פּובליציסטיק
פֿון מלך ווישוואַנאַט (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הרבֿ גבֿריאל און רבֿקה האָלצבערג

מײַנע איבערלעבונגען מיט דער משפּחה האָלצבערג

די פּטירה פֿון הרבֿ גבֿריאל האָלצבערג און זײַן פֿרוי, רבֿקה, אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמבײַ מיט צוויי וואָכן צוריק, איז געווען אַ גרויסער שאָק פֿאַר מיר ווײַל איך האָב זיי געקענט פּערזענלעך. איך באַזוך אָפֿט דאָס "חב״ד־הויז" בעת מײַנע יערלעכע וויזיטן קיין אינדיע.

איך בין דערצויגן געוואָרן אין באָמביי אין די זעכציקער און אָנהייב-זיבעציקער יאָרן, און שטודירט אין קאָלעדזש נישט ווײַט פֿונעם "מאַהאַל-האָטעל" און דער באַן-סטאַנציע "טשאַטראַפּאַטי שיוואַדזשי טערמינוס" — די ערטער, וווּ די ערשטע אַטאַקן זײַנען פֿאָרגעקומען.

‫רעפּאָרטאַזשן
דער מחבר אין אַ שיל אין קאָנקאַן, לעבן באָמביי, פֿעברואַר 2007

ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס": פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿון מלך ווישוואַנאַט

ד״ר מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנצן אין דער "לובין־געשעפֿט־שול" בײַם פּייס־אוניווערסיטעט, ניו־יאָרק, און אַ "פֿאָרווערטס"־לייענער


נאָכן אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמביי (הײַנט באַקאַנט ווי מומבײַ), אינדיע, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, בין איך געזעסן אין מײַן ביוראָ און צוגעגרייט מײַן לערן־פּלאַן פֿאַר דער קומעדיקער וואָך, ווען מײַן פּלימעניק, נפֿתּלי איידלמאַן, האָט אָנגעקלונגען און מיר געזאָגט, אַז חב״ד זוכט מענטשן, וואָס קענען עטלעכע אינדישע שפּראַכן, כּדי צו פֿאַרשטיין די ידיעות אין דער אינדישער פּרעסע.

קהילה־לעבן
פֿון מלך ווישוואַנאַט (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מחבר (לינקס) מיט הרבֿ דניאל ספּערבער

מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.

ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן.