פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ בשׂורה-טובֿה הערט מען איצט פֿון סאַודיע — דאָרטן האָט מען גענומען רעדן וועגן דערלויבן, סוף-כּל-סוף, אַ פֿרוי צו זיצן בײַם רודער פֿון אַן אויטאָ. ס׳איז אַ גוואַלדיקער פּראָגרעס פֿאַר אַ לאַנד, וווּ אַ פֿרוי האָט מען, למשל, גאָר ניט לאַנג צוריק ניט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן אין אויסלאַנד אָן דער באַגלייטונג פֿון אַ מאַנצביל. הײַנטיקע טעג — משיחס צײַטן! — האָט די סאַודישע פֿרוי אַ מעגלעכקייט צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אַליין, טאָמער זי האָט (פֿונדעסטוועגן) באַקומען אַן אָפֿיציעלע דערלויבעניש פֿון אַ מאַנצביל.

ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז די פֿירער פֿונעם לאַנד וועלן טאַקע אײַנגיין אויף צולאָזן די פֿרויען צום רודער. דער קאָראַן שווײַגט דאָך וועגן אַזעלכע זאַכן, און דער איסור איז, אין דער אמתן, אַ טײַטש פֿאַר מאָדערנקייט. צוריק גערעדט, שווײַגן דאָך אויך אונדזערע הייליקע ספֿרים וועגן אַזעלכע מאָדערנע קונצן, ווי אַ שבת-ליפֿט. דאָס ניט צולאָזן די פֿרויען צום שאָפֿער-אָרט אין אַן אויטאָ איז מער אַ סאָציאַלע, איידער אַ ריין-מוסולמענישע מורא. מע ציטערט, אַז פֿון אַזאַ קלייניקייט וועט מען האָבן אַ סך צרות, אַז די גאַנצע געזעלשאַפֿט וועט קאָרומפּירט ווערן און באַקומען אַן אויסזען פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. מע טאָר ניט פֿאַרגעסן, אַז (אין זייערע אויגן) לעבן מיר אין אַ הפֿקר-וועלט.

צי מע דאַרף נעמען צום האַרצן, אַז די פֿרוי האָט אַזאַ סטאַטוס אין סאַודיע, ווי אויך אין אַ היפּשער צאָל אַנדערע לענדער? עפּעס רעדט מען איצט ווייניק וועגן דעם מצבֿ פֿון די פֿרויען אין אַפֿגאַניסטאַן. אויף וויפֿל איך געדענק, האָט מען דאָך געהאַלטן צווישן די וויכטיקע צילן, אַראָפּצונעמען די בורקע פֿון די אַפֿגאַניסטאַנער פֿרויען. קיין סך איז פֿון דעם ניט אַרויס, און האָט ניט געקענט אַרויסקומען, ווײַל די בורקע קען אַראָפּפֿאַלן נאָר צוזאַמען מיט די ראַדיקאַלע שינויים אין דער גאַנצער געזעלשאַפֿט.

איינע פֿון די פּראָבלעמען אין דער איצטיקער אַמעריקאַנער פּאָליטיק איז פֿאַרבונדן מיט צונויפֿמישן זאַכן, וואָס האָבן אַ קליינעם שײַכות צווישן זיך. מע האַלט אין איין צולייגן אַן אַמעריקאַנער מאָס צו לחלוטין אַנדערע סאָציאַלע באַדינגונגען. נאָך מער: מע באַמיט זיך ניט צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע באַדינגונגען. ס׳איז דאָס זעלבע ווי, אַ שטייגער, אויסצולאַכן די אוקראַיִנער פֿאַר לייגן סמעטענע אין אַ פֿליישיקן באָרשט, ווײַל דאָס מאַכט טריף די אַכילה.

באַנאַנד מיט באמת לעבנס-וויכטיקע פּראָבלעמען, פּרוּווט מען אַרײַנשטעלן אין דעם סדר-היום די ענינים, וואָס געהערן צו גאָר אַן אַנדער זגאַל. מע פּרוּווט בײַטן בגוואַלד מינהגים, וועלכע האָבן אַ טיפֿן שורש אין דער אָדער יענער געזעלשאַפֿט, און הגם זיי זעען אויס ווילד אין די אויגן פֿון אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער, שטעלן זיי מיט זיך ניט פֿאָר קיין סכּנה פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

מע רעדט שוין ניט וועגן דעם, אַז אייניקע אייגנאַרטיקייטן פֿון דעם אַמעריקאַנער לעבן קענען אויך אויסזען זייער ווילד אין די אויגן פֿון אַנדערע פֿעלקער, אַפֿילו די מערבֿדיקע. אויף אַן אייראָפּעיִשן שׂכל לייגט זיך ניט, אַ שטייגער, ווי אַזוי אַ ציוויליזירט לאַנד קען הרגענען אירע אייגענע בירגער, אַפֿילו די גזלנים — עלעקטרירן זיי, אויפֿהענגען צי אָפּסמען דורך אַן אײַנשפּריצונג. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין די נאַציאָנאַלע מאַנקאָליע מיט געווער, ווען אַ מענטש האָט די קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט צו שאַפֿן אַ גאַנצן אַרסענאַל בײַ זיך אין דער היים. און די פֿאָרעם פֿון דעמאָקראַטיע, אין וועלכער עס קענען שפּילן אַ ראָלע בלויז צוויי פּאַרטייען, זעט אויס לעכערלעך פֿאַר אַן אייראָפּייער דעמאָקראַט.

איז וואָס? אַן אַמעריקאַנער קען געפֿינען (לויט זײַן געשמאַק) גענוג חסרונות אין דעם אייראָפּעיִשן שטייגער. ניט צופֿעליק רעדט מען דאָך שטענדיק וועגן אַ "צונויפֿשטויס פֿון קולטורן".

סוף 1980ער יאָרן, שוין אין דעם סאַמע בלי פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטרויקע", האָט מען געמאַכט טעלעוויזיע-פּראָגראַמען, וווּ די אַמעריקאַנער און די סאָוועטישע בירגער האָבן געקענט רעדן צווישן זיך. אַ גרופּע לײַט איז געזעסן אין אַ טעלעוויזיע-סטודיע אין מאָסקווע, און אַ גרופּע — ערגעץ אין אַמעריקע, און מע האָט געשטעלט פֿראַגעס. פֿאַר יענע צײַטן איז עס געווען ממש אַ רעוואָלוציע.

פֿון דער אַמעריקאַנער זײַט איז געקומען אַ פֿראַגע וועגן סעקס. האָט אַ סאָוועטישע פֿרוי זייער ערנסט געענטפֿערט: "מיר האָבן ניט קיין סעקס". די פֿראַזע איז אַרײַן אין דער געשיכטע. איך גלייב, אַז די דאָזיקע פֿרוי איז ניט געווען פֿאַלש — זי האָט טאַקע געגלייבט, אַז "סעקס" איז אַ קאַפּיטאַליסטישער באַגריף; עס מיינט אויסגעלאַנסקייט, בעת אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען אַן אַנדער מין באַציִונגען צווישן פֿרויען און מאַנצבילן. איך בין זיכער, אַז די זעלבע פֿרוי האָט געהאַט אַ שטאַרקע (און זייער נעגאַטיווע) מיינונג וועגן די האָמאָסעקסועלע — דאָס האָט אויך געטראָגן אַ מיאוסן גערוך פֿון קאַפּיטאַליזם. איז וואָס? רוסלאַנד האָט איצט שוין איבערגענוג סעקס און אַנדערע נאָך-ניט-לאַנג-צוריק-אוממעגלעכע זאַכן, אָבער צוליב דעם האָט זיך געדאַרפֿט זייער ראַדיקאַל בײַטן די געזעלשאַפֿט.

איך האָב געטראַכט וועגן דעם אַלץ, הערנדיק די פֿראַגע וועגן האָמאָסעקסועלע, וועלכע מע האָט געשטעלט דעם איראַנער פּרעזידענט. כ׳רעד שוין ניט וועגן דער גאַנצער מעשׂה פֿון זײַן אַרויסטרעטן אין דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט — מיר שײַנט, אַז ס׳איז בכלל געווען אַ נאַרישקייט אַזאַ פּאַרשוין צו לאָזן אַהין. אָבער שטעלן אַזעלכע פֿראַגעס איז געווען גאָר אַ פּוסטע זאַך. און לאַכן פֿון זײַן ענטפֿער איז געווען, אין תּוך אַרײַן, נאַריש, בפֿרט פֿאַר אַ געבילדעטן עולם. דער גאַסט האָט דאָך פֿאָרגעשטעלט אַ געזעלשאַפֿט, וואָס לעבט אין אַן אַנדער סאָציאַלער דימענסיע; אַ געזעלשאַפֿט, וואָס האָט אַזאַ פּאַרשוין אויסגעקליבן פֿאַר איר פּרעזידענט.