קינאָ
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אולריך מיִע אינעם פֿילם
אולריך מיִע אינעם פֿילם

אַ שאָד, וואָס איך האָב נישט געהאַט געזען דעם נײַעם דײַטשישן פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", איידער איך בין געפֿאָרן קיין בערלין פֿאַר אַ יאָרן. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם וועגווײַזער־ביכל, אָדער מע גייט שפּאַצירן אויף די גאַסן און אין די הויפּט טוריסטן־פּלעצער פֿון דער שטאָט, געפֿינט מען אויס אַ סך וועגן דער געשיכטע, קונסט, קולטור און אַרכיטעקטור; אָבער צו פֿאַרשטיין וואָס ס'איז געשען טאָג־טעגלעך הינטער די ווענט, אין פּריוואַטע דירות, אין די ביוראָקראַטישע ביוראָען בעתן קאָמוניסטישן רעזשים פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד, דאַרף מען זען אַ פֿילם ווי "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", אין וועלכן ס'ווערט פֿאָרגעשטעלט דער שווערער דרוק אויפֿן לעבן אין אַ געזעלשאַפֿט מיט טויזנטער "שפּיצלעך" (מוסרים) און אַ פֿאַרשפּרייטן אינערלעכן שפּיאָנאַזש־אַפּאַראַט. בערלין זעט אין דעם פֿילם אויס, ווי אַן אומעטיקע גראָע שטאָט, און כאָטש "דאָס לעבן פֿון אַנדערע" איז אַ קאָליר־פֿילם, באַמערקט מען נישט קיין פֿריידיקע פֿאַרבן, נאָר גראָ, שוואַרץ און ווײַס.

דער רעזשיסאָר, פֿלאָריאַן הענקעל וואָן דאָנערסמאַרק, איז דרײַ־און־דרײַסיק יאָר אַלט און האָט אויסגעפֿאָרשט זײַן טעמע דורך אינטערוויוען מיט געוועזענע "שטאַזי"־אַגענטן, פּאָליטיקער, ביוראָקראַטן און נאָכגעשפּירטע קרבנות. מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז פֿאַר אַ דײַטש פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד איז די דאָזיקע טעמע פּריקרע, און דער שיפֿלות־קאָמפּלעקס פֿון די מיזרח־דײַטשן לגבי די מערבֿ־דײַטשן איז גוט באַקאַנט. דאָס איז אָבער נישט קיין דאָקומענטאַר־פֿילם, נאָר אַ קונסטפֿילם אויף אַ הויכער מדרגה, וואָס ציט אַרײַן דעם צוקוקער אין אַ וועלט אָן יושר, אָן אָפּטימיזם, ווי עס האָט אויסגעזען אין 1984.

דער הויפּט־כאַראַקטער פֿונעם פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע" איז אַן אויספֿרעגער, אַ שפּיאָן אין "שטאַזי", דער געהיימער פּאָליציי פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד, גערד וויסלער, געשפּילט פֿון אולריך מיִע. מיִעס כאַראַקטער איז אַ שטײַפֿער, אַ שטרענגער, מיט אַן אויסדרוק אויף זײַן פּנים וואָס בײַט זיך קוים. אָבער אַפֿילו דאָס ביסעלע, וואָס בײַט זיך יאָ, דריקט אויס אַ טיפֿע עמאָציאָנעלע אַנטוויקלונג אין וויסלערס פּערזענלעכקייט, בשעת ער הערט זיך צו אויף אַ באַהאַלטענער רעקאָרדיר־מאַשין צו די געשעענישן אין דער דירה פֿון אַ באַקאַנטן דראַמאַטורג. נאָר אַ פּינטל מיט די אויגן לאָזט אונדז וויסן, אַז וויסלער ווערט מגולגל אין אַן אַנדער מענטש.

וויסלער איז טאַקע דער הויפּטהעלד פֿונעם פֿילם, אָבער נישט דער איינציקער. דער פֿאַרדעכטיקטער דראַמאַטורג, געאָרג דריימאַן, געשפּילט פֿון סעבאַסטיאַן קאָך, וואָס זײַן לעבן און ליבע ווערן רעקאָרדירט 24 שעה טאָג־טעגלעך, איז בײַם אָנהייב פֿונעם פֿילם אַ געטרײַער אידעאָלאָגישער קאָמוניסטישער קינסטלער. דאָס בײַט זיך צו ביסלעך, צוזאַמען מיט וויסלערס איבערצײַגונג, אַז זײַן אייגענער אידעאַליזם וואַקלט זיך. דריימאַן איז אַ שיינער יונגער־מאַן, און אַלע זענען אים מקנא, ספּעציעל דער קולטור־מיניסטער, ברונאָ העמפּף (טאָמאַס טיעמע), וועלכער וויל אַוועקפֿירן פֿון אים זײַן מיידל, קריסטאַ־מאַריאַ סילאַנד (מאַרטינאַ געדעק), אַן אַקטריסע. אָן קיין אמתן באַווײַז, אַז דריימאַן איז נישט געטרײַ דער רעגירונג, הייבט מען אָן אים נאָכצושפּירן. וויסלער שטעלט אויף אַ רעקאָרדיר־טיש אויפֿן בוידעם און הערט יעדעס וואָרט, קלאַנג, פּיפּס אין דריימאַנס דירה. איין אומפֿאַרגעסעלעכער מאָמענט קומט פֿאָר ווען די מאַנשאַפֿט פֿון שפּיאָנען שטעלט אַרײַן די באַהאַלטענע הערעלעך אין דריימאַנס דירה און די שכנה אויף דער אַנדערער זײַט קאָרידאָר עפֿנט אויף די טיר און זעט וואָס ס׳קומט פֿאָר. וויסלער גייט צו צו איר און וואָרנט: "איין וואָרט וועגן דעם און מאַשע פֿאַרלירט איר פּאָזיציע בײַם אוניווערסיטעט". וויסלער און די פּאָליציי זענען געווען גרייט צו אַזאַ פֿאַל, און ס'איז אַ באַווײַז, אַז אַלע פּרטים פֿון אַ מענטשנס לעבן זענען באַקאַנט אין דער געזעלשאַפֿט.

עס זענען אויך פֿאַראַן וווּנדערלעכע סצענעס אין "שפּיאָנאַזש־שול" אין מיזרח־בערלין, וווּ יעדער וויץ אָדער באַמערקונג אין קלאַס קען באַשטימען, צי מע וועט זײַן אַן אויפֿגייענדיקער שטערן, צי אַ פּאָסט־סאָרטירער אינעם קעלער פֿון דער אינסטאַנץ.

צוביסלעך, הערט וויסלער רייד אין דער דירה, וואָס וואָלטן געקענט אויסגעניצט ווערן צו אַרעסטירן דריימאַנען, אָבער זײַן האַרץ איז נישט פֿון קליאָטשע, און ער הייבט אָן שרײַבן פֿאַלשע רעפּאָרטן. וויסלערס אינטערעס וואַקסט אויך צו פֿאַרשטיין וואָס אינספּירירט דעם דראַמאַטורג אינעם אידעאָלאָגישן קאָנפֿליקט. ער כאַפּט זיך אַרײַן אין זײַן דירה און גנבֿעט צו דריימאַנס עקזעמפּלאַר פֿון בערטאָלד ברעכטס ווערק. דער מיניסטער וויל אָבער גיך אַרעסטירן דריימאַנען און פֿירן אַ ליבע מיט זײַן חבֿרטע, אָבער וויסלער שפּילט אים נישט צו. ווען די חבֿרטע שטויסט אָפּ דעם מיניסטער און ער גיט אַ באַפֿעל, אַז זי זאָל מער נישט שפּילן אויף דער בינע, פֿאַרשטייט מען אויך, אַז אַפֿילו די קונסט אין דעם דאָזיקן רעזשים איז קאָרומפּירט.

די מעשׂה ענדיקט זיך אין 1993, נאָכן פֿאַלן פֿון דער בערלינער וואַנט. אַן אַנדערער רעזשיסאָר וואָלט אַזוינס נישט געפּרוווּט, ווײַל ס'איז נישט נייטיק. אָבער צום סוף, זעט מען, ווי די גורלות פֿון דריימאַן און וויסלער ווערן צוזאַמענגעבראַכט נאָך אַ מאָל, שוין אין אַ נײַער וועלט.

"דאָס לעבן פֿון אַנדערע" איז דאָנערסמאַקס ערשטער פֿילם, און ער ווײַזט אַרויס מײַסטערישע פֿעיִקייטן בײַם קאָנסטרויִרן דעם סיפּור־המעשׂה. די טעמע פֿונעם פֿילם דריקט אויס אוניווערסאַלע געדאַנקען פֿון יושר. עס הייבט אויך אַרויס די באַציִונג צווישן דעם יחיד און דער געזעלשאַפֿט אין דער הײַנטיקער וועלט, ווען דער קאַמף קעגן טעראָריזם האָט דערפֿירט צו נײַע געזעצן, וועלכע באַגרענעצן אונדזער פֿרײַהייט און דערלאָזן די רעגירונג זיך אַרײַנצודרינגען אינעם פּריוואַטן לעבן פֿון אומשולדיקע מענטשן.