דער מחבר אין אַ שיל אין קאָנקאַן, לעבן באָמביי, פֿעברואַר 2007 |
ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס": פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿון מלך ווישוואַנאַט
ד״ר מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנצן אין דער "לובין־געשעפֿט־שול" בײַם פּייס־אוניווערסיטעט, ניו־יאָרק, און אַ "פֿאָרווערטס"־לייענער
נאָכן אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמביי (הײַנט באַקאַנט ווי מומבײַ), אינדיע, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, בין איך געזעסן אין מײַן ביוראָ און צוגעגרייט מײַן לערן־פּלאַן פֿאַר דער קומעדיקער וואָך, ווען מײַן פּלימעניק, נפֿתּלי איידלמאַן, האָט אָנגעקלונגען און מיר געזאָגט, אַז חב״ד זוכט מענטשן, וואָס קענען עטלעכע אינדישע שפּראַכן, כּדי צו פֿאַרשטיין די ידיעות אין דער אינדישער פּרעסע. אַליין אַ פֿרומער ייִד, ווי אויך אַן אינדיער, האָב איך געוווּסט, אַז איך קען צוהעלפֿן. כ׳האָב פֿאַרבראַכט די ערשטע צוואָנציק יאָר פֿון מײַן לעבן אין באָמביי, און דערפֿאַר קען איך, אַחוץ מײַן מוטערשפּראַך, טאַמיל, אויך רעדן הינדי און אורדו. דערצו האָב איך וואַרעמע געפֿילן פֿאַר דער חב״ד־באַוועגונג. במשך פֿון מײַנע רײַזעס איבער דער וועלט, האָבן די שליחים פֿון חב״ד מיר תּמיד אַ סך אַרויסגעהאָלפֿן. אָבער דער אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמביי האָט מיך ספּעציעל אויפֿגערודערט, ווײַל איך האָב ערשט באַזוכט הרבֿ גבֿריאל האָלצבערג און זײַן פֿרוי דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער בעת אַ וויזיט מיט מײַן זון אַהרן אין דער באָמבייער ייִדישער קהילה; און מיט אַ יאָר פֿריִער, שבת פּסח, האָב איך מיט מײַן טאָכטער, מלכּה־לאה, גענאָסן פֿון זייער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט. איך האָב זיך גלײַך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט חב״ד, און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אַ ריי געשעענישן, וואָס האָט דערפֿירט צו מײַן רעדן מיט אַ טעראָריסט אינעם חב״ד־הויז אין באָמביי.
באַלד ווי עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט די נײַעס וועגן דעם אַטאַק, האָבן אַ סך מענטשן געפּרוּווט קלינגען הרבֿ גבֿריאל האָלצבערגן, דער אָנפֿירער פֿונעם באָמבייער חב״ד־הויז, אויף זײַן מאָבילקע. איינער פֿון זיי איז געווען דער הויפּט פֿונעם וואַשינגטאָנער חב״ד, ר׳ לוי שם־טובֿ. סוף־כּל־סוף, בערך 10:00 אין אָוונט, מיטוואָך, איז עס ר׳ שם־טובֿן געלונגען: עמעצער האָט טאַקע געענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן און זיך אידענטיפֿיצירט ווי אַן אורדו־רעדער — אַ פּנים, איינער פֿון די פֿאַרכאַפּער. אורדו איז די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון פּאַקיסטאַן אָבער אַ סך מוסולמענער אין אינדיע רעדן עס אויך.
נישט קענענדיק זיך דעררעדן מיט אים, האָט ר׳ שם־טובֿ אויפֿגעהאָנגען. אָבער ווען ער האָט שפּעטער זיך דערוווּסט, אַז ס׳איז בנימצא אַ ייִד וואָס קען אורדו, האָט דער רבֿ זיך פֿאַרבונדן מיט אונדז, און געמאַכט אַ דרײַ־קלונג: ער אין וואַשינגטאָן; איך — דאָ, און דער מענטש אינעם חב״ד־הויז אין באָמביי.
דאָס קול, וואָס האָט גערעדט אויף אורדו, איז געווען אַ מענערישס, און גערעדט האָט ער זייער שטיל. פֿאָלגנדיק ר׳ שם־טובֿס אינסטרוקציעס האָב איך געפֿרעגט דעם מענטשן וווּ ער איז.
"איר ווייסט דאָך וווּ איך בין."
"ווי הייסט איר?"
"אימראַן". איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָס איז דער זעלבער אימראַן באַבאַר, וואָס האָט שפּעטער געקלונגען אַ טעלעוויזיע־סטאַנציע אין ניו־דעלי. במשך פֿון דער נאַכט, פֿון 12:00 ביז 5:30 פֿאַרטאָג, האָבן מיר געשמועסט מיט אימראַנען פֿיר אָדער פֿינעף מאָל.
היות ס׳איז געווען אַ סך טומל אַרום מיר, און אימראַן האָט גערעדט זייער שטיל, האָב איך אַליין אָנגעהויבן רעדן הויך. נאָכן ערשטן שמועס מיט אים האָט ר׳ שם־טובֿ מיר געעצהט, אַז דאָס קומענדיקע מאָל זאָל איך רעדן שטילער, כּדי איך זאָל דעם טעראָריסט נישט איבערשרעקן.
איך בין, פֿאַרשטייט זיך, נאָך קיין מאָל נישט געווען אין אַזאַ סיטואַציע, און איך האָב זיך שטאַרק געזאָרגט: וועל איך קענען פֿאַרשטיין זײַן דיאַלעקט פֿון אורדו? וועל איך זאָגן די ריכטיקע זאַכן אויף אַ פּאַסיקן אופֿן? וועל איך אים אפֿשר אויפֿרעגן און גורם זײַן נישט־געוווּנטשענע רעזולטאַטן?
במשך פֿון אונדזערע שמועסן האָט אימראַן אונדז פֿאַרזיכערט, אַז אַלע אינעם חב״ד־הויז זענען בשלום. ווען מיר האָבן געפֿרעגט, צי זיי זענען באַוווּסטזיניק (ווײַל די דינסט, וואָס האָט געהאַט אַרויסגעגנבֿעט דאָס קינד, משה האָלצבערג, פֿונעם חב״ד־הויז, האָט איבערגעגעבן דער פּאָליציי, אַז דער רבֿ און זײַן פֿרוי ליגן אויף דער ערד, אומבאַוווּסטזיניק) האָט אימראַן איבערגעחזרט, אַז קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדעט. "מיר האָבן קיינעם נישט אָנגערירט," האָט ער געזאָגט. "אַפֿילו נישט געגעבן קיין פּאַטש."
"וואָס ווילט איר?"
"שטעלט אונדז אין קאָנטאַקט מיט דער אינדישער רעגירונג אָדער פּאָליציי, וועלן מיר באַפֿרײַען די משכּונות," האָט ער געענטפֿערט. ס׳איז אָבער געווען זייער שווער זיך צו פֿאַרבינדן מיט די אינדישע באַאַמטע. נאָך דעם ווי די נײַעס־באַריכטן האָבן איבערגעגעבן, אַז מע האָט איינעם פֿון די טעראָריסטן געכאַפּט, האָט אימראַן געזאָגט: "ברענגט אַהער מײַן פֿרײַנד וואָס איר האָט אַרעסטירט, וועלן מיר לאָזן אײַערע פֿרײַנד גיין."
אַן אַנדערט מאָל האָבן מיר אים געפֿרעגט אויב ער דאַרף עסן, האָט ער געענטפֿערט: "מיר זענען נישט געקומען אַהער צו פֿרעסן — מיר האָבן אַן אַרבעט דאָ צו טאָן."
"וויפֿל מענטשן זענט איר?" האָבן מיר געפֿרעגט. דאָס האָט אים, אַ פּנים, פֿאַרדראָסן און ער האָט געזאָגט: "טשעפּעט מיך נישט. ווײַזט אויס, איר זענט נישט פֿאַראינטערעסירט אין ראַטעווען אײַערע חבֿרים. רעדט תּכלית און טוט וואָס איר מוזט טאָן."
די גאַנצע צײַט האָט אימראַן גערעדט רויִק. די פּאָליציי האָט געהאַט אָפּגעשניטן די עלעקטריע פֿונעם חב״ד־הויז און עס אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן; איבערן בנין האָט געשוועבט אַ העליקאָפּטער. ס׳איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס אימראַן האָט נישט געקלונגען נערוועז. איין מעגלעכע סיבה איז אַז די טעראָריסטן האָבן סײַ ווי נישט געהאַט בדעה זיך צו ראַטעווען, און צוליב דעם זענען זיי נישט געווען פֿאַראינטערעסירט צו האַנדלען מיט קיינעם נישט. למשל, בײַם ערשטן שמועס, האָט אימראַן אונדז געגעבן אַ טערמין פֿון אַ שעה צײַט, אָבער שפּעטער האָט ער עס מער נישט דערמאָנט. אויב די טעראָריסטן האָבן טאַקע געוואָלט פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען וואָלט אימראַן אונדז געסטראַשעט, זעענדיק, אַז מיר האָבן נאָך נישט נאָכגעגעבן זײַנע פֿאָדערונגען. און פֿאַרשטייט זיך, אויב זיי האָבן שוין דערהרגעט די מענטשן אינעם חב״ד־הויז, וואָלטן זיי געהאַט נאָך ווייניקער סיבות צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען.
אין מיטן נאַכט האָבן מיר, סוף־כּל־סוף, באַוויזן זיך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט אַ באַאַמטן פֿון דער פּאָליציי אין אינדיע, כאָטש ער איז מסתּמא נישט גענוג הויך אין דער היעראַרכיע צו קענען פֿאַרהאַנדלען מיטן טעראָריסט. אָבער ער איז פֿאָרט געווען אַ פּאָליציאַנט, האָבן מיר געפּרוּווט מאַכן אַ פֿיר־קלונג: איך; ר׳ שם־טובֿ; דער פּאָליציאַנט, און אימראַן. צום באַדויערן האָט עס אונדז נישט געלונגען צוליב טעכנישע סיבות.
בעת אונדזער לעצטן קלונג צו אימראַנען האָבן מיר אים צוגעזאָגט צו געפֿינען נאָך עמעצן אין באָמביי, וואָס קען פֿאַרהאַנדלען מיט אים, און מיר וועלן אים צוריקקלינגען. מיר האָבן אָבער קיינעם נישט געפֿונען.
אַ גאַנצע נאַכט האָבן מיר געהאָפֿט, אַז די מענטשן אינעם חב״ד־הויז אין באָמביי וועלן באַפֿרײַט ווערן. לסוף, ווי מיר ווייסן, האָט גאָרנישט געהאָלפֿן. ווען די פּאָליציי איז אַרײַן אין חב״ד־הויז האָט מען געפֿונען זעקס מתים — צום ווייניקסטן. די טעראָריסטן האָבן איינעם, ווײַזט אויס, דערהרגעט אין די ערשטע מאָמענטן פֿונעם אַטאַק. אימראַן האָט מסתּמא געשפּילט אַ שפּיל מיט אונדז, כּדי דורכצופֿירן עפּעס אַ ציל — אפֿשר פּירסום פֿאַר זײַן אָרגאַניזאַציע.
במשך פֿון דער גאַנצער נאַכט האָבן מיר געפּרוּווט זיך דערקלינגען צו עמעצן אינעם מלוכה־דעפּאַרטמענט אָדער דער "עף־בי־אײַ" (פֿעדעראַלע פּאָליציי) כּדי אונדז צו העלפֿן רעדן מיט די פֿאַרכאַפּער. צום באַדויערן, צוליב דעם אומגלייבלעכן מצבֿ — אַז מיר דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן רעדן מיטן טעראָריסט אין אינדיע — האָבן די אינסטאַנצן, אַ פּנים, געמיינט, אַז ס׳איז אַ בלאָף. סוף־כּל־סוף, האָט אַ גרופּע "עף־בי־אײַ"־אַגענטן זיך יאָ באַוויזן און אונדז דערקלערט ווי אַזוי צו ענטפֿערן די פֿאַרכאַפּער. צום באַדויערן האָב איך נישט געהאַט קיין געלעגנהייט עס אויסצופּרוּוון, ווײַל מיר האָבן שוין מער נישט געקאָנט דערגרייכן אַימראַן.
דאָנערשטיק, 3:00 נאָך מיטאָג, האָב איך זיך אונטערגעגעבן, און בין אַהיימגעפֿאָרן. נישט געקוקט אויפֿן טרויעריקן סוף פֿון דער געשיכטע, איז עס געווען אַ טיף־גײַסטיקע איבערלעבונג פֿאַר מיר. איך האָב יענע נאַכט געהאַט צו טאָן מיט אַזוי פֿיל מענטשן אין חב״ד, מענטשן וואָס האָבן געהאַט איין כּוונה: צו טאָן וואָס זיי קענען צו באַפֿרײַען די משכּונות; מענטשן מיט אמונה שלימה, אַז גאָט וועט ברענגען אַ גוטן רעזולטאַט. לכתּחילה איז מײַן ציל טאַקע געווען צו העלפֿן חב״ד; אָבער אַהיימגעפֿאָרן בין איך, אַליין אינספּירירט פֿון די חב״דניקעס, מיט זייער שטאַרקער אמונה און בטחון אין גאָט.