די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991. אָבער זײַן אַרויסזאָגונג איז געווען מער קאָנקרעט: דער רוסישער פּרעזידענט האָט געוואָרנט, אַז זײַן לאַנד וועט ניט פֿאַרשווײַגן דאָס אינסטאַלירן די אַמעריקאַנער סיסטעם פֿון ראַקעטן־פֿאַרטיידיקונג אין פּוילן און אין טשעכיע. רוסלאַנד וועט געפֿינען אויף דעם אַן "אַסימעטרישן ענטפֿער" און אַנטוויקלען נײַע מינים ראַקעטן, וועלכע וועלן זײַן בכּוח דורכצוברעכן די אַמעריקאַנער פֿאַרטיידיקונג־סיסטעם. דערבײַ האָט פּוטין באַמערקט, אַז ער האָט אויסגענוצט די דאָזיקע אומאָפֿיציעלע קאָנפֿערענץ, ווי אַ פּאַסיקע געלעגנהייט אַרויסצוזאָגן זײַן מיינונג אָפֿן, אָן אַ "דיפּלאָמאַטישער מאַנירלעכקייט".
פּוטין האָט כאַראַקטעריזירט די מיליטערישע אָפּעראַציע אין איראַק ווי אַ "מיליטאַרישע אַוואַנטיורע", וועלכע האָט נאָך איין מאָל דערוויזן, אַז "די איינזײַטיקע און ניט־לעגיטימע האַנדלונגען האָבן ניט קיין הצלחה". די איינזײַטיקע אַמעריקאַנער פּאָליטיק האָט ניט געמאַכט די וועלט זיכער, האָט אונטערגעצויגן פּוטין זײַן סך־הכּל. דער פּשט פֿון דער רעדע איז געווען גאַנץ קלאָר׃ רוסלאַנד וויל ווידער שפּילן אַ הויפּט־ראָלע אין דער וועלט, ווי אַמאָל, בעת דער קאַלטער מלחמה, ווען עס "האָט געהערשט אַ גלײַכגעוויכט צווישן די וועלטמאַכטן, וואָס האָט פֿאַרזיכערט דעם שלום אין דער וועלט. הײַנט איז דער שלום ניט אַזוי סטאַביל", האָט באַטאָנט פּוטין. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט ער דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן אַראַבישן קאַנאַל "אַל־דזשאַזיראַ", אַז די פֿאַרברעכנס פֿון סאַדאַם כוסיינס רעזשים זײַנען געווען אַ סך קלענער, איידער די פֿאַרלוסטן אין דער מלחמה, וואָס אין איר איז שולדיק אַמעריקע.
פּוטינס מינכענער רעדע איז אַ טייל פֿון דער נײַער פּאָליטיק, וואָס דאַרף ווײַזן סײַ דער וועלט, און סײַ דער רוסישער באַפֿעלקערונג, אַז רוסלאַנד וויל פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויף דער וועלט־בינע. דער עקאָנאָמישער אויפֿשטײַג, וואָס איז געוואָרן מעגלעך, אַ דאַנק די הויכע נאַפֿט־פּרײַזן, האָט געשאַפֿן אַ מאַטעריעלן יסוד פֿאַר די דאָזיקע אַמביציעס. די רוסישע מלוכה האָט בהדרגה אויפֿגעשטעלט איר שליטה איבער די סאַמע הכנסהדיקע צווײַגן פֿון דער ווירטשאַפֿט, הגם זיי בלײַבן טײַלווײַז אין פּריוואַטע הענט. איצט קומט רוסלאַנד צו אַ וויכטיקער פּאָליטישער תּקופֿה פֿון פּרעזידענטישע וואַלן. ווי אַ געניטער מײַסטער פֿון אויסשפּירונג, האַלט פּוטין זײַנע פּלענער בסוד און אַנטפּלעקט ניט דעם נאָמען פֿון זײַן יורש. אָבער עס איז קלאָר, אַז זײַן איצטיקע קאָמאַנדע באַמיט זיך צו האַלטן די מאַכט אין אירע הענט. דער קרעמל וויל אײַנרעדן דאָס פֿאָלק, אַז דער מאַכט־איבערגאַנג וועט פֿאָרקומען גלאַטיק און דער הערשנדיקער רעזשים וועט זיך ניט בײַטן. צוליב דעם, דאַרף מען שאַפֿן אַ פּאַסיקע שטימונג, און דעריבער וועט אַ שטיקל פּאָליטישע געשפּאַנטקייט ניט שאַטן.
פּוטין און זײַן געטרײַער פֿאַרטיידיקונג־מיניסטער, סערגיי איוואַנאָוו (איינער פֿון די מעגלעכע קאַנדידאַטן אויף דעם פּרעזידענטישן אַמט), רעדן אַלץ מער אַגרעסיוו וועגן כּלערליי סכּנות פֿאַר רוסלאַנד, וועלכע לויערן אין אַלע עקן פֿון דער וועלט. אַמעריקע, דער עלטסטער און געטרײַסטער שׂונא, שפּילט דערבײַ אַ חשובֿע ראָלע. די שאַרפֿע ווערטער קעגן אַמעריקע דאַרפֿן צוציִען דעם נאַציאָנאַליסטישן סעקטאָר פֿונעם רוסישן עלעקטאָראַט. דער פֿירער פֿון די רוסישע קאָמוניסטן ניקאָלײַ זיוגאַנאָוו האָט שוין געלויבט פּוטינס דרײַסטן אויפֿטריט אין מינכן. די נאַציאָנאַליסטישע מליצה וועט במילא שפּילן אַ גרעסערע ראָלע אין דער רוסישער פּאָליטיק פֿאַר די וואַלן. ווי ווײַט די דאָזיקע מליצה שפּיגלט אָפּ די אמתדיקע כּוונות פֿונעם קרעמל, בלײַבט דערווײַל ניט קלאָר.
די רוסישע אויסערן־פּאָליטיק האָט לעצטנס דערגרייכט געוויסע דערפֿאָלגן. זייער פּאַמעלעך קערט זיך רוסלאַנד צוריק אום אין דעם ראַיאָן פֿון מיטל־מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע. בהדרגה קומען צוריק די אַלטע סאָוועטישע קליענטן. אַלזשיר האָט באַשטעלט בײַ רוסלאַנד פֿאַרשידענע מינים וואָפֿן אויף דער סומע פֿון 7.5 מיליאַרד דאָלאַר. מען שמועסט וועגן אָרגאַניזירן אַ קאַרטעל פֿון גאַז־עקספּאָרטירער, וואָס וועט באַשטיין פֿון רוסלאַנד, איראַן און אַלזשיר. רוסלאַנד האָט גענומען "כאַמאַס" אונטער זײַן פֿליגל; דער רוסישער אויסערן־מיניסטער, סערגיי לאַווראָוו, האָט לעצטנס קריטיקירט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק פֿון ניט האָבן צו טאָן מיטן "כאַמאַס". אָבער סײַ עקאָנאָמיש און סײַ פּאָליטיש בלײַבט רוסלאַנד נאָך אַלץ אויף די ראַנדן פֿון דער רעגיאָנאַלער פּאָליטיק.
דער קאָמפּליצירטסטע שפּיל קומט פֿאָר אַרום איראַן. פֿון איין זײַט, טרעט רוסלאַנד פֿאָרמעל אַרויס קעגן דעם, אַז איראַן זאָל האָבן אַטאָמיש געווער. פֿון דער אַנדערער זײַט, העלפֿט רוסלאַנד צו אַנטוויקלען די איראַנישע אַטאָמישע אינדוסטריע. פֿאַר אַ יאָרן האָט רוסלאַנד פֿאַרקויפֿט צו איראַן זעניט־האַרמאַטן, וועלכע וועלן קאָנען פֿאַרטיידיקן די אַטאָמישע רעאַקטאָרן אין איראַן. אָבער לעצטנס האָט רוסלאַנד זיך אָפּגעזאָגט צו מאָדערניזירן די דאָזיקע האַרמאַטן. די בויונג פֿון די רעאַקטאָרן פֿירט זיך זייער לאַנגזאַם — אַ סימן, אַז רוסלאַנד וויל האָבן אַ השפּעה סײַ אויף דעם איראַנער, און סײַ אויף דעם אַמעריקאַנער צד. פּוטינס לעצטע שאַרפֿע רעדע אין מינכן דאַרף מען פֿאַרשטיין אויך ווי אַ וואָרענונג צו בושן, ער זאָל פֿאַרגעסן וועגן אַ מיליטערישער אַקציע קעגן איראַן. פּוטין האָט געמאַכט קלאָר, אַז רוסלאַנד וועט זײַן קעגן אַזאַ מין אָפּעראַציע.
אינטערעסאַנט, וואָס פּוטינס רעדע אין מינכן האָט ניט אַרויסגערופֿן קיין שאַרפֿע רעאַקציע אין מערבֿ. שטילערהייט, זײַנען די אַמעריקאַנער געווען אַפֿילו צופֿרידן. פּוטין האָט בפֿירוש געוויזן די אייראָפּעער, אַז עס איז דאָ וואָס צו דערוואַרטן פֿון רוסלאַנד. דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר לינדזי גרעם האָט געזאָגט: "מיט איין רעדע האָט פּוטין געטאָן מער, כּדי צו ברענגען אייראָפּע נענטער צו אַמעריקע, איידער ער האָט עס געטאָן אין משך פֿון זיבן יאָר פֿון זײַן פּאָליטיק." אין די אויגן פֿון אַ סך אייראָפּעער האָט פּוטין פֿאַרנומען דאָס אָרט, וואָס עס האָט פֿאַר אים פֿאַרנומען דער אַמעריקאַנער פּרעזידנט בוש — אַ סטראַשידלע, וואָס "מ׳איז געוווינט זי פֿײַנט צו האָבן".