, וויפֿל אינסטרומענטן ער פֿלעגט פֿאָרשטעלן בײַם ברענגען צום לעבן לוצקיס "אַ וואַלץ": קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען באַקאַנטע אינגרעדיענטן אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קאָכערײַ, אָבער דאָ באַקומען זיי אַן איטאַליענישן טעם, אַ דאַנק דעם פּאַרמעזשאַנער קעז. אויב איר ווילט צוגרייטן דאָס מאכל ווי אַ פּאַרעווער צושפּײַז אין אַ פֿליישיקן מאָלצײַט, פֿאַרבײַט דעם קעז מיט אַן איבעריקן לעפֿל איילבערט־בוימל, איידער איר שטעלט דעם בעקן אַרײַן אין אויוון.
4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט
|