הרבֿ גבֿריאל און רבֿקה האָלצבערג |
chabad.org |
מײַנע איבערלעבונגען מיט דער משפּחה האָלצבערג
די פּטירה פֿון הרבֿ גבֿריאל האָלצבערג און זײַן פֿרוי, רבֿקה, אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמבײַ מיט צוויי וואָכן צוריק, איז געווען אַ גרויסער שאָק פֿאַר מיר ווײַל איך האָב זיי געקענט פּערזענלעך. איך באַזוך אָפֿט דאָס "חב״ד־הויז" בעת מײַנע יערלעכע וויזיטן קיין אינדיע.
איך בין דערצויגן געוואָרן אין באָמביי אין די זעכציקער און אָנהייב-זיבעציקער יאָרן, און שטודירט אין קאָלעדזש נישט ווײַט פֿונעם "מאַהאַל-האָטעל" און דער באַן-סטאַנציע "טשאַטראַפּאַטי שיוואַדזשי טערמינוס" — די ערטער, וווּ די ערשטע אַטאַקן זײַנען פֿאָרגעקומען. איך קען די אַלע ערטער און גאַסן, וואָס וועגן זיי האָט מען גערעדט אין די נײַעס־באַריכטן פֿונעם אַטאַק.
דאָס "חב״ד-הויז" איז אַ פֿינף־גאָרנדיקער בנין, אַ האַלבער מײַל פֿונעם האָטעל "טאַדזש-מאַהאַל", און אַ פּאָר בלאָק אַוועק פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן.
מײַן ערשטער וויזיט אין חב״ד־הויז איז פֿאָרגעקומען מיט דרײַ יאָר צוריק. כ׳האָב דעמאָלט געכאַפּט בלויז אַ קורצן שמועס מיט הרבֿ האָלצבערג; אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש, אָבער מערסטנס אויף ענגליש. ער איז דעמאָלט געווען פֿאַרנומען מיטן פּלאַן אויפֿצובויען אַ מיקווה אינעם "חב״ד-הויז"; פֿריִער, האָט דאָס "חב״ד-הויז" אַרויסגעהאָלפֿן אַן אַנדער אָרטיקע שיל, "תפֿארת-ישׂראל", אויפֿצושטעלן אַ שיינע מיקווה — די ערשטע אין באָמביי זינט אַ לאַנגער צײַט.
אָנהייב 2007, בין איך ווידער געווען אין באָמביי, און געבליבן דאָרט דרײַ חדשים. אין משך פֿון דער דאָזיקער צײַט, האָב איך באַזוכט דאָס "חב״ד-הויז" אַ פּאָר מאָל; דער לענגסטער באַזוך איז געווען שבת חול-המועד פּסח. מײַן טאָכטער, מאַליקאַ (מלכּה־לאה), איז געווען צו גאַסט. די ערשטע צוויי סדרים האָבן מיר פֿאַרבראַכט בײַ אינדישע ייִדישע חבֿרים פֿון "בני-ישׂראל" אין דער שטאָט ביצולאַ, און געדאַוונט אין דער "באַגדאַדי"-שיל "מגן-דוד". ס׳איז געווען אויסערגעוויינטלעך.
מיר האָבן פּלאַנירט צו פּראַווען די לעצטע טעג פּסח מיט די ייִדן אין קאָטשין, אָבער איך האָב אויך געוואָלט, אַז מאַליקאַ זאָל האָבן די געלעגנהייט צו פּראַווען אַן אַשכּנזישן שבת אין חב״ד. מיר האָבן געדונגען אַ האָטעל-צימער בלויז אַ בלאָק אַוועק פֿונעם האָטעל "טאַדזש-מאַהאַל" (אָבער נישט מיט אַזאַ לוקסוס).
מיר האָבן געדאַוונט מעריבֿ אין דער שיל "כּנסת-אליהו" — די שיל וווּ הרבֿ האָלצבערג פֿלעג, אַגבֿ, אָפֿט דאַווענען. זי איז אַ "באַגדאַדי"-שיל, אויסגעפֿאַרבט מיט בלויע און ווײַסע קאָלירן, אַזוי ווי די אַנדערע "באַגדאַדי"-שילן. נאָכן דאַווענען, האָבן מיר צושפּאַצירט צום "חב״ד-הויז". עס זײַנען דאָרט געווען אַרום צוואַנציק מענטשן. איך מיט מײַן טאָכטער זענען געווען די איינציקע אינדיער. על-פּי-רובֿ, זײַנען זיי געווען טוריסטן, וועלכע האָבן געזוכט אַן אָרט אויף שבת, וווּ זיי קענען הערן אַ ייִדיש וואָרט און עסן אַ סעודה.
מיר האָבן געפּראַוועט אַ פֿײַנע שבת-סעודה בײַ חב״ד. איך האָב זיך אויך באַקענט מיטן קאָכער — אַ טאַמיל־רעדנדיקער פֿון דרום-אינדיע. אַזוי ווי טאַמיל איז מײַן מאַמע־לשון, האָב איך זיך באַפֿרײַנדעט מיט אים — מסתּמא צום ערשטן מאָל וואָס ער האָט געטראָפֿן אַ ייִד, וואָס רעדט טאַמיל.
דעם קומענדיקן טאָג זײַנען אין שיל געווען בלויז אינדיער — נישט קיין שפּור פֿון די טוריסטן. מע האָט אָנגעהויבן שפּעט, און די תּפֿילה לויטן נוסח פֿון "בני-ישׂראל" נעמט אַ לאַנגע צײַט. סוף־כּל־סוף, האָבן מיר צוריקשפּאַצירט אונטער דער הייסער זון צום "חב״ד-הויז". דאָס מאָל איז דער עולם געווען אַ סך קלענער, האָב איך געהאַט אַ געלעגנהייט בעסער זיך צו באַקענען מיט די מענטשן.
הרבֿ גבֿריאל האָלצבערגס עלטערן — זײַן טאַטע נחמן און זײַן מאַמע פֿרידע — זײַנען אויך געווען; זיי זענען געקומען פּראַווען פּסח מיט זייער זונס משפּחה. הגם זיי זענען געווען זייער צופֿרידן צו פֿאַרברענגען מיט זיי, איז עס אויך געווען אַ ביסל שווער: אַ הייסער קלימאַט, אַ פֿרעמדע שיל, און מענטשן, וואָס רעדן, בדרך־כּלל, נישט זייער שפּראַך.
דער עלטערער הרבֿ האָלצבערג איז געווען זייער צופֿרידן צו רעדן ייִדיש מיט מיר. מיר האָבן געשמועסט אַ לאַנגע צײַט. נאָכן עסן, זײַנען מיר אַוועק זיך אָפּרוען אַ ביסל אינעם האָטעל. ס׳איז נישט געווען קלאָר, צי סע וועט זײַן אַ מנין אויף מינחה. איך האָב אָפּגעדאַוונט אינעם האָטעל-צימער, און געגאַנגען צוריק צום "חב״ד-הויז" אויף הבֿדלה, זיך געזעגנט מיטן רבֿ, און אַוועק צו מײַנע קרובֿים, וועלכע האָבן געוווינט אין אַ ווײַטערן טייל פֿון באָמביי.
דאָס לעצטע מאָל, וואָס איך בין געווען אינעם "חב״ד"-הויז איז געווען דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, ווען איך און מײַן זון, אַרון (אַרעלע), האָבן באַזוכט באָמביי. איך האָב געהאַט אַרבעט צו טאָן אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט, און מײַן זון האָט שטודירט די אָרטיקע שפּראַך, מאַראַטהי, מיט אַ היגן ייִד, און אויך געאַרבעט ווי אַ וואָלונטיר בײַם "דזשוינט".
איך האָב געדאַרפֿט גיין אויף אַ זיצונג לעבן דעם "חב״ד־הויז", האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט צו הרבֿ האָלצבערג. ווען איך בין אַוועק אויף דער זיצונג, איז אַרון דאָרט געבליבן, און געשמועסט מיט הרבֿ האָלצבערג און אַן אינדישן ייִדישן חבֿר, וואָס ער האָט זיך מיט אים באַקענט דורך דער וועבזײַט "Facebook". ווען איך בין צוריק פֿון דער זיצונג, האָט מען געדאַוונט מינחה און מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן.
הרבֿ גבֿריאל האָלצבערגס פּטירה איז געווען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר מיר. איך האָב גאָר נישט געוווּסט פֿון די אַלע צרות, וואָס ער האָט געהאַט מיט די קרענק פֿון זײַנע קינדער (איין קינד איז געשטאָרבן פֿון "טיי־סעקס", און אַ צווייט קינד איז שטאַרק קראַנק מיט דעם.) בעת אַלע מײַנע וויזיטן האָט ער נישט דערמאָנט קיין וואָרט וועגן דעם.
זאָל ער מיט זײַן פֿרוי האָבן אַ ליכטיקן גן-עדן.