נאָך דער בייזער רעדע אויף דער קאָנפֿערענץ אין מינכן, וואָס האָט בײַ אַ סך באַטייליקטע אַרויסגערופֿן אַ גרויל פֿון דער "קאַלטער מלחמה" (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז' 5), האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, זיך געלאָזט אין אַ יאַזדע איבערן אַראַבישן מיטעלן מיזרח. פּינקטלעכער וואָלט געווען צו זאָגן, איבערן סוניטישן מיטעלן מיזרח: סאַודיע, קאַטאַר, יאָרדאַניע.
ווי מיר ווייסן שוין גוט, איז רוסלאַנד אַ גרויסער פֿרײַנד מיטן איראַנישן פּרעזידענט, וואָס חלומט צו זען דעם מיטעלן מיזרח אונטער זײַן שיִיִטישן פֿליגל; ווי אַ גלײַכגעוויכט צו אָט דער פֿרײַנדשאַפֿט, שטרעבט איצט מאָסקווע צו דערנעענטערן זיך אויך צום צווייטן מוסולמענישן לאַגער, סוניטישן, בראָש מיט סאַודיע. דיפּלאָמאַטיש איז עס אַ קלוגער טריק, וואָס וועט דערמעגלעכן מאָסקווע צו פֿאַרשפּרייטן איר השפּעה אויפֿן מיטעלן מיזרח, און זיך פֿאַרוואַנדלען אינעם הויפּט־פֿאַרמיטלער סײַ צווישן די סוניטן און שיִיִטן, סײַ צווישן דער אַראַבישער וועלט און דעם מערבֿ און סײַ ווי אַ שפּילער אינעם מערבֿדיקן "קוואַרטעט" בײַם פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
אַוודאי איז פּוטינס רײַזע פֿאַרבונדן נישט בלויז מיט זײַן שלום־טרעגערישן שליחות, נאָר אויך מיטן ציל אָנצוטאַפּן די מעגלעכקייטן זיך אומצוקערן אויפֿן וואָפֿן־מאַרק, ווי דער הויפּט־צושטעלער פֿון סאָפֿיסטיקירטן געווער; ווי אויך צו קאָאָפּערירן מיט די הויפּט נאַפֿט־ און גאַז־מדינות אינעם געביט פֿון ענערגיע. רוסלאַנד, ווי אַ נוקלעאַרע מלוכה, מיט אַן אַנטוויקלטער שיטה פֿון אויפֿשטעלן נוקלעאַרע אָביעקטן, געווינט אַלץ מער און מער קונים אין דעם געביט.
נאָך די צען־פֿופֿצן יאָר, זינט ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן און דאָס נײַע רוסלאַנד האָט פֿאַרלוירן כּמעט אַלע אירע "ברידערלעכע רעפּובליקן" און די לענדער פֿונעם געוועזענעם סאָציאַליסטישן לאַגער, זוכט זי אָנצוקניפּן אויף ס'נײַ די אַלטע פֿאַרבינדונגען מיט די אַראַבישע לענדער און די לענדער פֿון דער אַזוי גערופֿענער "דריטער וועלט"; בפֿרט נאָך, אַז אַמעריקע, וואָס איז איצט געוואָרן דער הויפּט־דעה־זאָגער אין דער וועלט, רופֿט צו זיך אַרויס אַלץ מער און מער שׂינאה־קינאה פֿון אַלע זײַטן.
צבֿי מגן, דער ישׂראל־פּאָליטאָלאָג און געוועזענער אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד האַלט, אַז מיט דעם טור איבער די סוניטישע לענדער ווײַזט פּוטין אַרויס זײַן נײַע פּאָזיצע פֿון "דראַנג" אין די אויסלענדישע ענינים. די איצטיקע באַציִונג צו בושס אַמעריקע, דער אַלוועלטלעכער אַנטי־אַמעריקאַניזם שפּילט דווקא צו דעם רוסלענדישן פּרעזידענט.
צי שטרעבט טאַקע פּוטינס רוסלאַנד צו אַן עכטן שלום אין מיטעלן מיזרח? די ישׂראל־פּאָליטאָלאָגן קווענגלען זיך אין דעם; צו היפּוכדיק זײַנען די אינטערעסן פֿון די סאַודיער און פֿון די רוסן. סאַודיע, ווי אַ רײַכע, זאַטע מלוכה מיט לאַנגדויערנדיקע לעבנס־פּרינציפּן, וואָלט געוואָלט אויפֿהאַלטן אין איר ראַיאָן אַ שטיל, סטאַביל לעבן. צו פֿיל האָט זי וואָס צו פֿאַרלירן. רוסלאַנד פֿאַרקערט: מיטן באַוואָפֿנען איראַן, סיריע, מיטן שטיצן די טעראָריסטן פּון "כעזבאָלאַ" און "כאַמאַס" — ווערט אַהין אַרײַנגעבראַכט נאָר געשפּאַנטקייט און אומצוטרוי.
לויט די לעצטע אויספֿאָרשונגען פֿון אַ ספּעציעל דינסט בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, ווערט באַטאָנט, אַז די רעגירונג פֿון רוסלאַנד לייגט פֿאָר אירע "פּערספּעקטיווע קליענטן" בייגעוודיקע באַדינגען בײַם אײַנקויפֿן געווער; נאָך מער, עס ווערן אַנולירט זייערע אַלטע חובֿות, אַבי צו פֿאַראינטערעסירן זיי צו באַשטעלן נײַ געווער. צווישן אַזעלכע הויפּט־קליענטן ווערן אָנגערופֿן כינע, אינדיע און איראַן. אַ באַזונדערן קאָפּ־ווייטיק, חוץ איראַן, רופֿט אַרויס כינע. אײַנקויפֿנדיק בײַ רוסלאַנד די מאָדערניזירטע מינים ים־ און לופֿט־וואָפֿן, שטרעבט די קאָמוניסטישע כינע צו ווערן אין גיכן אַ מלוכה, וואָס וועט מסוגל זײַן זיך קעגנצושטעלן אַמעריקע.
אַ זאָרג רופֿט אַרויס דער פֿאַקט, וואָס רוסלאַנד איז ווײַט נישט איבערקלײַבעריש בײַם געפֿינען קונים פֿאַר איר געווער־האַנדלערײַ. מע קאָן דאָ זען די עקסטרעם־לינקע רעגירונג פֿון ווענעזועלאַ, ווי אויך אַנדערע רעגירונגען מיט נישט־סטאַבילע רעזשימען.
זעט אויס, אַז דער גרויל פֿון דער "קאַלטער מלחמה" האָט נישט אומזיסט אַרומגעכאַפּט די מיטבאַטייליקטע אין דער לעצטער קאָנפֿערענץ אין מינכן. דער טור איבערן מיטעלן מיזרח איז נאָך איין באַווײַז דערצו.