פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין זיכער, אַז איר געדענקט די אַלטע חכמה פֿון מאַרקסיסטישן שוואַרצן הומאָר — וועגן דעם געשפּענסט פֿון קאָמוניזם, וואָס האָט פֿאַרבלאָנדזשעט אין אייראָפּע. אין דער אמתן, האָט דאָס דאָזיקע געשפּענסט שפּעטער געבלאָנדזשעט אומעטום, אין אַלערליי ווינקלען פֿון דער וועלט. ווי אַלע האָבן באַמערקט, איז אַפֿילו די לעצטע רעדע פֿון אָסאַמאַ בין-לאַדען געווען אָנגעזעטיקט מיט מאַרקסיסטיש-לעניניסטישער טערמינאָלאָגיע מכּוח דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם און זײַנע חטאָים. איך רעד שוין ניט וועגן די ווערטער פֿון דעם איראַנער פּרעזידענט, וואָס קלינגען גלײַך ווי ער האָט זיך געלערנט אין אַ קאָמוניסטישן אוניווערסיטעט.

אָבער ניט אַלץ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט קאָמוניזם, מוז אומבאַדינגט זײַן רק שלעכט און געפֿערלעך. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז דער קאָמוניסטישער ווינקל אין אינדיע, וואָס הייסט קעראַלאַ. אין דעם דאָזיקן אינדישן שטאַט איז אין 1957 פֿאָרגעקומען אַן אויסערגעוויינלעכע זאַך, דהײַנו: די קאָמוניסטן האָבן ניט בגוואַלד, ווי זייער טבֿע איז, נאָר דווקא דעמאָקראַטיש געוואָרן דער פֿירנדיקער פּאָליטישער כּוח. זיי האָבן געוווּנען בעת די וואַלן אינעם פּאַרלאַמענט פֿון דעם שטאַט 60 פֿון 126 ערטער און פֿאָרמירט די רעגירונג.

מיט פֿופֿציק יאָר צוריק איז דער מצבֿ אין יענע מקומות געווען זייער שטורעמדיק. די בריטישע האָבן צעטיילט זייער קאָלאָניע אויף צוויי ריזיקע לענדער — אינדיע און פּאַקיסטאַן, און מע האָט עס געטאָן אַזוי כאַפּ-לאַפּ, אַז מע פֿילט עס ביזן הײַנטיקן טאָג. ניט רויִק איז געווען אין קעראַלאַ אויך, ווײַל אי די סמעטענע פֿון דער היגער געזעלשאַפֿט, אי די צענטראַלע רעגירונג, אי אַפֿילו די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען געווען איבערגעשראָקן פֿון דער קאָמוניסטישער השפּעה. די ערשטע רעגירונג האָט אָנגעהאַלטן בלויז 28 חדשים, דערנאָך האָט מען זי באַזײַטיקט צוליב די גוואַלד-מעשׂים אין דעם שטאַט. אין די 1970ער יאָרן וועט דער געוועזענער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדער אין אינדיע אַנטפּלעקן דעם סוד: די אַמעריקאַנער אויסשפּיר-דינסט, "סי-אײַ-איי", האָט צו דעם צוגעלייגט די האַנט.

די קאָמוניסטן האָבן זיך פֿונדעסטוועגן אומגעקערט צו דער מאַכט, און ביזן הײַנטיקן טאָג איז עס אַ מין קאָמוניסטישער שטאַט. אָבער שוין דעמאָלט, סוף 1950ער, האָט מען פּאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער איצטיקער געזעלשאַפֿט, אין וועלכער ס׳רובֿ מענטשן זײַנען ניט רײַך און אַפֿילו ניט פֿאַרמעגלעך, אָבער ס׳איז גאָר ניט די שרעקלעכע אָרעמקייט, וואָס מע זעט אין אַנדערע געגנטן פֿון אינדיע. ס׳איז אַ מין "לײַטישע אָרעמקייט". למשל, די רעגירונג פֿונעם שטאַט באַציט זיך זייער ערנסט צו מעדיצין און בילדונג, וואָס זײַנען פֿרײַ פֿאַר די תּושבֿים. בפֿרט אַז נאָך אין די קאָלאָניאַלע צײַטן האָבן יענע מקומות זיך אויסגעטיילט מיט אַ סך געבילדעטע לײַט. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געאַרבעט ווי אָנגעשטעלטע אין גרויסע שטעט מחוץ דער געגנט.

אַ תּושבֿ פֿון קעראַלאַ לעבט דורכשניטלעך 74 יאָר, וואָס איז אויף 11 יאָר מער ווי אין אינדיע בכלל, און נאָר אויף דרײַ יאָר ווייניקער ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. 91 פּראָצענט קעראַלער זײַנען גראַמאָטנע, בעת אין אינדיע בכלל איז דער ניוואָ פֿון גראַמאָטנעקייט אַ סך נידעריקער — 65 פּראָצענט. מע האָט נאָך בײַם אָנהייב דורכגעפֿירט אַן אַגראַר־רעפֿאָרם און אײַנגעפֿירט אַ מינימאַלן געהאַלט.

אָבער גלײַכצײַטיק איז מען אָרעם, אַפֿילו אין פֿאַרגלײַך מיט דעם זייער באַשיידענעם אינדישן סטאַנדאַרד: 730 דאָלאַר איז די דורכשניטלעכע הכנסה אין לאַנד, דאָס הייסט בערך 34 מאָל נידעריקער ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין קעראַלאַ איז די יערלעכע הכנסה 675 דאָלאַר. ס׳איז אַ סימן פֿון דעם אַלגעמיינעם כּלל: קאָמוניזם פּאָרט זיך זייער ניט גרינג מיט געשעפֿט.

1.8 מיליאָן נפֿשות, יעדער זעקסטער קעראַלער אַרבעטער, האָרעוועט ערגעץ אין אויסלאַנד, זייער אָפֿט אין די אַראַבישע נאַפֿט-עקאָנאָמיעס. זיי שיקן אַהיים 5 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר — אַ פֿערטל פֿון דעם וואָס עס פֿאַלט אויס אויף דער עקאָנאָמיע פֿון קעראַלאַ. די קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער פֿון קעראַלאַ אַנטוויקלען אַנדערע עקאָמאָמיעס, בעת די אייגענע עקאָנאָמישע אַנטוויקלונג גייט אָן זייער פּאַמעלעך.

"קעראַלאַ" מיינט "דאָס לאַנד פֿון קאָקאָסנוס", און קאָקאָסנוס בלײַבט ביזן הײַנטיקן טאָג דער וויכטיקסטער פּראָדוקט פֿונעם שטאַט. ס׳איז וויכטיקער אַפֿילו פֿון די געווירצן, צו וועלכע עס האָבן נאָך אין די אַלטע צײַטן געשטרעבט סוחרים און אַוואַנטוריסטן. קריסטאָפֿאָר קאָלומבוס איז, אין תּוך אַרײַן, צופֿעליק געקומען קיין אַמעריקע. ער האָט געזוכט אַ וועג קיין קעראַלאַ.

מיט אַ פּאָר טויזנט יאָר צוריק (אַזוי, לכל-הפּחות, זאָגט די לעגענדע) האָבן זיך דאָרטן באַזעצט ייִדן, וועלכע זײַנען באַקאַנט ווי די "קאָטשינער ייִדן" — לויטן נאָמען פֿון דעם קעראַלער הויפּט-פּאָרט, וואָס הייסט קאָטשין. ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָרטן פֿאַראַן אַ ייִדישע געגנט, מיט אַ בית-הכּנסת, וואָס איז 440 יאָר אַלט. אָבער הײַנט איז עס שוין אַ טוריסטישע אַטראַקציע, ווײַל אין דער שטאָט זײַנען פֿאַרבליבן נאָר געציילטע ייִדן. די איצטיקע באַפֿעלקערונג איז דער עיקר הינדיש, אָבער אויך מיט אַ גרויסן חלק פֿון קריסטן און מוסולמענער. ס׳רובֿ היגע ייִדן זײַנען שוין לאַנג אַוועקגעפֿאָרן. אַ סבֿרא, אַז קאָמוניזם פּאָרט זיך שלעכט ניט נאָר מיט אַן אַנטוויקלטער עקאָנאָמיע, אָבער אויך מיט ייִדן.

מײַן זון, יאַשע, האָט פֿאַרבראַכט הײַיאָר עטלעכע טעג אין קעראַלאַ. האָט ער מיר געגעבן אַ פֿאָטאָ פֿון זײַן רײַזע-אַלבאָם.