|
דער מחבר (לינקס) מיט הרבֿ דניאל ספּערבער |
Credit: P. V. Viswanath |
מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן.
פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, בעת מיר האָבן גערעדט וועגן דער סדרה, האָבן מיר אָנגעהויבן שמועסן וועגן הינדויִזם און עבֿודה־זרה. יהושע, וועלכער האָט זיך געלערנט סאָציאַלע אַרבעט אין ישׂראל און דערנאָך באַקומען סמיכה אין אַ ספֿרדישער ישיבֿה, האָט נאָך אַלץ אָנגעהאַלטן אַן אומאָפּהענגיקן צוגאַנג.
כ׳האָב אים איבערגעגעבן מײַנע אייגענע געדאַנקען וועגן די ענלעכקייטן צווישן ייִדישקייט און הינדויִזם, און דעמאָלט האָט ער פּלוצלינג דערקלערט: "איך ווייס נישט צי דו ווייסט, אָבער די וואָך וועט דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל באַזוכן אינדיע, צו פֿירן אַ שמועס מיטן שאַנקאַראַטשאַריאַ (דער חשובֿסטער הינדויִסטישער גײַסטיקער פֿירער אין אינדיע). עס פֿאַלט מיר אײַן, אַז צוליב דײַן קענטשאַפֿט פֿון הינדויִזם און יהדות, וואָלטסטו אפֿשר געקאָנט זיך באַטייליקן ווי איינער פֿון דער ייִדישער דעלעגאַציע." ער האָט צוגעזאָגט צו רעדן מיט די אָרגאַניזאַטאָרן אין דעלהי וועגן פֿאַרבעטן מיך.
מיט צוויי טעג שפּעטער, מאָנטיק, דעם 5טן פֿעברואַר, האָט מען מיך אָפֿיציעל פֿאַרבעטן צום "סעמינאַר פֿון דער הינדויִסטישער און ייִדישער פֿירערשאַפֿט אין ניו־דעלהי", וואָס האָט זיך אָנגעהויבן יענעם טאָג. צוליב אַ קלאַס, האָב איך געמוזט פֿאַרפֿעלן דעם ערשטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ, אָבער דינסטיק גאַנץ פֿרי, בין איך אָנגעקומען אין דעלהי. באַלד ווי איך בין אַראָפּ פֿון עראָפּלאַן, בין איך אַרײַנגעלאָפֿן אין אַ שטילן צימער צו דאַווענען שחרית. בעת איך האָב אָנגעטאָן טלית און תּפֿילין, האָב איך באַמערקט ווי אַן אינדישער מאַנסביל קוקט אויף מיר. ווען איך האָב אָפּגעדאַוונט, איז ער צוגעקומען צו מיר און געזאָגט, אַז ער איז אַ זיכערהייט־באַאַמטער פֿון דער דעלהי־פּאָליציי. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר האָט לעצטנס געהאַט באַקומען עטלעכע דראָונגען, און דערפֿאַר האָט דער זיכערהייט־באַאַמטער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מאַן מיט אַ באָרד (איך), וועלכער נעמט אַרויס קעסטעלעך פֿון אַ בלאָען זעקל. אָבער ווען ער האָט דערזען, אַז איך טו עס אָן און שאָקל זיך מיט דעם, האָט ער שוין פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אַ רעליגיעזער אָביעקט.
איך בין אָנגעקומען אינעם "טאַזש־מאַהאַל האָטעל", און גלײַך אַרײַן אין זאַל, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען דער סעמינאַר. הגם איך האָב שוין פֿאַרפֿעלט אַ שעה מיט אַ האַלב האָב איך אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז די סטרוקטור פֿון סעמינאַר איז אַזאַ: איינער פֿונעם הינדויִסטישן צד האָט גערעדט וועגן אַ ספּעציפֿישער טעמע און אַ רבֿ האָט אים געענטפֿערט. אַחוץ דעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבֿ יונה מעצגער, האָבן זיך אויך באַטייליקט: דער דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן ראַבינאַט — הרבֿ דוד ראָזען; דער באַרימטער תּלמוד־פּראָפֿעסאָר פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט — הרבֿ דניאל ספּערבער; דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין אינדיע; רבנים פֿון אירלאַנד, בעלגיע, שפּאַניע, און אַנדערע וויכטיקע ייִדישע פֿיגורן.
|
הרבֿ יונה מעצגער (רעכטס) און דער הינדו־פֿירער דאַיאַנאַנדאַ סאַראַסוואַטי (לינקס), בײַם סעמינאַר, אין ניו־דעלהי, אינדיע |
Credit: P. V. Viswanath |
אויפֿן הינדויִסטישן צד האָבן זיך באַטייליקט אַ סך פֿאָרשטייער פֿון דער שאַנקאַראַ-טראַדיציע, וואָס שטאַמט פֿונעם 6טן יאָרהונדערט, אָבער אויך פֿון אַנדערע טראַדיציעס, ווי מאַדכוואַ און סוואַמינאַראַיאַן. סײַ די ייִדן, סײַ די הינדויִסטן האָבן באַטאָנט די ענלעכקייטן צווישן די צוויי רעליגיעס. למשל, דער הינדויִסטישער פֿעסטיוואַל פֿון תּקופֿת־טבֿת (winter solstice) קומט פֿאָר בערך אין דער זעלבער צײַט ווי טו־בשבֿט. דער סוואַמי (הינדו־פֿירער) דאַיאַנאַנדאַ סאַראַסוואַטי האָט באַמערקט, אַז ביידע טראַדיציעס לייגן דעם טראָפּ אויף פֿאַרבעסערן די וועלט: בײַ די הינדויִסטן הייסט עס "סאַרווע בהאַוואַנטו סוכינאַם" — די נייטיקייט צו שטרעבן צום וווילזײַן פֿון אַלצדינג; און בײַ ייִדן — תּיקון־עולם.
סאַראַסוואַטי האָט אָבער געמאַכט איין טעות. ער האָט באַמערקט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט איסלאַם און קריסטנטום, וואָס פּרוּוון אײַנצורעדן מענטשן אָנצונעמען זייער גלויבן און דערבײַ רעספּעקטירן זיי נישט די אַנדערע רעליגיעס, האַלטן יהדות און הינדויִזם, אַז אַנדערע רעליגיעס ווײַזן אפֿשר אַנדערע וועגן צו גאָט, אָבער אַלע דערגרייכן זיי דעם זעלבן ציל. הרבֿ ראָזען האָט אים העפֿלעך אויסגעבעסערט, אַז ייִדישקייט אָנערקענט דווקא נישט, אַז אַלע רעליגיעס זענען גלײַך. הגם הרבֿ ראָזענס אָנצוהערעניש איז געווען, אַז נאָר דער ייִדישער גלויבן איז דער ריכטיקער, האָבן די הינדויִסטן זיך נישט באַליידיקט, ווײַל ער האָט עס אויסגעדריקט אויף אַ שיינעם, עלעגאַנטן אופֿן.
ביידע צדדים האָבן אַרויסגעוויזן גרויס דרך־ארץ איינער פֿאַרן צווייטן. וויסנדיק אַז די הינדויִסטן זענען וועגעטאַריער, האָבן די ייִדישע פֿירער געגעסן בלויז וועגעטאַריש שפּײַז, וואָס דער חב״ד פֿון באָמביי האָט געהאַט צוגעגרייט און איבערגעשיקט קיין דעלהי.
הרבֿ מעצגער האָט געמאַכט אויף מיר פּערזענלעך אַ גרויסן אײַנדרוק, צוליב דעם וואָס ער איז בכלל געווען גרייט צו דיסקוטירן טעאָלאָגישע ענינים מיט די הונדויִסטישע פֿירער. אין אַמעריקע האָב איך זיך שוין צוגעוווינט צו הערן ווי ייִדן, וואָס ווייסן כּמעט גאָרנישט וועגן הינדויִזם, באַצייכענען די רעליגיע ווי עבֿודה־זרה. הגם לויט מײַנע אייגענע שמועסן שפּעטער מיט הרבֿ מעצגער האָב איך נישט געקאָנט וויסן, צי ער האַלט, אַז הינדויִזם איז עבֿודה־זרה, אָדער הינדויִזם געפֿינט זיך אינעם ראַם פֿון די "שבֿע מיצוות בני נח" (די זיבן מיצוות וואָס אַלע גויים דאַרפֿן מקיים זײַן), איז ער זיכער אַוועק פֿון דער קאָנפֿערענץ מיט אַן אַנדער מיינונג ווי פֿריִער. ער האָט אַפֿילו באַגלייט דעם סאַדהו אַטמאַסוואַרופּדאַס צום באַוווּסטן "אַקשאַר־דהאַם טעמפּל" אין ניו־דעלהי, און דאָרט פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה — אַ זאַך וואָס אַ סך אַמעריקאַנער רבנים, וואָס איך קען, וואָלטן בפֿירוש נישט געטאָן.
דער סעמינאַר האָט זיך געשלאָסן מיטן אונטערשרײַבן אַ דעקלאַראַציע פֿון קעגנזײַטיקן פֿאַרשטאַנד און קאָאָפּעראַציע. צווישן די פּונקטן: ביידע טראַדיציעס באַזירן זיך אויף אַן אמונה אין איין אַלמעכטיקן גאָט, וועלכער האָט באַשאַפֿן די וועלט מיט אַ פֿאַרשידנאַרטיקייט, וואָס ער האָט געבענטשט; און אַז צוליב דעם וואָס ביידע טראַדיציעס לייגן דעם טראָפּ אויף העלפֿן סײַ זייער אייגענע געזעלשאַפֿט, סײַ דער מענטשהייט, האָבן די באַטייליקטע צוגעזאָגט מיטצואַרבעטן צו פּרוּוון לייזן די פּראָבלעמען פֿון אָרעמקייט, קראַנקייט און אומגלײַכקייט אויף דער וועלט.