פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

ווער עס האָט געהאַט די פֿריידיקע געלעגנהייט בײַצוזײַן אויף אַ וואָרט־קאָנצערט פֿון דעם קינסטלער הערץ גראָסבאַרד, וועט ניט פֿאַרגעסן זײַן אויסנעמיקע רעציטירונג פֿון אַ. לוצקיס פּאָעזיע. מיר געדענקען ווי דער באַגײַסטערטער עולם און פֿאַרערערס פֿלעגן אויסרופֿן: "לייען לוצקיס וואַלץ! גיב אונדז לוצקיס וואַלץ" — און דער קינסטלער האָט נאָכגעגעבן. הערץ גראָסבאַרד פֿלעגט זיצן בײַ אַ טישל אויף דער בינע, מיט אַ לעמפּעלע, און פֿלעגט ממש פֿאַרכּישופֿן דעם עולם מיט זײַן אומפֿאַרגעסלעך זיס־בייגעוודיק קול און וווּנדערלעכע ווירטואָזע אויסדרוקן. לוצקיס "וואַלץ" האָט ער דעקלאַמירט מיט אַ האַלבער מעלאָדיע און מיט דעם לאַנגזאַמען ריטעם פֿון דעם וואַלץ. וויפֿל רעפֿלעקציעס וועגן דעם לעבן און טויט, וויפֿל אינסטרומענטן ער פֿלעגט פֿאָרשטעלן בײַם ברענגען צום לעבן לוצקיס "אַ וואַלץ":

איינס — צוויי, דרײַ, איינס — צוויי, דרײַ.
פּאָרלעך דרייען זיך — פּאָרלעך דרייען זיך —
ווייסטו ווי אַזוי? — ווייסטו ווי אַזוי?
ביימער אין אַ וואַלד — דרייען זיך אַזוי —
ווען דו פֿאָרסט פֿאַרבײַ — אין אַ באַן פֿאַרבײַ.

איינס — צוויי, דרײַ, איינס — צוויי, דרײַ.
אַז די פֿידל שפּילט — שפּרייט זי וועגן אויס —
ווייסטו וואָסערע? — ווייסטו וואָסערע?
ווייכע מיידל־הענט — אונטער דײַנע פֿיס —
קרויזלען דיך אַרויף — ווי אַ רויך אַרויף.

איינס — צוויי, דרײַ, איינס — צוויי, דרײַ.
אַז די מאַנדאָלין — צימבלט אָט אַזוי —
ווייסטו וואָס זי טוט? — ווייסטו וואָס זי טוט?
דײַנע יונגע טעג — די פֿאַרגאַנגענע —
ברעקלט זי פֿאַנאַנד — ברעקלט זי פֿאַנאַנד...

איינס — צוויי, דרײַ, איינס — צוויי, דרײַ.
אַז דאָס פֿלייטל פֿײַפֿט — אַז דאָס פֿלייטל פֿײַפֿט —
ווייסטו וואָס דו הערסט? — ווייסטו וואָס דו הערסט?
טויטע אין דער ערד — וויינען דאָס אַזוי —
וואָס־זשע וויינען זיי? — וואָס־זשע וויינען זיי?

איינס — צוויי, דרײַ, איינס — צוויי, דרײַ.
אַז די פּויק באַרוישט — אַז די פּויק באַרוישט —
ווייסטו וואָס דאָס איז? — ווייסטו וואָס דאָס איז?
דאָס איז דאָך דער רויש — אָט דער וועלט־גערויש —
וואָס פֿאַרטויבט אין דיר — פּחד פֿאַרן טויט...

איינס — צוויי, דרײַ, איינס — צוויי, דרײַ.
אַז דאָס לעבן איז — אַ געדריי אַזאַ —
וויינט די ווילאָנטשעל: איינס — צוויי — דרײַ,
וועלן פֿון דער וועלט — אַלע זיך צעגיין, —
טוט מיר אַזוי וויי, — טוט מיר אַזוי וויי.

ריידנדיק וועגן הערץ גראָסבאַרד, ווילט זיך אויך דערמאָנען גרויסע וואָרט־קינסטלערס, וועמען איך האָב געהאַט די זכיה צו הערן, ווי יוסף בולאָוו, דינה האַלפּערן, הדסה קעסטין, און זיי צו לאַנגע יאָר דוד ראָגאָף און מינאַ בערן. זיי האָבן אונדז פֿאַרשאַפֿט אַ נחת־רוח בײַם הערן די געהויבענע בלעטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, צווישן וועלכע די לידער פֿון אַ. לוצקי זײַנען געווען אַ טייל.

אַ. לוצקי איז געווען דער פּסעוודאָנים פֿון אַהרן צוקער, געבוירן אין 1894 אין שטעטל דימידאָווקע, לוצקער געגנט, וואָלין, אוקראַיִנע. ער האָט געלערנט אין חדרים און פּריוואַט בײַ מלמדים און לערערס. אין עלטער פֿון 12 יאָר איז ער אַוועק קיין לוצק, געוואָרן אַ משורר בײַ אַ חזן. אַרום 1908 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, ער האָט באַקומען אַ דערמוטיקונג פֿון י. ל. פּרצן ווײַטער צו שרײַבן. אין 1913 איז ער געפֿאָרן קיין אַמעריקע. עטלעכע יאָר האָט ער אין ניו־יאָרק געאַרבעט ווי אַ פֿאַרקויפֿער פֿון סחורה אויף דער גאַס, ער איז אַ צײַט געווען אַ לערער, געגעבן לעקציעס פֿון פֿידל־שפּילן, געטאָן אויך אַנדערע אַרבעטן. אין משך פֿון אַ יאָר צײַט האָט ער יעדן שבת געדרוקט אַ ליד אין "פֿאָרווערטס". אין 1918 איז ער מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. ווען ער איז צוריקגעקומען פֿון דער מלחמה, האָט ער אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער לידער און האָט אָנגעהויבן אויסשפּילן זײַנע לידער. יעדן שבת האָט ער געדרוקט אַ ליד אין "טאָג". ער איז געשטאָרבן אין 1957.

זײַן ליד "דזשאַז" איז אַ געפּילדער פֿון קלאַנג, ריטעם, באַוועגונג. אָט זײַנען עטלעכע שטעלן דערפֿון:

קוויטשע, ריטשע, פֿידל־שמידל!
פּיאַנע — פּויק! פּיאַנע — פּויק!
קלאַפּל, פּלאַפּל, שטעקל־פֿלעקל,
ציטער, צערטל, צאַפּל, גלעקל.

טאַצן־טאַצער, וואַרף די טאַצן —
אַקוראַט אַן אַקראָבאַט.
טאַנץ אַ טאַנץ און בוץ אין באַצן,
און פֿאַרשפּעטיק פּונקט — צום טאַקט.

נעם אַ טאַץ — און פּאַטש אין פּלייצע,
בייג דעם קאָפּ — און האַק אין פּויק,
הייב אַ פֿוס און שפּרינג אַ קרומער,
שפּרייט דאָס מויל — און שליס אַן אויג.

זעץ זיך רײַטן אויף אַ בענקל,
האַלט די אויגן הויך געווענדט,
טו אַ פֿלי — און פֿאַל אַרונטער,
און צעשרײַ זיך אויף די הענט.

— — — — — — — — — — — — —

טראַסקע! — מאַסקע!
פֿליאַסקע! — לאַסקע!

קראַך — האַרמאַטן און קאַנאָנען!
טרייסל ערד און טרייסל הײַזער!

גיכער הײַנט און גיכער מאָרגן!
שנעלער זייגער מיט די ווײַזער!

אויבן — באַנען, אונטן — באַנען,
סאָבמאַרינען, עראָפּלאַנען,
רידער, רעדער באַראַבאַנען —
צוצעצוימען! צוצעצאַמען!

ראַדיאָ רופֿט אַרונטער מאַרסן!
וועלטן! רוקט זיך צו צוזאַמען!

העכער, העכער, סאַקסאָפֿאָנען!
שטיף און שיפֿל זיך, טראָמבאָן!
טראַמבע, טרובע, אויבנאָן!
פֿלאַטער פֿלעקל, ווי אַ פֿאָן!
קלינגל — גלעקל און דערמאָן!
שאַל און שטראַל, טראָמפּייט!
זאָג אָן ! ! !

— — — — — — — —

מיט אַ מאָל — פֿון אָנהייב אָן!

אין ליד "וואַסערן" ווײַזט לוצקי ווי פֿלינק ער איז אין באַשאַפֿן זײַנע אילוסטראַטיווע ווערטער:

וואַסערן לויפֿן איבער דער וועלט —
אימפּעטיקע,
קרעפֿטיקע.

שלאַנקע שטראָמענדיקע שאַרפֿן —
שטרײַפֿן זיך,
שלײַפֿן זיך,
און שײַנען.
וואַסערן לויפֿן איבער דער וועלט —
און זוכן,
לויפֿן מיט זון,
מיט לבֿנה,
מיט פֿינצטערניש, —
און שרײַען.

בערג אין דער הויך,
טאָלן אין דער טיף.

וואַסערן לויפֿן רונד אַרום און רונד אַרײַן,
רונד אַרויס און רונד אין ריי,
קרום — אַרויף
און גראָד —
אַראָפּ.

אַ געיעגערײַ,
אַ גערוישערײַ,
אַ פֿרייד אין דער וועלט אַרײַן.

דאָס גרעסטע געזאַנג — און נאָך,
אַלע מאָל מיט אַ מאָל — און נאָך.

ליכטיקער געלעכטער,
קלאָרער געפֿליס,
אייביקער יום־טובֿ.

וואַסערן לויפֿן איבער דער וועלט —
און לאַכן.
קאָכן און קײַכן מיט שוימיקן שניי,
קוואַלן און קוועלן מיט זילבערנע כמאַרעס,
טאַנצן — און באַשפּריצן זיך מיט טוי.

אַ שפּריץ אויף אַ שפּריץ און אַ כאַפּ,
אַ כאַפּ און אַ טאַנץ און אַ זיד,
אַ זיד און אַ זינג און אַ זאָג,
אַ זאָג און אַ זינג און אַ יאָג,
אַ יאָג און אַ פֿאַל און אַ הויב,
אַ הויב און אַ פֿאַל און פֿאָרויס,
אַ שפּרונג און אַרײַן אין געדריי.

אַ שטיין —
וואַסערן לויפֿן אויפֿן שטיין
און ציִען צעפּ איבער אים,
ביימער, —
וואַסערן לויפֿן בײַ די ביימער,
און געזעגענען זיך אויף אַ קול.

אַ לאָנקע, —
וואַסערן לויפֿן צו דער לאָנקע
און קושן איר אין די זײַטן,
האַלדזן זי — און ציטערן פֿאַר פֿרייד,
זאָגן איר צו — און אַנטלויפֿן.

לויפֿן און ווערן ניט מיד,
דערציילן — און דערציילן ניט דעם סוף,
רוען? — ניטאָ בײַ וואָס צו רוען,
אומעטום איז דאָ,
יעדער דאָ איז דאָרט,
יעדער דאָרט איז ווײַטער.

מלך ראַוויטש האָט בײַם כאַראַקטעריזירן לוצקיס דיכטונג, געשריבן: "אַ. לוצקי איז — סײַ אין פּאָעטישער פֿאָרעם, סײַ אין לשון און סײַ אין אייגנאַרטיקן אינהאַלט — געווען איינער פֿון די אָריגינעלסטע ייִדישע פּאָעטן. זײַן דיכטונג — אַ מין פּאָעטישער פּאַנטעיִזם. אַלץ לעבט, רעדט און דענקט אין זײַנע לידער. אַלץ איז נישט נאָר באַלעבט, נאָר אויך פֿאַרמענטשלעכט... די גרענעצן זײַנען אָפּגעשאַפֿט. לעבנס־לוסט און ווילן — פֿון איין זײַט — פֿאַרצווייפֿלונג און פֿאַטאַליזם, פֿון דער אַנדערער. אַ מין זינגענדיקער פֿילאָסאָף. אַ ׳שפּילמאַן׳ — אין צוואַנציקסטן י״ה. עס איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס לוצקי איז געווען אַזאַ מײַסטערהאַפֿטער אינטערפּרעטאַטאָר פֿון זײַנע אייגענע לידער, מחמת ער און זײַן ליד זײַנען געווען איינס — גוף און נשמה, וואָרט און אינהאַלט".