|
מאָריס ראָזענפֿעלד |
|
מײַן לויב-געזאַנג דעם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקיוזער אוניווערסיטעט, אין שטאַט ניו-יאָרק, קען אויסזען ווי אַ חניפֿה, ווײַל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז דאָרטן אַרויס מײַן אייגן בוך. אָבער ס׳איז טאַקע אַ פֿענאָמען אין דער איצטיקער וועלט פֿון ענגליש-שפּראַכיקע ביכער וועגן ייִדיש — איך מיין דערמיט אי די צאָל ביכער, אי זייער קוואַליטעט, אי (וואָס איז אויך זייער וויכטיק) די צוטריטלעכקייט פֿון די פּרײַזן.
די טעג האָב איך באַקומען פֿון יענע, צפֿון-ניו-יאָרקישע מקומות אַ נײַ בוך, וואָס מאַרק מילער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אין עמאָרי-אוניווערסיטעט (אַטלאַנטאַ), האָט באַזירט אויף זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע. דער באַנד הייסט Morris Rosenfeld and the Emergence of Yiddish Literature in America, "מאָריס ראָזענפֿעלד און דער אויפֿקום פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע".
איך האָב זיך דערפֿרייט מיט דער מתּנה, בפֿרט ווײַל זי האָט מיר געגעבן אַ גוטן "תּירוץ" צו דערמאָנען וועגן דעם ראָזענפֿעלד-זײַטל אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס".
יעדער איינער, וואָס אינטערעסירט זיך אָדער באַשעפֿטיקט זיך פּראָפֿעסיאָנעל מיט ייִדישער ליטעראַטור געדענקט די מעשׂה, די ביינער פֿון וועלכער וואַקסן אַרום מיט פֿלייש אַדאַנק מילערס בוך, ווי אויך אַ צאָל זכרונות וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין אַמעריקע אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן י״ה:
מאָריס (משה-יעקבֿ) ראָזענפֿעלד (1862—1923) איז אין 1886 געקומען קיין אַמעריקע. צו יענער צײַט האָט ער שוין באַוויזן עטלעכע יאָר אָפּצואַרבעטן אין לאָנדאָן. אין ניו-יאָרק האָט ער אויך שווער געהאָרעוועט — גענייט אין אַ "סוועט-שאַפּ"; און אויך געשריבן לידער, וואָס זײַנען געווען פֿול מיט סאָציאַלן פּראָטעסט. די ניו-יאָרקער צײַטונגען האָבן געדרוקט זײַנע ווערק. אין 1888 האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן ערשט פּאָעטיש זאַמלבוך. אָבער לעבן נאָר פֿון ליטעראַטור האָט ער ניט געקענט. זײַן מצבֿ האָט זיך ראַדיקאַל געביטן, ווען מיט זײַן פּאָעזיע האָט זיך פֿאַראינטערעסירט לעאָ ווינער, דער פּראָפֿעסאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט. אַן אויסקלײַב פֿון ראָזענפֿעלדס לידער, איבערגעזעצט דורך ווינערן, זײַנען אַרויס אין 1898 (צווייטע אויפֿלאַגע אין 1900) אונטערן נאָמען "לידער פֿון דער געטאָ".
מאַרק מילער ברענגט אין זײַן בוך אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון ראָזענפֿעלדס איבערזעצונגען, וואָס ווײַזט אַז ווינערס "לידער פֿון דער געטאָ" האָבן געעפֿנט אַ וועג פֿאַר ביכער אין כּלערליי שפּראַכן — דײַטש, פּויליש, טשעכיש, סערביש, רומעניש, אונגאַריש. אַ דאַנק רעצענזיעס אין דער פּרעסע, איז זײַן נאָמען געוואָרן ברייט באַקאַנט. דער "סוקסעס" האָט אים ממש פֿאַרשיכּורט און ער האָט גענומען חלומען וועגן אַ לעבן פֿון אַן ענגלישן דיכטער. דער סוף איז געווען, אַז פֿון זײַן גאַנצער ענגלישער פּאָעטישער פּראָדוקציע האָט בלויז איין ליד באַקומען אַן אָנערקענונג, און דער מחבר פֿלעגט תּמיד האַלטן בײַ זיך אין קעשענע אַן אויסשניט פֿון אַן אַנטאָלאָגיע, וווּ דאָס געראָטענע ליד איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט.
אָבער די איבערזעצונגען אויף ענגליש האָבן פֿונדעסטוועגן געביטן ראָזענפֿעלדס לעבן. און ניט ווײַל מע האָט גענומען צעכאַפּן זײַנע ביכער, נאָר ווײַל זײַן שם האָט אים געגעבן אַ צוטריט צו דער סמעטענע, דער עיקר צו דער "יעקעשער" סבֿיבֿה, פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה. אין די הויכע ייִדישע פֿענצטער האָט ראָזענפֿעלד געפֿונען ברייטהאַרציקע שטיצער. סײַ דירעקט דורך זאַמלען געלט, סײַ דורך אָרגאַניזירן לעקציעס און פֿאָרלעזונגען, סײַ דורך העלפֿן פֿאַרשפּרייטן זײַנע ביכער, האָבן די בעלי-טובֿות באַפֿרײַט דעם דיכטער פֿון זײַן שווערער פֿיזישער אַרבעט.
פֿון די געלט, וואָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַנע הענט, האָט ראָזענפֿעלד געקויפֿט אַ שפּײַזקראָם. אָבער ער האָט זיך ניט אויסגעטויגט ווי אַ סוחר און גענומען זוכן אַנדערע פּרנסות, אָבער קיין סטאַבילע פֿינאַנציעלע באַזע האָט ער פֿאַר זיך ניט געשאַפֿן. אין 1908 איז ראָזענפֿעלד געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" (אַ שרײַבער אין דער צײַטונג איז ער שוין צו יענער צײַט געווען אין משך פֿון עטלעכע יאָר). אַ חוץ לידער, האָט ער געשריבן אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען. הלל ראָגאָף, דער לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" און דער שעף-רעדאַקטאָר נאָך אַב. קאַהאַנס טויט אין 1951, האָט באַשריבן אין זײַנע זכרונות, ווי אַזוי ראָזענפֿעלד האָט געגרייט אַ מאַטעריאַל וועגן דעם ערשטן מײַ, וואָס איז אין יענע יאָרן געווען אַ גרויסער יום-טובֿ פֿאַר אַלע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס. גרויסע דעמאָנסטראַציעס אויף דער איסט-סײַד פֿלעגן זיך אָנהייבן לעבן דעם בנין פֿון "פֿאָרווערטס". אַ חוץ דעם, וואָס דאָס איז געווען אַ באַקוועם אָרט פֿאַר צונויפֿזאַמלען אַן עולם, האָט עס אויך אָפּגעשפּיגלט די צענטראַלע ראָלע, וואָס די צײַטונג האָט געשפּילט אין דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג.
די דעמאָנסטראַציע, וועגן וועלכער עס דערציילט ראָגאָף, האָט געדאַרפֿט זיך אָנהייבן מיטאָגצײַט. אָבער ראָזענפֿעלד איז געקומען אין דער רעדאַקציע אַ זייגער צען. ער האָט אַ ווײַלע געקוקט אין פֿענצטער, וווּ מע האָט שוין געזען די צוגרייטונגען צום פּראָלעטאַרישן יום-טובֿ, און זיך אַוועקגעזעצט שרײַבן. נאָך איידער דער פּאַראַד האָט זיך אָנגעהויבן, איז שוין פֿון אונטער זײַן פּען אַרויס אַ רעאַליסטיש "באַריכט" פֿון דער געשעעניש.
אין 1912, ווען ראָזענפֿעלד איז געוואָרן פֿופֿציק יאָר אַלט, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָפּגעמערקט דעם יובֿל דורך אַרויסגעבן דעם דיכטערס "געוויילטע שריפֿטן" אין דרײַ בענדער. בכלל, דעם יוביליי האָט מען זייער ברייט געפֿײַערט. אָבער אין גיכן איז ראָזענפֿעלדס מצבֿ אין "פֿאָרווערטס" געוואָרן אַ ביטערער. מע האָט זיך געשושקעט וועגן דעם, אַז ער האָט זיך "אויסגעשריבן". מע האָט אויך גערעדט וועגן דעם, אַז די רעדאַקציע פֿלעגט באַקומען בריוו פֿון לייענער, וועלכע האָבן זיך געקלאָגט אויף זײַנע לידער און אַרטיקלען. און אפֿשר זײַנען אַזעלכע בריוו גאָר ניט אָנגעקומען, נאָר דער רעדאַקטאָר, קאַהאַן, איז געווען ניט צוּפֿרידן. צו רעדן וועגן אַזעלכע זאַכן מיט ראָזענפֿעלדן איז געווען שווער, ווײַל ער איז געווען אַ הייסבלוטיקער — האָט ניט געקענט פֿאַרטראָגן קיין קריטיק. ער פֿלעגט גלײַך ווערן אין כּעס, ניט געקענט זיך קאָנטראָלירן און געשאָטן מיט שרעקלעכע זידל-ווערטער.
קאַהאַן האָט געפּרוּווט אויסמײַדן אַ פּערזענלעכע קאָנפֿראָנטאַציע מיט ראָזענפֿעלדן און דורך אַנדערע מענטשן געלאָזט אים וויסן, אַז די רעדאַקציע איז ניט צופֿרידן מיט זײַן אַרבעט. דאָך אין איין שיינעם טאָג אין יאָר 1914 האָט זיך געמאַכט אַזוי, אַז קאַהאַן און ראָזענפֿעלד זײַנען צוזאַמען געפֿאָרן אין דער ווינדע. מיר וועלן זיך קיין מאָל ניט דערוויסן, וועגן וואָס זיי האָבן בשעת יענער יאַזדע גערעדט, נאָר ראָזענפֿעלד האָט גלײַך אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט דעם "פֿאָרווערטס"-בנין.