פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מיטעלער מיזרח האָט צו "פֿאַרדאַנקען" זײַן וויכטיקער פּאָליטישער ראָלע און זײַן הויכן געאָפּאָליטישן סטאַטוס ווי דער ברויזנדיקער וווּלקאַן און פאָקוס פֿון דעם פּאָליטישן וועלט-יאַריד — אין זכות פֿון דעם, וואָס ער "זיצט" אויפֿן פּולווער-פֿאַס פֿון דער פּאָליטישער און מאַטעריעלער ענערגיע. זינט אָבער די וועלט האָט אָנגעהויבן זוכן נײַע מקורות און נײַע אַלטערנאַטיוועס פֿאַר אָט די ביידע ענערגיעס, האָט זיך דער פּאָליטישער סטאַטוס פֿון דעם ראַיאָן אַ היפּשן וואַקל געטאָן. דער לאָקאָמאָטיוו פֿון דעם שלום-צוג, וועלכער איז מיט זיבן יאָר צוריק געוואָרן אַראָפּגעשלײַדערט פֿון זײַנע רעלסן, נייטיקט זיך אין אַלטערנאַטיווער ענערגיע — גענוי אַזוי ווי עס נייטיקט זיך אין איר די מעכאַנישע ענערגיע וואָס באַוועגט די גלאָבאַליזירטע ווירטשאַפֿט אויף דער וועלט.

עס איז נישטאָ קיין חודש, וואָס זאָל נישט האָבן געהאַט אַרײַנגעשריבן אין אונדזער לוח אויף דער וואַנט קיין געדענק-טאָג פֿון וויכטיקע נאַציאָנאַלע פּאַסירונגען, טייל פֿון זיי אַפֿילו פֿון היסטאָרישן פֿאַרנעם. דער נאָרוואָס אָפּגעלאָפֿענער חודש האָט זיך אָנגעהויבן — דעם 1טן סעפּטעמבער — מיטן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה און דעם דריטן חורבן אונדזערן; האָט אײַנגעשלאָסן דעם טעראָר-אַטאַק פון 11טן סעפּטעמבער 2001 מיטן קראַך פֿון די צווילינג-טורעמס, און די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ דעם 13טן סעפּטעמבער 1993; דער חודש אָקטאָבער איז פֿאַר אונדז, אין ישׂראל, דער יאָרטאָג פֿון דער יום־כּיפּור-מלחמה. אין דעם חודש האָט זיך אויך, מיט זיבן יאָר צוריק (אין יאָר 2000) אָנגעהויבן די צווייטע פּאַלעסטינער אינטיפֿאַדע, נאָך שרונס אויפֿמאַרש אויפֿן הר־הבית און די בלוטיקע אומרוען אין דעם אַראַבישן סעקטאָר אין דער מדינה.

נאָוועמבער, קאָן מען זאָגן, איז דער סאַמע דערהויבנסטער, און אין דער זעלבער צײַט דער געפֿאַלנסטער, געדענק-חודש אויף אונדזער ציווילן לוח: אין דעם חודש, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, האָט די פעלקער-משפּחה אָנגענומען דעם היסטאָרישן באַשלוס וועגן שאַפֿן צוויי מדינות אין ארץ-ישׂראל. אויף דעם סמך איז אויפֿגעקומען מדינת־ישׂראל. דעם חודש האָט זיך אויך באַוויזן אין מדינת־ישׂראל די ערשטע שוואַלב פֿון שלום: דעם 19טן נאָוועמבער 1977, מיט קײַלעכיקע 30 יאָר צוריק, האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין ירושלים דער מצרישער "שלום-דעסאַנט", בראָש מיטן פּרעזידענט סאַדאַט אויף אַ וויזיט, וואָס האָט געבראַכט נאָך זיך דעם ערשטן שלום-אָפּמאַך מיט אַן אַראַבישער מדינה.

דעם זעלבן חודש, דעם 4טן נאָוועמבער 1994 איז דערמאָרדעט געוואָרן דער פּרעמיער-מיניסטער, יצחק ראַבין. מיט דער זעלבער רוצחישער קויל פֿון אַ ייִדישן פֿאַנאַטיקער איז שטערבלעך פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דער שלום-פּראָצעס, וועלכער איז דעמאָלט געווען אין פֿולן שוווּנג, נישט געקוקט אויף דעם גלייכצײַטיקן סאַבאָטאַזש פֿון ביידע נאַציאָנאַלע פּאָלוסן — דעם צעווילדעטן זעלבסטמאָרד-טעראָר פֿון "כאַמאַס" און דער מטורפֿדיקער פּולסא-די נורא העצע פֿון דעם היימישן פֿונדאַמענטאַליזם פֿון גוש־אמונים מיט אַלע זייערע פֿאַרבינדעטע.

זינט יענע טעג ראַנגלט זיך דער שלום-פּראָצעס שווער פֿאַר זײַן לעבן, כּדי אַריבערצופֿירן דעם צוג איבער די צעשטערטע רעלסן און די מיט קלעצער פֿאַרלייגטע וועגן, דורך געעפֿנטע און גיך פֿאַרמאַכטע "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", פֿאַרפּאַסטע מעגלעכקייטן, טעראָר-אַקטן און שטראָף-אָפּעראַציעס, און איבער די אָנצאָליקע אַנדערע פּאָליטישע, אידעאָלאָגישע, ביוראָקראַטישע און פֿיזישע שטרויכלונגען.

די כּמעט ענדגילטיקע הריגה פֿון דעם שלום-פּראָצעס איז פֿאָרגעקומען קורץ נאָך דעם ערשטן קעמפּ דייוויד-טאַבאַ-פּרוּוו — און זינט דעמאָלט ליגט ער אַזוי, דער שלום-צוג, אַ צעשמעטערטער און וואַרט אויף אַ נײַעם רעטער און אויף אַ נײַער מאָטיוואַציע מיט אַן אַלטערנאַטיווער פּאָליטישער ענערגיע, וואָס זאָל אים העלפֿן זיך צוריקצושטעלן אויף די רעדער און באַוועגן דעם שלום-צוג אין דער געהעריקער ריכטונג — צום שלום.

עס זענען שוין געווען נישט ווייניק איניציאַטיוון מיט נישט ווייניקער אַלטערנאַטיוועס. זיי וואָלטן אפֿשר אַלע געקאָנט ווערן רעאַליזירט — ווען עס וואָלט געווען פֿאַר זיי די געהעריקע מאָטיוואַציע. עס איז דאָך שוין טויזנטער מאָל געזאָגט געוואָרן וועגן דעם וואָרט "שלום", אַז דאָס איז בײַ אונדז דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע און דאָס צום מערסטן גענוצטע וואָרט אין העברעיִשן לשון — אָבער צווישן דער שיינער כּוונה און דער פּראַקטישער פֿאַרווירקלעכונג פֿון דעם וואָרט איז אַ ווײַטער מהלך.

די דאָזיקע פּאָליטישע בטלנות האָט נישט איין מאָל דערפֿירט די מדינה צום ראַנד פֿון געפֿערלעכע סיטואַציעס — נישט געקוקט אויף די אָנצאָליקע דערפֿאָלגן פֿון די נאַציאָנאַלע פּראָיעקטן און אויפֿטוען — פֿון איין זײַט, און די סאָציאַלע דורכפֿאַלן — פֿון דער אַנדערער. ווער געדענקט עס אָבער הײַנט דעם אַרויסזאָג, בערך מיט צען יאָר צוריק, פֿון דעם אַמאָליקן "נומער 2" אין "ליכּוד", דוד לוי, ווען ער האָט דעמיסיאָנירט פֿון זײַן אַמט ווי דער אויסערן-מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון נתניהו, אַז — דער פּרעמיער-מיניסטער און מנהיג פֿון זײַן פּאַרטיי פֿירט די מדינה אין אַ בלינד געסל, אָן אַ וועג און אָן אַן אויסוועג, "צו אַן אינערגעץ-נישט-לאַנד"; און — צי געדענקט נאָך ווער די דעקלאַראַציע פֿון פֿיר געוועזענע אָנפֿירער פֿון די געהיימע זיכערהייט-דינסטן מיט פֿינף יאָר צוריק, אַז ישׂראל שטייט פֿאַר אַן אומפֿאַרמײַדלעכער קאַטאַסטראָפֿע, טאָמער וועט זי נישט אַרויסקומען מיט קיין אייגענער פּאָליטישער איניציאַטיוו?

דאָס איז געווען אין יאָר 2002, אין מיטן דעם שוווּנג פֿון דער צווייטער אינטיפֿאַדע, פֿונעם ווילדן זעלבסטמערדער-טעראָר און דער אָפּעראַציע "שוצמויער" קעגן דעם טעראָר. די פּאָליטיק, האָבן זיי און אויך אַנדערע געזאָגט, פֿאַרטראָגט נישט קיין וואַקום, און אַ פּאָליטישע בטלנות פֿאַרשטאַרקט די מאָטיוואַציע פֿאַר דעם טעראָר.

אַ צײַט פֿאַר דעם איז אויפֿגעקומען דער "זשענעווער הסכּם" צווישן יוסי ביילין און אַבו-מאַזען — ווי אַ מאָדעל פֿאַר אַ מלוכישן הסכּם מיט די פּאַלעסטינער. דער דאָזיקער מאָדעל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מוסטער פֿון אַ גערעכטער, אַ מעגלעכער פּשרה צווישן ביידע פֿעלקער אויף דער באַזע פֿון צוויי שכנותדיקע מדינות אויפֿן שטח פֿון דער מאַנדאַטאָרישער ארץ ישׂראל — דורך אַ פֿרידלעכער פֿאַרשטענדיקונג און קעגנזײַטיקן גוטן ווילן. די רעגירונג פֿון שרון האָט דעם דאָזיקן "מוסטער-הסכּם" איגנאָרירט. זי האָט אויך איגנאָרירט די "עלעקטראָנישע פּעטיציע", וואָס עס האָבן אַדורכגעפֿירט געמיינזאַם אין דער אינטערנעץ דער געוועזענער שעף פֿונעם געהיימען "אַלגעמיינעם זיכערהייט-דינסט" ("שב"כּ) עמי אילון (הײַנט מיניסטער פֿון "עבֿודה") מיט אַבו-ראַבאַן פֿאַר אַן ענלעכן צו ביילינס שלום-פּלאַן. איבער 80,000 ישׂראלים און 60,000 פּאַלעסטינער האָבן שוין געהאַט אונטערגעשריבן די דאָזיקע פּעטיציע.

אין יענע טעג האָט דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנגעוואָרפֿן ישׂראל זײַן "מאַפּע פֿון די וועגן" — אַ שלום-פּלאַן אין פֿאַזעס, וואָס האָט געדאַרפֿט רעאַליזירט ווערן אין דרײַ יאָר, ביזן יאָר 2005. די רעגירונג פֿון אריאל שרון האָט, פֿאַרשטייט זיך, אָנגענומען דעם אַמעריקאַנער פּראָיעקט, מיט 14 באַוואָרענישן — ווער געדענקט זיי נאָך הײַנט? — און ווי אַן ענטפֿער אויף דעם דעמאָלט פּאָפּולערן "זשענעווער הסכּם" — אָדער אפֿשר טאַקע ווי אַ קעגנגעוויכט צו אים, איז שרון דאַן אַרויסגעקומען מיט זײַן רעוואָלוציאָנערן איבערברוך, רופֿנדיק צו מאַכן אַ סוף צו דער אָקופּאַציע און אויפֿצושטעלן אַ פּאַלעסטינער מדינה אין די ראַמען פֿון פּרעזידענט בושס "מאַפּע פֿון די וועגן". אין די דאָזיקע "ראַמען" האָט ער אויך אַדורכגעפֿירט די איינזײַטיקע אָפּשיידונג און די פֿולע עוואַקואַציע פֿון דעם עזה-שטרײַף מיט זײַנע 21 ייִדישע קאָלאָניעס און זייערע 7,500 קאָלאָניסטן. דאָס איז געשען אין יאָר 2005 — אין דעם יאָר אין וועלכן עס האָט געדאַרפֿט ווערן רעאַליזירט די לעצטע פֿאַזע פֿון דער "וועגן-מאַפּע" און דאָס אויפֿקומען די פּאַלעסטינער מדינה.

די אמתדיקע כּוונות פֿון אַריאל שרון, דעם ביז דעמאָלט געקרוינטן "בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע", האָט מגלה געווען שרונס נאָענטסטער ראַטגעבער און געהילף, זײַן פֿליִענדיקער שליח אין "ווײַסן הויז", אַדוואָקאַט דבֿ ווײַסגלאַס, אין אַן אינטערוויו פֿאַר דעם פּובליציסט ארי שבֿיט. אויף דעם אופֿן האָט ער געהאָפֿט צו פֿאַרזיכערן און באַפֿעסטיקן דעם ייִדישן אָנהאַלט אויף דעם שוין באַזעצטן שטח, דאָס הייסט, אויף 58 פּראָצענט פֿון דעם אָקופּירטן שטח; אויף די איבעריקע שטחים אויפֿשטעלן אַ צײַטווײַליקע פּאַלעסטינער מדינה און — דעם אייגנטלעכן שלום-אָפּמאַך "אײַנזויערן אין פֿאָרמאַלין" אויף אַ וועלכע צוואָנציק יאָר... און וואָס שײַך דעם איינזײַטיקן צוריקטריט פֿון עזה, האָט שרון אַליין דאָס דערקלערט ווי אַ "סטראַטעגישע נויטווענדיקייט" זיך צו באַפֿרײַען פֿון אַן איבעריקער לאַסט פֿאַר דער מדינה און פֿאַר צה"ל.

דאָס אַלץ איז שוין, ווי באַוווּסט, געשיכטע. אָבער בײַ אונדז חזרט די געשיכטע צו פֿיל מאָל זיך איבער. זײַן נאָכפֿאָלגער, דער איצטיקער פּרעמיער אהוד אָלמערט, וועלכער איז געווען דער אידעיִשער פֿאָרלויפֿער און בּשׂורה-אָנזאָגער פֿון שרונס פּאָליטישע פּלענער, האָט זיך געהאַט פֿאַרמאָסטן צו זײַן צענפֿאַכיק מער געוואַגט איבערנעמענדיק שרונס ירושה. ער האָט אָנגעזאָגט די עוואַקואַציע פֿון 75,000 קאָלאָניסטן־"מתנחלים" פֿון די שטחים.

ער האָט אָבער זיך גיך צוריקגעצויגן, אָנטרעפֿנדיק זיך פּערזענלעך, פּנים־אל-פּנים, מיט דער אמתדיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין לאַנד. דערצו איז אים גלײַך אונטערגעקומען די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, דער קאַסאַמען-טעראָר פֿון כאַמאַסטאַנישן עזה-שטרײַף — און עס זענען אים נאָכגעקומען גאַנצע פֿיר קרימינעל-פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונגען וועגן קאָרופּציע- און פּראָטעקציע- אַפֿערעס פֿון די פֿריִערדיקע צײַטן, ווען ער איז געווען מיניסטער פֿאַר האַנדל און אינדוסטריע. מיט דעם אַלעם דאַרף ער זיך איצט איינצײַטיק פֿאַרמעסטן.

די צײַט שטייט אָבער נישט אויף אַן אָרט, און די וועלט רעכנט זיך נישט מיט די פּערזענלעכע צרות פֿון דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער-מיניסטער. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש טרעט אַרײַן אין דעם לעצטן יאָר פֿון זײַן קאַדענץ. ער נייטיקט זיך אין אַ היפּשער דערגרייכונג קעגנאיבער זײַן איראַקישן דורכפֿאַל, און נאָכן דורכפֿאַל פֿון זײַן "וועגן-מאַפּע". די אַטאָמישע געפֿאַר פֿון איראַן האָט פֿאַרשטאַרקט די פּראָ-אַמעריקאַנער קאָאַליציע פֿון די "מעסיקע" אַראַבישע מדינות, בראָש מיט סאַודיע, עגיפּטן און יאָרדאַניע. סאַודיע האָט באַנײַט איר פֿאָדערונג, וואָס איז שוין מיט פֿינף יאָר צוריק, אין יאָר 2002 אַדאָפּטירט געוואָרן דורך דער אַראַבישער ליגע, וועגן אַן אַל-אַראַבישן שלום מיט ישׂראל אויף דער באַזע פֿון די גרענעצן פֿון 4.6.67 און די באַשלוסן פֿון דער "יו-ען". אויף דער באַזע פֿון אָט דעם פּלאַן האָט אַמעריקע באַשלאָסן צו רופֿן אין אַנאַפּאָליס, נעבן וואַשינגטאָן, אַן אינטערנאַציאָנאַלע — אָבער פֿאַקטיש אַ רעגיאָנעלע — קאָנפֿערענץ פֿון די אַראַבישע מדינות מיט מדינת־ישׂראל, מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם "קוואַרטעט" — צו באַנײַען דעם שלום-פּראָצעס: צו פֿאַרהאַנדלען וועגן אַ ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום.

די דאָזיקע קאָנפֿערענץ דאַרף אָפּגעהאַלטן ווערן בערך דעם 15טן נאָוועמבער — הגם די גענויע דאַטע איז נאָך נישט געוואָרן באַשטימט און "די פֿאַרבעטונגען זענען נאָך נישט געוואָרן אַרויסגעשיקט" — ווי עס האָט געענטפֿערט די מלוכה-סעקרעטאַרין, קאָנדאָליזאַ רײַס, אויף דער פֿראַגע פֿון אַ זשורנאַליסט, צי אויך סיריע איז געוואָרן פֿאַרבעטן. דער פּרעזידענט פֿון סיריע באַשיר אַסאַד האָט אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע אויף אַן ענלעכער פֿראַגע געענטפֿערט, אַז ער וועט זיך גערן אין איר באַטייליקן, אויב אויך דער ענין פֿון גולן וועט דאָרט ווערן באַהאַנדלט.

אין אָנבליק פֿון דער "כאַמאַס"-איבערקערעניש אין עזה-שטרײַף האָבן נישט פֿאָרמעל זיך אײַנגעשטעלט פֿרידלעכע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דעם פּאַלעסטינער מערבֿדיקן ברעג — הגם דער רעזשים פֿון דער ציווילער און מיליטערישער אָקופּאַציע, מיט אַלע באַגרענעצונגען, וועג-פֿאַרצוימונגען און פּאָסטנס, האַלט ווײַטער אָן. אָבער דער פּרעמיער אָלמערט און דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט אַבו אַבאַס (אַבו מאַזען) באַגענען זיך יעדע צוויי וואָכן און "רעדן". זיי ווילן קומען צו אַ פֿאַרשטענדיקונג, מיט וועלכער זיי זאָלן קענען קומען צו דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס.

די דאָזיקע געגאַרטע פֿאַרשטענדיקונג איז אָבער פֿאַרבונדן מיט טיפֿע חילוקי־דעות: דער פּרעמיער אָלמערט האָט אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג געזאָגט, אַז ער שטרעבט צו דערגרייכן אַ געמיינזאַמע פּרינציפּן-דערקלערונג, מיט וועלכער ביידע מנהיגים זאָלן קומען צו דער קאָנפֿערענץ; דאַקעגן זאָגט אַבו מאַזען, אַז ער פֿאַרלאַנגט צו דערגרייכן אַ קעגנזײַטיקן ראַמען-הסכּם, אַרום וועלכן מען זאָל קענען פֿאָרזעצן די קאָנקרעטע אונטערהאַנדלונגען, ווײַל אַנדערש וועט די קאָנפֿערענץ זיך פֿאַרענדיקן מיט אַ דורכפֿאַל, און אַ דורכפֿאַל פֿון דער קאָנפֿערענץ קען פֿירן צו אַ באַנײַטער אינטיפֿאַדע.

בײַ דער זעלבער מיינונג זענען אויך דער קעניג פֿון סאַודיע, וועלכער איז געווען דער איניציאַטאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ, אָבער אַליין האָט ער נישט געהאַט בדעה זיך צו באַטייליקן, סײַדן פּרעזידענט בוש וועט אים גאַראַנטירן, אַז די קאָנפֿערענץ וועט געבן "פּאָזיטיווע רעזולטאַטן", און אַזוי אויך פּרעזידענט מובאַראַק און די אַנדערע אַראַבישע מנהיגים. דער פּרעמיער פֿון ישׂראל ווייסט אָבער מיט וואָס אַזעלכע "פּאָזיטיווע רעזולטאַטן" זענען פֿאַרבונדן אין אָנבליק פֿון דעם אינערלעכן פֿראָנט פֿון אָפּזאָג, ווען עס קומט צום באַצאָלן דעם ממשותדיקן פּרײַז פֿון אַן אויסגלײַך. ער מוז אויך נעמען אין באַטראַכט נישט נאָר די שטעלונג פֿון דער רעכטער אָפּאָזיציע, און נישט נאָר פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַן, אלי ישי און די אַנדערע מיניסטאָרן פֿון "ישׂראל ביתנו" און פֿון ש"ס אין דער קאָאַליציע; און אויך נישט נאָר פֿון זײַן אייגענער פּאַרטיי — די מיניסטאָרן אבֿי דיכטער, שאול מופֿז, שנעלער און צַחי הנֶגבי, נאָר אויך אַפֿילו דעם פֿירער פֿון "עבֿודה" אהוד ברק, וועלכער טענהט נאָך אַלץ, אַז עס איז נישטאָ קיין פּאַלעסטינער פּאַרטנער, און אַז אבו מאַזען איז נישט קיין פּאַרטנער... און אויך די "מתּנחלים" אויף די שטחים זיצן נישט מיט קיין פֿאַרלייגטע הענט.

אין איין זאַך זענען אָבער ביידע מנהיגים געאייניקט: אַז מען דאַרף אַראָפּנידערן די דערוואַרטונגען בײַ ביידע צדדים, ווײַל די צײַט פֿאַר ערנסטע צוגרייטונגען, נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט פֿון פּאָליטישער בטלנות, איז צו קורץ, כּדי צו לייזן די קאַרדינאַלע קעגנזאַצן — דעם גורל פֿון ירושלים, די פּאַלעסטינער פּליטים ("דאָס רעכט פֿון רעפּאַטריאַציע") און די גרענעצן צווישן ביידע מדינות. אַזוי ווי דאָס איז געווען ערבֿ דער קאָנפֿערענץ אין קעמפּ־דייוויד מיט זיבן יאָר צוריק, נאָך אַנדערטהאַלבן יאָר פֿון פּאָליטישן שטילשטאַנד און קאָלאָניזאַטאָריש-אָקופּאַנטישן אַקטיוויזם: אַ דורכפֿאַל, וואָס האָט געבראַכט נאָך זיך די צווייטע אינטיפֿאַדע.

זענען טאַקע דאָס מאָל נישט בלויז די דערוואַרטונגען, נאָר אויך די פֿאַראינטערעסירונג מיט דער געגרייטער קאָנפֿערענץ און מיטן אפֿשרדיקן באַנײַטן שלום-פּראָצעס גאָר נידעריק — סײַ אין ישׂראל און סײַ בײַ די פּאַלעסטינער. דער שלאָפֿנדיקער שלום-צוג נייטיקט זיך אין אַלטערנאַטיווער ענערגיע — גענוי אַזוי ווי עס נייטיקט זיך אין איר די מעכאַנישע ענערגיע וואָס באַוועגט די גלאָבאַליזירטע ווירטשאַפֿט אויף דער וועלט.

תּל-אָבֿיבֿ. 2טער אָקטאָבער, 2007