טעאַטער
פֿון רבֿקה שילער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רעבעקאַ דזשוי-פֿלעטשער
רעבעקאַ דזשוי-פֿלעטשער

ביז לעצטנס האָב איך זייער ווייניק געוווּסט וועגן ייִדיש־שפּראַכיקן קאַבאַרעט — דאָס וואָס מען האָט אַ מאָל גערופֿן "קליינקונסט־טעאַטער". אַוודאי בין איך, ווי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, שוין געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן טעאַטער — באַזונדערס, מיט די פֿאָרשטעלוגנען וואָס זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף "סעקאָנד עוועניו" אין ניו־יאָרק, אָדער אַפֿילו אויף די בינעס פֿון די פֿאַרשיידענע זומער־קאָלאָניעס אַרום ניו־יאָרק, ווי למשל, "גראָסזינגערס", "קוטשערס" און דער "קאָנקאָרד". פֿונדעסטוועגן, איז קליינקונסט־טעאַטער עפּעס אַנדערש, צוליב דעם וואָס זײַן עסטעטישער קאָנטעקסט איז אינעם שניט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, כאָטש מיטן טעם פֿון ייִדישן הומאָר און סאַטירע.

די וואָס האָט דערוועקט אין מיר אַן אינטערעס אין דער ראַם פֿון ייִדיש־שפּראַכיקן קאַבאַרעט, איז געווען רעבעקאַ דזשוי־פֿלעטשער, אַ חזנטע בײַם "טעמפּל איזרעיל רעפֿאָרם קאָנגערגאַציע" אין סטאַטען־אײַלענד און די הויפּט־שוישפּילערין אין דער פֿאָרשטעלונג "קליינקונסט! — וואַרשעס מוטיקער און גלאַנציקער ייִדיש־קאַבאַרעט". דער מוזיקאַלישער אַקט איז פֿאָרגעקומען סוף יאַנואַר, אין אַ קאַבאַרעט און פּיאַנע־סאַלאָן אין מאַנהעטן, וואָס הייסט "העלענס". די בילעטן זײַנען אַלע געווען אויספֿאַרקויפֿט און דער עולם איז באַשטאַנען פֿון כּלערליי טיפּן — יונג און אַלט, ייִדיש און נישט־ייִדיש, די וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען אַ ייִדיש וואָרט און די וואָס האָבן קוים געקענט ייִדיש.

דער נאָמען פֿון פֿלעטשערס פֿאָרשטעלונג קומט פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען ייִדיש־שפּראַכיקע קאַבאַרעטן זײַנען געוואָרן פּאָפּולער אין אַזעלכע הויפּטשטעט ווי לאָדזש און, בפֿרט, וואַרשע, וואָס האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרמאָגט העכער 350,000 ייִדן, אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. ווי פֿלעטשער האַלט, זײַנען ס׳רובֿ ייִדן, וואָס פֿלעגן אַרײַנקוקן אין אַזעלכע טעאַטערס, געווען ראַפֿינירטע און אַקולטורירטע לײַט, וואָס האָבן סײַ געקענט ייִדיש, סײַ געקאָנט זיך פֿאַרגינען צו קויפֿן די גאָר נישט ביליקע בילעטן. די קליינקונסט־טעאַטערס האָבן אויך צוגעצויגן די ייִדישע אונטערוועלט־פּערזענלעכקייטן — שמוגלערס, באַנדיטן, אַלפֿאָנסן און פּראָסטיטוטקעס — ווי די וואָס ווערן דערמאָנט אין די ווערק פֿון באַשעוויס.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין "קליינקונסט!" דער עולם האָט זיך שטאַרק אָפּגערופֿן אויף אַזעלכע האַרץ־רײַסנדיקע לידער ווי "קראָכמאַלנע גאַס" (בן־ציון וויטלער, 1930ער), "דאָס בײַטשל קרעלן" (יצחק פּערלאָוו/לאָלאַ פֿאָרמאַן, 1930ער) און "מינוטן פֿון בטחון" (מרדכי געבירטיג, 1940). דערצו, פֿאַר די וואָס האָבן טאַקע פֿאַרשטאַנען, אָדער זײַנען שוין געווען באַקאַנט מיט די ייִדישע ליד־טעקסטן, איז די פֿאָרשטעלונג געווען נאָך אַלץ מער חנעוודיק, ווײַל פֿלעטשער האָט זיך באַמיט צו זינגען נישט נאָר מיט דעם ריכטיקן ייִדישן אַרויסרעד, נאָר אַפֿילו מיט דעם אויטענטישן פּוילישן — אָדער בעסער געזאָגט — וואַרשעווער ייִדישן דיאַלעקט, וואָס מען וואָלט געהאַט גענוצט אין אַן אַמאָליקן וואַרשעווער קליינקונסט־טעאַטער.

וועגן דעם דאָזיקן פּונקט — פֿלעטשערס קענטעניש פֿון ייִדיש און איר פֿאָרשונגס־אַרבעט פֿאַר "קליינקונסט!" — האָב איך פּערזענלעך גערעדט מיט פֿלעטשער, וואָס האָט מיר דערציילט, אַז זי שטאַמט פֿון אַ משפּחה, וואָס האָט בכלל נישט גערעדט ייִדיש — נישט פֿון דער מאַמענס צד, נישט פֿון דעם טאַטנס. דערצו, ווי עמעצער וואָס האָט פֿאַרבראַכט אירע קינדער־יאָרן אין קאַליפֿאָרניע, האָט זי קוים געהערט אַ ייִדיש וואָרט אָדער געקענט אַ ייִדיש־רעדנדיקן לעבן־געבליבענעם אין איר אַרומיקער סבֿיבֿה. זי האָט ערשט פֿאַרזוכט פֿונעם קוואַל פֿון ייִדישער מוזיק, ווען זי איז געווען אַ סטודענטקע פֿון חזנות בײַ "היברו יוניאָן קאָלעדזש" (HUC) אין ניו־יאָרק, און אין דעם לעצטן יאָר האָט זי זיך געלערנט פֿאַרשיידענע ייִדישע לידער אינעם קורס פֿון דזשויס ראָזענצווײַג, אַ באַרימטע פּיאַניסטקע, וואָס האָט שוין געשפּילט אין קאָנצערט־זאַלן איבער גאַנץ אַמעריקע און אייראָפּע. פֿאַר אַ צולאָג, האָט פֿלעטשער זיך אויך באַטייליקט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אין דער אינטענסיווער ייִדישער זומער־פּראָגראַם א״נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך.

פֿלעטשער האָט אָבער געוואָלט אונטערשטרײַכן, אַז "קליינקונסט!" איז נישט נאָר אַ פֿאָרשטעלונג פֿאַר די, וואָס זײַנען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער. אַדרבא, זי האָפֿט, אַז איר פֿאָרשטעלונג וועט צוציִען אַלץ מער לאו־דווקא ייִדיש־רעדנדיקע און נישט־ייִדן. לויט איר, האָט "קליינקונסט!" בכלל אַ סך ידיעות איבערגעגעבן וועגן דער געשיכטע פֿונעם פֿריִערדיקן יאָרהונדערט, בפֿרט, וועגן מאָדערניזם. פֿלעטשער האַלט, אַז איר פֿאָרשטעלונג גיט דעם עולם גענוג צו קענען אַרײַנטרעטן אין דער פֿאַרכּישופֿטער וועלט, אַפֿילו אויב מע פֿאַרשטייט נישט יעדעס וואָרט.

וואָס שייך דער צוקונפֿט, האָט די טאַלאַנטירטע שוישפּילערין/חזנטע/דערציִערין פֿאַרשיידענע פּלענער און שטרעבונגען. ערשטנס, וועט זי ווײַטער שפּילן אין "קליינקונסט!" אין מערץ בײַ "העלענס" און "מקור" (אַ טייל פֿון דעם "92סטער גאַס ווײַ"). דערצו וויל זי אַרויסגעבן אַ קאָמפּאַקטל פֿון איר מוזיקאַלישן רעפּערטואַר און ווידער אין האַרבסט שפּילן אין ניו־יאָרק; אין "היים" (Home), איינער פֿון אירע פֿריִערדיקע קינסטלערישע שלאַגערס. זי וויל אויך ווײַזן "קליינקונסט!" אין עטלעכע ראַיאָנען אויסער ניו־יאָרק — צווישן זיי, דער יערלעכער ייִדישער פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר אָנהייב זומער אין קראָקע. צום סוף, האָט פֿלעטשער אויך אין זינען צו שאַפֿן אַן אייראָפּעיִשן קאַבאַרעט־אַקט, וואָס וועט באַטאָנען, ווי וויכטיק ס׳איז אָפּצוהיטן די נאַטירלעכע סבֿיבֿה.

פֿלעטשערס פֿאָלגנדיקע "קליינקונסט!"־פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען בײַ "מקור" זונטיק, דעם 11טן מערץ (4:30 נ״מ); און בײַ "העלענס" דינסטיק, דעם 20סטן מערץ, דאָנערשטיק, דעם 12טן אַפּריל, און דאָנערשטיק, דעם 19טן אַפּריל (7:00 אין אָוונט). פֿאַר מער פּרטים, קלינגט אָן בײַ "מקור" 1000־601־212, בײַ "העלענס" 0609־206־212, אָדער פֿאַרבינדט זיך מיט פֿלעטשערס אייגענעם וועבזײַטל

www.rebeccajoyfletcher.com