רעצעפּטן

קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען באַקאַנטע אינגרעדיענטן אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קאָכערײַ, אָבער דאָ באַקומען זיי אַן איטאַליענישן טעם, אַ דאַנק דעם פּאַרמעזשאַנער קעז.

אויב איר ווילט צוגרייטן דאָס מאכל ווי אַ פּאַרעווער צושפּײַז אין אַ פֿליישיקן מאָלצײַט, פֿאַרבײַט דעם קעז מיט אַן איבעריקן לעפֿל איילבערט־בוימל, איידער איר שטעלט דעם בעקן אַרײַן אין אויוון.


4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 ציבעלע, צעשניטן אויף רעפֿטלעך
1 רויט פֿעפֿערל, צעשניטן אויף שטיקעלעך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1/4 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן
4־5 קאַרטאָפֿל, אָפּגעשיילט
1 טעפּל וואַסער
1/2 טעפּל באַזיל־בלעטער, צעשניטן
3 צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן אויף רעפֿטלעך
1/3 טעפּל צעמאָלענע פּאַרמעזשאַנער קעז


הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס).

רײַבט איינעם פון די קנאָבל-ציינדלעך אין אַ בעקן, און באַשמירט מיט אַ לעפֿעלע פֿונעם איילבערט־בוימל. צעהאַקט די איבעריקע קנאָבל־ציינדלעך.

הייצט דעם איבעריקן בוימל אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן דעם צעהאַקטן קנאָבל, די ציבעלע־רעפֿטלעך, דאָס צעשניטענע רויטע פֿעפֿערל, זאַלץ און פֿעפֿער, און מישט בערך 8 מינוט. גיסט אַרײַן דעם ווײַן און פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער. קאָכט בערך 2 מינוט.

צעשנײַדט די קאַרטאָפֿל אויף דינע רעפֿטלעך און גיט זיי אַרײַן אינעם טאָפּ מיט די גרינסן. גיסט אַרײַן דאָס וואַסער, און קאָכט עס 2 מינוט. מישט אַרײַן די צעשניטענע באַזיל־בלעטלעך.

גיט דאָס קאַרטאָפֿל־געמיש אַרײַן אינעם בעקן. לייגט די פּאָמידאָרן־רעפֿטלעך איבער זיי. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט נאָך אַ מאָל.

באַקט צווישן 1 און 1/2־1 שעה ביז די קאַרטאָפֿל ווערן ווייך. באַשפּרענקלט די קאַרטאָפֿל מיטן קעז (אָדער מיטן איבעריקן לעפֿל איילבערט־בוימל) און באַקט נאָך 15 מינוט. נעמט אַרויס דעם בעקן פֿון אויוון און לאָזט דאָס מאכל זיך אָפּקילן, איידער איר דערלאַנגט עס צום טיש.