אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן פֿרוי אינאַ
סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן פֿרוי אינאַ

ערבֿ־ראָש־השנה איז אין דער חב״ד־שיל, וואָס געפֿינט זיך אין קעשענעוו אויף דער גאַס אָנגערופֿן לכּבֿוד דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, פֿאָרגעקומען די הויפּט־אונטערנעמונג. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי. ער פֿירט אָן מיט דער קהילה שוין 15 יאָר. סײַ דער אונטערשטער גאָרן אין דער שיל און סײַ דער אייבערשטער — דער ווײַבערשער — זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. ייִדן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, האָבן זיך געוווּנטשן אַ גוט, געזונט יאָר.

אויפֿן אַנדערן טאָג האָט די שׂימחה ממשיך געווען דער ישׂראלדיקער קולטור־צענטער, וואָס האָט אָרגאַניזירט אינעם קינאָ־זאַל "גאַודעמוס" אַ פֿײַערלעכן אָוונט. מיט באַגריסונג־ווערטער זײַנען אויפֿגעטראָטן: דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, בעלאַ גאָלדענבערג, און די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מאָלדאָווע אין ישׂראל, לאַריסאַ מיקולעץ; דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם ביוראָ פֿון צווישן־עטנישע באַציִונגען בײַ דער מאָלדאַווישער רעגירונג, אָלגאַ גאָנטשאַראָוואַ, און דער פּרעזידענט פֿונעם מאָלדאַווישן ייִדישן קאָנגרעס, אַלכּסנדר בילינקין.

נאָכן קורצן, פֿאָרמעלן טייל האָט זיך אָנגעהויבן דער קאָנצערט, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט באַקאַנטע מוזיקער און שאַפֿערישע יוגנט. אַ סך געסט זײַנען געקומען צוזאַמען מיט זייערע קינדער, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער אַלגעמיינער שטימונג אַ באַזונדערע וואַרעמקייט און האָפֿענונג אויף אַ ייִדישער המשכדיקייט.

אין דעם פֿאָיע פֿונעם קינאָ זײַנען אויסגעשטעלט געוואָרן קונסט־ווערק פֿון די יונגע מאָלער פֿון דער סטודיע "קשתּ" בײַם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער. אויך דאָ, זײַנען נאָכן קאָנצערט אויסגעשטעלט געוואָרן טישלעך און אַלע דערוואַקסענע געסט זײַנען מחבד געווען מיט אַ גוט ביסל מאָלדאַווישן "קאַבערנע"־ווײַן, און די קינדער — מיט עפּל־זאַפֿט, האָניק און געבעקס.

אין די שיינע סעפּטעמבער־טעג קומט אין קעשענעוו פֿאָר דער יערלעכער עטנאָגראַפֿישער פֿעסטיוואַל אונטערן מאָטאָ — "אייניקייט דורך פֿילאַרטיקייט". הײַיאָר, שוין דאָס זיבעטע מאָל, האָבן זיך אין דעם פֿעסטיוואַל באַטייליקט איבער 70 עטנאָקולטורעלע אינסטיטוציעס, וואָס פּרעזענטירן 30 נאַציאָנאַליטעטן, וועלכע וווינען אין מאָלדאָווע. די "ייִדישע גאַס" אינעם פּאַרק אויף פּושקינס נאָמען, וווּ די אונטערנעמונג קומט פֿאָר, האָט אויסגעזען בכּבֿודיק און פֿאַרביק: אויסשטעלונגען פֿון נײַע ביכער, ייִדישע מאכלים, קלאַנגען פֿון ייִדישער מוזיק וכּדומה. מ׳האָט געקאָנט זיך אויך באַקענען מיט דער אַרבעט פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַם, און לייענען וועגן דעם אין אַן אַרטיקל, אָפּגעדרוקט אין "פֿאָרווערטס", וואָס איז אויך אַרויסגעשטעלט געוואָרן אויפֿן פּאַנעל.

די "ייִדישע גאַס" האָבן באַזוכט הויכגעשטעלטע געסט פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג: דער ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, מאַריאַן לופּו, וואָס האָט גערופֿן אַלע באַטייליקטע אינעם פֿעסטיוואַל אַריבערגיין פֿון אַ "דיאַלאָג פֿון קולטורן צו אַ קולטורעלן דיאַלאָג". צווישן די געסט האָט מען געקאָנט זען אויך די פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן פֿון פֿאַרשידענע פּאַרטייען: דומיטרו בראַגיש, וויקטאָר סטעפּאַניוק, אַרקאַדי פּאַסעטשניק, פּיאָטר לוטשינסקי, געוועזענער פּרעזידענט פֿון מאָלדאָווע.

דער חודש תּישרי איז אין פֿולן ברען. מ׳האָט שוין אויפֿגעשטעלט די סוכּות. די טעג וועט מען פּראַווען אין קעשענעוו דעם הנוכּת־הבית פֿון דעם נײַעם ישׂראל־קאָנסולאַט; די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם קולטור־סעזאָן פֿונעם יוגנטלעכן קלוב "תּיקווה" און אויף שׂימחת־תּורה — אַ גרויסער קאָנצערט פֿאַר דער גאַנצער קהילה.