דער באַקאַנטער זאָג, וואָס מע שרײַבט צו דעם פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט, וולאַדימיר לענין, אַז "ס׳איז ווייניק צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, שווערער איז די מאַכט אײַנהאַלטן" — איז געוואָרן אין רוסלאַנד באַזונדערס אַקטועל איצט, פֿאַר די וואַלן אין דער "דומע" — רוסלענדישער פּאַרלאַמענט. פֿאַר וואָס אַזוי? — קאָן מען פֿרעגן, — ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין רוסלאַנד פּראַוועט מיטן לאַנד נישט די "דומע", נאָר דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין.
דאָס האָט ער, פּוטין, און זײַן קרעמל־אַדמיניסטראַציע צוגעטראַכט דעם אַזוי גערופֿענעם "מאַכט־ווערטיקאַל", וואָס פֿאַרפֿעסטיקט די פּרעזידענטשאַפֿט אַזוי ווײַט, אַז אַלע באַשלוסן סײַ פֿון דעם געזעצגעבערישן פּאַרלאַמענט און סײַ פֿונעם אויספֿירלעכן מיניסטעריום־קאַבינעט האָבן קיין שום ווערט ניט, אויב זיי ווערן נישט באַשטעטיקט דורכן פּרעזידענט.
אָבער פּוטינס פּרעזידענטשאַפֿט גייט פֿאָרמעל אויס אין יאָר 2008; און ווי פּוטין אַליין האָט נישט איין מאָל דערקלערט בפֿרהסיא, איז ער נישט געשטימט צו פֿאַרבלײַבן אויפֿן דריטן טערמין און דערמיט ברעכן דאָס געזעץ פֿון דער קאָנסטיטוציע.
ביז דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק האָבן אַלע רוסלענדישע און אויסלענדישע פּאָליטישע אַנאַליטיקער געבראָכן זיך דעם קאָפּ, ווער וועט זײַן פּוטינס יורש? וועמען וועט ער שטעלן אויף זײַן אָרט און וואָס וועט זײַן זײַן אייגענער פּאָסטן נאָכן פֿאַרלאָזן דעם קרעמל? מע געדענקט דאָך גוט אין רוסלאַנד לענינס ווערטער וועגן "אײַנהאַלטן די מאַכט", נישט געקוקט אויף די אַלע ענדערונגען, וואָס רוסלאַנד לעבט איבער אָט שוין כּמעט 15 יאָר.
צוריק גערעדט, וווּ איז געהערט געוואָרן, אַז דער פּרעזידענט פֿון אַ דעמאָקראַטיש לאַנד זאָל לאָזן נאָך זיך אַ יורש? ס‘איז עפּעס זײַן טאַטנס געשעפֿט?! סײַדן אין סיריע, אָדער אין צפֿון־קאָרעע, אַפֿילו נישט אינעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן...
אָבער רוסלאַנד איז אַ לאַנד "מיט אַן אייגענעם דעמאָקראַטישן וועג", וואָס איז אויסברוקירט מיט שטיינער, פֿאַרבליבן פֿון דער מאָנאַרכיע־דיקטאַטאָרישער פֿעסטונג, וואָס דער המון האָט צעשטערט אין אָקטאָבער 1917 און אין 1992. פֿונדעסטוועגן, האָט זיך אַזוי אויפֿגעפֿירט דער ערשטער רוסלענדישער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט באָריס יעלצין, וואָס האָט איבערגעגעבן דעם שליסן פֿון זײַן קאַבינעט וולאַדימיר פּוטינען, און אַזוי, אַפּנים, גרייט זיך איבערצוגעבן פּוטין די שליסלען... סטאָפּ! דאָ מוז מען זיך אָפּשטעלן, ווײַל פּוטין, אין דער אמתן, קלײַבט זיך נישט אָפּגעבן די מאַכט. אַזוי קאָנען מיינען נאָר די נאַיִווע קאַנדידאַטן פֿון די אָפּאָזיציע־פּאַרטייען, וואָס האַלטן אין איין קריגן זיך צווישן זיך בײַם אויסקלײַבן אַ בשותּפֿותדיקע קאַנדידאַטור פֿאַר דעם מישטיינס געזאָגט פּרעזידענט־געיעג.
וואָס זשע איז געשען דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק? פּרעזידענט פּוטין האָט געמאַכט אין דעם טאָג אַ סענסאַציע־דערקלערונג, וואָס האָט אויפֿגעעפֿנט אַ שפּאַרונקעלע פֿון זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער. ער האָט דערקלערט, אַז ער איז גרייט זיך צו שטעלן אין שפּיץ פֿון דער גרעסטער פּאַרטיי "פֿאַראייניקטע רוסלאַנד" און דערמיט העלפֿן איר צו געווינען די פּאַרלאַמענט־וואַלן מיט אַן איבערוואָגנדיקער מערהייט. ער האָט אויך געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז גרייט צו בײַטן זײַן פּרעזידענטישן פֿאָטעל אויפֿן פּאָרטפֿעל פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער.
סטײַטש, וועט איר זאָגן, צוליב וואָס דען האָט פּוטין די אַלע אַכט יאָר פֿון זײַן ממשלה אַזוי שווער געהאָרעוועט, אויפֿגעשטעלט דעם דאָזיקן "מאַכט־ווערטיקאַל", כּדי איצטער די גאַנצע מאַכט איבערצוגעבן אין פֿרעמדע הענט? שוין זשע האָט ער פֿאַרגעסן דעם אָנזאָג פֿונעם גרויסן לענין?! אַוודאי ניין! וווּ שטייט עס געשריבן, אַז מיט רוסלאַנד מוז פּראַווען דער פּרעזידענט, און נישט דער פּרעמיער־מיניסטער, ווי אין ענגלאַנד, למשל. וואָס שייך דעם פּרעזידענט, וועט מען שוין געפֿינען אַזאַ "יורש" וואָס, ווען ס‘וועט קומען די צײַט (אָדער פֿאַר דער צײַט), וועט ער אומקערן דעם שליסל פֿונעם פּרעזידענטישן קאַבינעט, וואָס פּוטין האָט אים געבאָרגט אויף אַ געוויסן טערמין...