- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער באַקאַנטער זאָג, וואָס מע שרײַבט צו דעם פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט, וולאַדימיר לענין, אַז "ס׳איז ווייניק צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, שווערער איז די מאַכט אײַנהאַלטן" — איז געוואָרן אין רוסלאַנד באַזונדערס אַקטועל איצט, פֿאַר די וואַלן אין דער "דומע" — רוסלענדישער פּאַרלאַמענט. פֿאַר וואָס אַזוי? — קאָן מען פֿרעגן, — ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין רוסלאַנד פּראַוועט מיטן לאַנד נישט די "דומע", נאָר דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. דער מיטעלער מיזרח האָט צו "פֿאַרדאַנקען" זײַן וויכטיקער פּאָליטישער ראָלע און זײַן הויכן געאָפּאָליטישן סטאַטוס ווי דער ברויזנדיקער וווּלקאַן און פאָקוס פֿון דעם פּאָליטישן וועלט-יאַריד — אין זכות פֿון דעם, וואָס ער "זיצט" אויפֿן פּולווער-פֿאַס פֿון דער פּאָליטישער און מאַטעריעלער ענערגיע. זינט אָבער די וועלט האָט אָנגעהויבן זוכן נײַע מקורות און נײַע אַלטערנאַטיוועס פֿאַר אָט די ביידע ענערגיעס, האָט זיך דער פּאָליטישער סטאַטוס פֿון דעם ראַיאָן אַ היפּשן וואַקל געטאָן. ערבֿ־ראָש־השנה איז אין דער חב״ד־שיל, וואָס געפֿינט זיך אין קעשענעוו אויף דער גאַס אָנגערופֿן לכּבֿוד דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, פֿאָרגעקומען די הויפּט־אונטערנעמונג. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי. ער פֿירט אָן מיט דער קהילה שוין 15 יאָר. סײַ דער אונטערשטער גאָרן אין דער שיל און סײַ דער אייבערשטער — דער ווײַבערשער — זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. ייִדן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, האָבן זיך געוווּנטשן אַ גוט, געזונט יאָר. אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה. ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440. דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז. אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן צוויי יום-טובֿים, וואָס זייער עיקר-באַדײַט האָט צו טאָן מיט קבלת-התּורה: שבֿועות און שׂמחת-תּורה. שבֿועות — דער טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — איז בעצם אַ "ניכטערער" יום-טובֿ; אַ סך ייִדן שלאָפֿן נישט די גאַנצע שבֿועות-נאַכט און קאָנצענטרירן זיך אויפֿן לערנען תּורה, כּדי זוכה צו זײַן צו אַ נײַער "פּערזענלעכער מתּן-תּורה", צו דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין לערנען. אַ בשׂורה-טובֿה הערט מען איצט פֿון סאַודיע — דאָרטן האָט מען גענומען רעדן וועגן דערלויבן, סוף-כּל-סוף, אַ פֿרוי צו זיצן בײַם רודער פֿון אַן אויטאָ. ס׳איז אַ גוואַלדיקער פּראָגרעס פֿאַר אַ לאַנד, וווּ אַ פֿרוי האָט מען, למשל, גאָר ניט לאַנג צוריק ניט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן אין אויסלאַנד אָן דער באַגלייטונג פֿון אַ מאַנצביל. הײַנטיקע טעג — משיחס צײַטן! — האָט די סאַודישע פֿרוי אַ מעגלעכקייט צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אַליין, טאָמער זי האָט (פֿונדעסטוועגן) באַקומען אַן אָפֿיציעלע דערלויבעניש פֿון אַ מאַנצביל. אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז דאָס זײַן אַ פֿרומער ייִד נישט געווען אַ זאַך, מיט וועלכער מע האָט עפֿנטלעך שטאָלצירט. די נטיה איז דעמאָלט געווען זיך צו אַמעריקאַניזירן, נישט אויסצוזען אַנדערש ווי די שכנים, מיט־תּלמידים און מיטאַרבעטער. הײַנט, בפֿרט אין די גרעסערע שטעט פֿון אַמעריקע, זעט מען אומעטום דאָקטוירים און באַנקירן מיט יאַרמלקעס; שׂימחת־תּורה טאַנצן צענדליקער, און אַפֿילו הונדערטער ייִדן מיט דער תּורה אין די גאַסן לעבן דער שיל. מ׳איז שטאָלץ צו זײַן אַ פֿרומער ייִד. איך געדענק נאָך, פֿון קינדווײַז אָן, ווי שטאָלץ מיר זענען געווען, ווען מען האָט אונדז דערציילט אַז "מיט ייִדיש קען מען אויספֿאָרן די וועלט!" הײַנט איז דאָס שוין, ליידער, ניט אַזוי. אָבער עבֿרית האָט גאָר לעצטנס צובאַקומען אַ שטיקל נײַע פֿונקציע: די פֿונקציע פֿון זײַן אַן אַלץ אָפֿטערע "לינגוואַ פֿראַנקאַ" בײַ אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן פֿון מומחים אויפֿן שטח פֿון ייִדישע לימודים. וואָס איז דאָס אַזוינס, אייגנטלעך, אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַַ", און צי "איז דאָס גוט פֿאַר ייִדן" צי ניט? אינעם ניו־יאָרקער "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" קען מען איצט קומען אָנקוקן אַ וויכטיקע נײַע אויסשטעלונג — "די תּקופֿה פֿון רעמבראַנדט: האָלענדישע בילדער אינעם מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי". צום ערשטן מאָל קען מען הנאה האָבן מיט איין מאָל פֿון אַלע 228 האָלענדישע בילדער, ס‘רובֿ פֿון די 1600ער יאָרן, אין דער זאַמלונג פֿון דעם מוזיי. די בילדער ווערן אויך אויסגעשטעלט לכּבֿוד 400 יאָר נאָכן געבוירן ווערן פֿונעם מײַסטער־קינסטלער רעמבראַנדט וואַן רין (1606 — 1669), וועלכער האָט געוווינט אינעם ייִדישן קוואַרטאַל אין אַמסטערדאַם און האָט געמאָלן סײַ אָנפֿירנדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון זײַן סבֿיבֿה, סײַ בילדער אויף אַ ביבלישער טעמאַטיק. איך בין זיכער, אַז איר געדענקט די אַלטע חכמה פֿון מאַרקסיסטישן שוואַרצן הומאָר — וועגן דעם געשפּענסט פֿון קאָמוניזם, וואָס האָט פֿאַרבלאָנדזשעט אין אייראָפּע. אין דער אמתן, האָט דאָס דאָזיקע געשפּענסט שפּעטער געבלאָנדזשעט אומעטום, אין אַלערליי ווינקלען פֿון דער וועלט. ווי אַלע האָבן באַמערקט, איז אַפֿילו די לעצטע רעדע פֿון אָסאַמאַ בין-לאַדען געווען אָנגעזעטיקט מיט מאַרקסיסטיש-לעניניסטישער טערמינאָלאָגיע מכּוח דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם און זײַנע חטאָים. איך רעד שוין ניט וועגן די ווערטער פֿון דעם איראַנער פּרעזידענט, וואָס קלינגען גלײַך ווי ער האָט זיך געלערנט אין אַ קאָמוניסטישן אוניווערסיטעט. מיר לעבן אין אַ וועלט פֿון וווּנדיירים און אויסער ווי געוויינטלעכע אײַנפֿאַלן און דערפֿינדונגען. גאָט צו דאַנקען פֿאַר די אײַנפֿאַלן און אינאָוואַציעס. דער עיקר, אין מעדיצין, ווײַל אויב אַ יחיד פֿאַלט אַרײַן אין טעגלעכן, מאָנאָטאָנעם גאַנג פֿון לעבן אָדער פּראָפֿעסיע, איז ער פֿאַרמישפּט צו סטאַגנאַציע און חלאַתן. דאָס איז חל אויף אַלע פּראָפֿעסיעס און אונטערנעמונגען. יעדער מענטש מוז בײַטראָגן עפּעס, וואָס איז ביז אים נישט אַנטדעקט געוואָרן. |