חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
כאַשע בערקאָוויטש
כאַשע בערקאָוויטש

ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440.

דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז.

איז וואָס, פֿרעגט זיך, קומט אַרויס פֿון דעם, וואָס זיי האָבן אונדז געוואָרנט? ענטפֿער איך אײַך: גאָרניט־שבגאָרניט, שלעכט. באַזונדערס שלעכט פֿילן זיך אַלטע לײַט און קליינע קינדער. אַרבעט איז צוגעקומען דאָקטוירים, פֿײַער־לעשער, עלעקטריקער. דער קאָנדיציאָנער און דער ווענטילאַטאָר טומלען 24 שעה אַ מעת־לעת און דערבײַ לאַכן זיי זיך אויס פֿון אונדז. זיי בויטען די טריקנדיקע לופֿט און וואַרטן ביז אין דרויסן וועט ווערן קילער.

אמת, אָן זיי איז נאָך ערגער.

דער טעלעפֿאָן קלינגט אויף ניט אויפֿצוהערן און מיר ווילט זיך ניט אַרויסלאָזן די פּען פֿון האַנט. ס'איז אָבער — ווילסט יאָ, ווילסט ניט — נאָר פֿאָלגן מוז מען. פֿון פֿאַרטראָגנקייט דערקען איך ניט די באַקאַנטע שטים וואָס פֿרעגט זיך נאָך ווי איך פֿיל זיך.

מײַן ענטפֿער:

— לויטן "תּעודת־זהות" (פּאַספּאָרט) און לויט אונדזער קלימאַט פֿיל איך זיך, — דאָ כאַפּ איך איבער דעם אָטעם און זעץ פֿאָר, — בײַ מיר אין צימער איז, ווי אין גאַס, 300 היץ, און ווי איז בײַ אײַך?

זײַן ענטפֿער:

— אין גאַס איז 340. נאָר אין אוניווערסיטעט איז קיל, ממש אַ מחיה.

איצט ווייס איך שוין ווער עס רעדט מיט מיר. דאָס איז משה לעמסטער, אונדזער דיכטער, וואָס אַרבעט אין דער ביבליאָטעק פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט.

לעמסטער פֿרעגט:

— אַזאַ פֿאַמיליע־נאָמען ווי כאַשע בערקאָוויטש זאָגט אײַך עפּעס?

— כאַשע, כאַשע, — האַלט איך אין איין איבערחזרן און וועק די דערמאָנונגען, וואָס האָבן זיך פֿאַראַנקערט אין מײַן זכּרון. נאָכלויפֿן דעם פּלאָנטער איז ניט פֿון די גרינגע זאַכן. עפּעס אַ קלייניקייט — אַ לעבן איז פֿאַרבײַ און ווידער אַ וואַנדערונג צו די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג.

משה דערקלערט מיר:

— פֿאַר מיר ליגט די צײַטונג "אייניקייט" פֿאַר דעם 16טן אַפּריל 1946 ("אייניקייט" — 1942—1948, אָרגאַן פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד), לייען איך עטלעכע שורות פֿון אַ גרעסערן מאַטעריאַל "די פּאַרטיזאַנישע באָבע". איז הערט:

"דער קאָמאַנדיר פֿון שטאַב מ. לעוו (ער האָט מיר אַפֿילו אַ פּאַפּיר אַרויסגעגעבן וועגן דעם) האָט מיך אַרויסגערופֿן און פֿאָרגעלייגט פֿאַרבלײַבן אין דאָרף מיט איינעם אַ פֿאַרוווּנדעטן פּאַרטיזאַן, מיטיע האָט מען אים גערופֿן. דער קאָמאַנדיר האָט מיר פֿאַרזאָגט: ‘זע, ראַטעווע דאָס בחורל’. איז וואָס זשע מיינט איר? האָב איך אים טאַקע געראַטעוועט! מיטיע האָט זיך אַזוי צוגעבונדן צו מיר, אַז ער האָט מיך גערופֿן ‘מאַמע’".

* * *

און איצט מאָלט אײַך אויס אַ בילד וואָס ציט זיך איבער צײַטן און יאָרן. הײַנט קען איך עס באַשרײַבן, און דאַן איז געווען ניט צום באַמערקן. איז אָט:

געדיכטע ווײַסרוסישע וועלדער, וועמענס טעם און ריח איך פֿיל ביז הײַנט. העכער זעכציק יאָר זײַנען פֿאַרבײַ זינט איך האָב זיך צעשיידט מיט אײַך, נאָר ווי פֿון אַ נעפּל שוועבט איר ווידער אַרויס פֿאַר מײַנע אויגן. איך זע ווײַסשטאַמיקע בערעזעס און גרין־פֿאַרוואַקסענע זומפּן. איך שפּיר דעם גערוך פֿון שוואָמען און פֿאַרשפּעטיקטע פּאָזעמקעס. עס פֿאַרטראָגט מיך צו באַקאַנטע דערפֿער, ייִשובֿים, כוטאָרס, וווּ יעדע שטוב, יעדער באַרג און קוסט, דערמאָנען מיר אין טעג פֿאַרגאַנגענע, אין שלאַכטן גרויסע און קליינע, אין לאַנגע ווינטערדיקע נעכט בײַ אַ שײַטער.

איך געדענק מײַנע פֿרײַנד, ווײַסרוסישע פּויערים, וואָס האָבן געטיילט מיט אונדז דעם לעצטן עמער בולבע (קאַרטאָפֿל), אַ לעפֿעלע זאַלץ, אַ ציגײַער פֿון מאַכאָרקע, געמישט מיט קאָרע.

שוין פֿון לאַנג זײַנען פֿאַרוואַקסן די וועגן, די שמאָלע פּאַרטיזאַנישע סטעזשקעלעך, נאָר אין מײַן זכּרון בלײַבט דאָ אַלץ, ווי אין יענע יאָרן, וואָס וועלן קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן ווערן.

...וואַלד און הימל — די ערשטע בלאַנקען פֿון פֿרימאָרגן־ליכט האָבן לאַנגזאַם אָפּגערוקט דאָס חשכות און באַשאָנקען דעם אַרום מיט שײַן. אויפֿן הימל פּאַשען זיך וואָלקן־שעפֿעלעך, וואָס זעען אויס לײַכט ווי שפּינוועבס. איך ווייס שוין, אַז צווײַגן קענען זיך צו מאָל אַ טרייסל טאָן ווי מענטשן וואָס ווילן פֿון זיך פֿאַרטרײַבן די ציטער־שרעק. איך דערלאָז שוין, אַז ווען פֿייגל צעזינגען זיך, שטעלן די בלעטער אָן זייערע אויערן און ווערן נאָך גרינער ווי געווען.

הימל און וואַלד — אַ וועג פֿאַרוואַקסן מיט גראָז, ווײַל שוין זייער לאַנג ניט באַרירט פֿון רעדער. ס'איז גענוג אַ קליין ווינטעלע און די גראָזן הייבן זיך אָן הוידען און קושן. בײַנאַנד מיטן אַמאָליקן וועג — אַ שמאָל־שלענגלדיק סטעזשקעלע. איך דערמאָן זיך אין קולות־געמיש פֿון פֿלאַטערנדיקע פֿייגל, וואָס קענען ניט בלויז זינגען, נאָר אויך לאַכן און וויינען.

— יאָ, יאָ — לאַכן און וויינען, שטילערהייט זיך איבעררעדן, און אַפֿילו וואָרענען, און היטן. די קלאַנגען זײַנען מיר שוין פֿון לאַנג ניט פֿרעמד און שטערן מער ניט מײַנע אויערן אײַנהערן וואָס עס טוט זיך ערגעץ ווײַט־ווײַט. לעב איך איצט אין דער צײַט און מיט די העלדן, וואָס איך באַשרײַב.

איך הער ווי עס דערנעענטערן זיך גוט־באַקאַנטע טריט. דאָס איז מײַן אָרדינאַרעץ*, וואַניע טשײַקע. אַלץ וואָלט געווען גוט און ווויל, נאָר אין כוטאָר האָט ער זיך געלאָזט ניט אַליין. מיט אים איז נאָך געווען מיטיע יעראָכין, איינער פֿון מײַנע בעסטע אויסשפּירער, און מיטיעס טריט לאָזן זיך ניט הערן.

טשײַקע, באַמערק איך, איז שוין אַ ביסל פֿאַרכּוסעט. זײַנע אויגן שפּריצן מיט פֿײַערלעכע פֿונקען. ייִנגליש־שטיפֿעריש, ניט ווי געוויינלעך, טיילט ער מיר מיט, אַז ניט ווײַט פֿון כוטאָר האָבן זיי פֿאַרהאַלטן אַ דײַטשישע שפּיאָנקע.

משה לעוו נאָך דער מלחמה
משה לעוו נאָך דער מלחמה

— טשײַקע, — לאָז איך אים ניט ריידן ווײַטער, — וווּ זײַנען די דאָקומענטן, וואָס איר האָט בײַ דער פֿרוי אָפּגענומען?

— וואָסערע דאָקומענטן? זי איז אַ ייִדישקע. דערלויבט, וועלן מיר זי ברענגען אַהער, צו אונדזער בײַדל.

בערך אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אָט דער טאָג מיט 64 יאָר צוריק. מיט 64! און איצט וועגן דער "ייִדישקע", כאַשע בערקאָוויטש, ווי איך האָב זי פֿאַרגעדענקט, און גאָט ווייסט פֿאַרוואָס כ'האָב ביז הײַנט נאָך וועגן איר ניט דערציילט, כאָטש זי האָט עס אמת פֿאַרדינט. זעט אויס, אַז צו מאָל גייט עס אַזוי אויף דער וועלט, איז וועלן מיר מיט אַ ניט־דערלאָזלעכער פֿאַרשפּעטיקונג אויפֿמישן די פֿאַרגאַנגענהייט.

כאַשע: אַ טיפּיש ייִדישע פֿרוי, וואָס לויטן אויסזען איז זי שוין ווײַט אַריבער די זעכציקער. אירע אַמאָל שוואַרצע האָר זײַנען שוין שטאַרק גרוילעך, אַ ביסעלע געהאָרבעט, טראָגט זי אַ היפּשע בעטלער־טאָרבע, וואָס איז מיט צוויי שטריקלעך אַריבערגעוואָרפֿן איבערן אַקסל. אין איר רעכטער האַנט שטעקט ניט קיין שטעקן, נאָר אַ פֿלאָקן, וואָס איז כּמעט אין איין הייך מיט איר. (דערנאָך וועט זי מיר דערקלערן פֿאַרוואָס איר פֿאָדערט זיך אַזאַ הויכער פֿלאָקן).

— באָבעשי, — פֿרעג איך בײַ איר, — ווי רופֿט מען אײַך?

קיין ענטפֿער קומט ניט. וואַרט איך אַ ווײַלע און חזר איבער די זעלבע פֿראַגע. דאָס מאָל דערהער איך:

— אַזוי טאַקע רופֿט מען מיך. אַלט און קליין רופֿן מיך באָבעשי. אַ נאָמען האָב איך אַמאָל געהאַט, נאָר איך אַליין האָב אים אַזוי פֿאַרטריבן, אַז אַפֿילו אין חלום קומט ער שוין ניט צו מיר.

אין דער מינוט האָב איך מער ניט געקענט און ניט געוואָלט עפּעס בײַ איר נאָך פֿרעגן. איך האָב זי פֿאַרבעטן זיך צוזעצן בײַנאַנד מיט מיר אויף דעם קלאָץ, וואָס מיר האָבן געהאַט אַרײַנגעשלעפּט אין בײַדל, און צוגערוקט נעענטער צו איר דאָס צינק־שיסעלע מיטן געקאָכטן קאַרטאָפֿל. זי האָט אויף מיר אַזוי אַ קוק געטאָן, אַז דאַכט זיך, אָן ווערטער, נאָר מיר ביידע האָבן דערפֿילט אונדזער נשמה־קרובֿהשאַפֿט.

די טעג וואָס מיר האָבן נאָך געקענט זײַן אין דעם וואַלד, איז די באָבעשי געווען מיט אונדז. צערעדט האָט זי זיך, ניט וואַרטנדיק כ'זאָל בײַ איר פֿרעגן. ס'איז אַוועק אַ מין האַרץ־צו־האַרץ געשפּרעך, וואָס ווערט געפֿירט נאָר צווישן אייגענע. אָנגעהויבן האָט זי, דאַכט זיך אַזוי:

— ווי איך פֿאַרשטיי, וואָלט איר געוואָלט וויסן מיט וואָס מײַן טאָרבע איז אָנגעשטאָפּט? מיט גראָז, און נאָך ליגט דאָרט אַ פּויערשע רעדנע. ווען די פֿיס מײַנע ווילן שוין מער ניט פֿאָלגן, פֿאַרקלײַב איך זיך אַהין וווּ דער וואַלד איז געדיכטער און שיט אויס די גראָזן אויף דער ערד, וווּ כ'וועל זיך צולייגן, און גאָרניט, אויב אַרום איז שטיל קען איך אײַנשלאָפֿן. שוין צוגעוווינט.

כאַשע רופֿט מען מיך, כאַשע בערקאָוויטש און בײַ זיך בין איך קיין מאָל ניט געוואָרן קיין אַנדערע. דעם קופּערנעם צלם און די בילדלעך פֿאַרמאָג איך, נאָר בלויז פֿאַררוקט אין קעשענע.

פֿון וואָס איך לעב? אַז מען דאַרף פֿאַרשטעל איך זיך פֿאַר אַ בעטלערקע, וואָס די פֿאַטשיילע בײַ איר איז אַראָפּגערוקט כּמעט ביז איבער די אויגן, און אַ וויינענדיק קול וואָס האַלט זיך אין איין בעטן: "מענטשן, אויב איר האָט גאָט אין האַרצן, איז האָט רחמנות". און מיינט ניט: אַזוי, גייענדיק פֿון שטוב צו שטוב, קען אונדזערער אַ מענטש אײַנרוימען אַ סוד, וואָס איך דאַרף וואָס גיכער איבערגעבן די פּאַרטיזאַנער.

פֿאַר די וואָס מען דאַרף אונטערהאַלטן, דערמאָנען ווער ס'וועט געוווּנען די מלחמה, בין איך אַ קאָרטן־וואַרפֿערין. מיט עפּעס מוז מען זיך דאָך אויסטיילן, לאָז איך אין גאַנג דרײַ פּעשלעך מיט אַמאָל, מײַנע זײַנען שוין אויסגענוצטע און ניט צום באַנוצן, בין איך מיר געגאַנגען צו אַ באַקאַנטן פּויער וואָס האָט מיר געבראַכט פֿון שטאָט נײַיִנקע.

גיי איך מיר אַזוי מיט אַ קוים באַמערקזאַם סטעזשקעלע, וווּ ס'איז ניטאָ קיין סימן פֿון אַ מענטשן און דאָ מיט אַ מאָל אַ קאָמאַנדע: "שטיי!" און ווידער: "שטיי, און ריר זיך ניט פֿון אָרט!"

שטיי איך און ריר זיך ניט. צו אַזוינע באַגעגענישן אין וואַלד בין איך שוין געוווינט. נאָר אײַער טשײַקע...

צו ערשט, האָט ער מיר געלאָזט ענטפֿערן אויף זײַנע פֿראַגעס, נאָר דערנאָך האָט אים עפּעס אַ קאָראָבע געטאָן און ער האָט מיך אַזוי אַ מעסט געטאָן מיט די אויגן, אַז כאָטש נעם און געזעגן זיך מיטן לעבן. דאָס וואָס ער האָט אין מיר גלײַך דערקענט אַ דײַטשישע שפּיאָנקע איז אים ווייניק געווען, האָט ער דערנאָך פֿון קעשענע אַרויסגעשלעפּט אַ פּאָליציי־בענדל און אַ בלעכל, וואָס איז ענלעך אויף אַ דײַטשישן שלאַכט־אָרדן. מיט מיר האָט ער מער ניט גערעדט, נאָר מיטיען האָט ער צו וויסן געגעבן, אַז ער ווייסט שוין אויף זיכער, אַז איך גיי אין שליחות פֿון די פּאַרטיזאַנער און אַז פֿאַר כאַפּן אַזאַ וואַלד־באַנדיטקע וועט מען זיי ביידן גוט באַלוינען.

איצט ווילט איר וויסן ווי יעראָכין האָט זיך אויפֿגעפֿירט. זיי האָבן זיך אַזוי לאַנג געשושקעט ביז מיטיע האָט זיך צעלאַכט. דערנאָך האָט ער מיר דערלאַנגט צוויי געקאָכטע קאַרטאָפֿל און געהייסן זיך צוזעצן אויף דער ערד. ווען טשײַקע איז אַוועק, האָט ער מיר דערקלערט, אַז אַלץ וועט זײַן ווי דער קאָמאַנדיר וועט באַפֿוילן.

דער "קאָמאַנדיר" און ניט דער אָפֿיציר, אָדער סטאַראָסטע וועט דערלויבן. דאָ האָב איך זיך ענדגילטיק איבערצײַגט ווער ס'האָט מיך פֿאַרהאַלטן און מיט וועמען כ'האָב צו טאָן. זאָגן, אַז ס'איז מיר אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרצן, וועט עס זײַן גאָרנישט...

...פּאַרטיזאַנער און באַזונדערס פּאַרטיזאַנישע אויסשפּירער, האָבן גאַנץ אָפֿט זיך אויפֿגעפֿירט ווי נאַכט־פֿייגל, ווי סאָוועס: בײַ נאַכט אָרודעוועט מען און בײַ טאָג דרימלט מען. אַגבֿ, אויך מײַן אייניקל האָט כּמעט אַזוי געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי. ווען כאַשע האָט וועגן זיך דערציילט, איז מיר געווען ניט צו שלאָפֿן.

הער איך אירע רייד:

— אַ געבוירענע בין איך פֿון פֿאַבאָלאָווע — אַ ייִדיש שטעטעלע וואָס האָט זיך ניט אויסגעטיילט פֿון צענדליקער אַזוינע. קיין פֿאַרזעסענע מויד בין איך ניט געווען און גלײַך נאָך דער חתונה זײַנען מיר אַריבערגעפֿאָרן קיין באָברויסק. ביז דעם ווי איך האָב אָנגעטראָפֿן קיין מינסק און דערנאָך קיין מאָסקווע, האָב איך געמיינט, אַז קיין גרעסערע שטאָט איז אין דער וועלט ניטאָ.

וואָס שייך פּרנסה: מײַן מאַן איז געווען אַ שוסטער. און אונדזער זון איז אַ שלאָסער אינעם האָלץ־קאָמבינאַט. אונדזער שטיבל איז געשטאַנען ניט ווײַט פֿון דער אײַזנבאַן־ליניע, האָבן מיר פֿאַרפֿירט אַ גוטע בהמה, הינער, גענדז און אַפֿילו אינדיקעס. קיין דינסטמיידל האָב איך ניט באַדאַרפֿט. כ'האָב זיך אַליין ספּראַוועט.

די עלטערע טאָכטער האָט שוין אַליין פֿאַרמאָגט צוויי קינדער און עטלעכע טעג פֿאַר דעם ווי די מלחמה האָט אויסגעבראָכן איז פֿון מאָסקווע צו גאַסט געקומען מײַן ייִנגערע טאָכטער, אויך מיט אַ טײַער אייניקל. פֿון באָברויסק האָט זי מיטן קינד באַוויזן זיך אַרויסקלײַבן, נאָר איין גאָט ווייסט, צי איר האָט זיך אײַנגעגעבן אַהיים צו דערקלײַבן.

אין זעקס וואָכן אַרום, ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט די שטאָט, האָבן זיי צונויפֿגעקליבן 800 ייִדן און אַלעמען דערשאָסן. צווישן זיי זײַנען געווען אויך מײַן מאַן און מײַן זון. די טאָכטער מיט די אייניקלעך האָט מען פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ. מיך האָט אויסבאַהאַלטן אַ גוטער מענטש, אַ ווײַסרוס. כ'האָב געמיינט, אַז דאָך וועל איך זיי קענען מיט עפּעס העלפֿן.

געמיינט...

אין איינער אַ נאַכט האָב איך זיך געלאָזט אין אַ ווײַטן וועג. 40 קילאָמעטער האָב איך דורכגעמאַכט פֿאַר דרײַ מעת־לעת. דאָרט, אין אַ דאָרף, האָט געוווינט אַ משפּחה, וועמענס צוויי קינדער זײַנען אַ לענגערע צײַט אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אויף קוואַרטיר. באַדינט האָב איך זיי ווי אייגענע. זיי האָבן מיך ניט אַרויסגעטריבן און געהונגערט האָב איך ניט (בײַ טאָג אין אַ גרוב און בײַ נאַכט אין שטוב), נאָר לעבן האָט זיך מיר ניט געוואָלט.

אַזוי האָט זיך עס געצויגן ביז דער באַלעבאָס האָט אָנגעהויבן דערציילן וועגן די פּאַרטיזאַנער, וואָס געפֿינען זיך אין די אַרומיקע וועלדער. דאָ האָט זיך בײַ מיר אין קאָפּ אַלץ איבערגעביטן. קוים איבערגעווינטערט און זיך דערוואַרט ביז ס'איז וואַרעמער געוואָרן, האָב איך זיך ווײַטער געלאָזט אין וועג.

ניט אַזוי גיך טוט זיך ווי עס רעדט זיך, נאָר כ'האָב ווידער אָנגעטראָפֿן אויף אַ באַקאַנטער פֿרוי, וואָס זי אַליין איז געווען שטאַרק איבערגעשראָקן. איר מאַן האָט מען באַוויזן צו מאָביליזירן אין דער רויטער אַרמיי און נאָך אַ "חסרון" האָט זי פֿאַרמאָגט — זי איז נאָך אַלץ געווען אַ שיינע. בײַ איר האָט זי מיר דערלויבט זײַן ניט מער ווי צוויי־דרײַ טעג און מיינט ניט, איך האָב זי גוט פֿאַרשטאַנען, נאָר נאָך אַזוי פֿיל בלאָנדזשענישן האָב איך געמוזט קומען צו זיך. געמוזט:

ליג איך פֿאַררוקט אויפֿן אויוון, און הער ווי עמעצער קלאַפּט אין טיר. געקומען איז אַ מענטש פֿון שכנותדיקן דאָרף, וווּ ס'איז פֿאַראַן אַ דײַטשישער קאָמאַנדאַנט און אַ היפּשער פּאָליציי־גאַרניזאָן. פֿון זײַנע רייד פֿאַרשטיי איך, אַז אויך ער האָט ניט קעגן אָנטאָן אויף זײַן אַקסל אַ פּאָליציי־בענדל. די פּאַרטיזאַנער "בענטשט" ער מיט טויטע קללות און מײַן באַלעבאָסטע מוז אים אונטערבאָמקען. אַן אַנדער ברירה האָט זי, אויב איר גורל איז אין זײַנע הענט.

בראָנפֿן האָט דער פּאַרשוין געבראַכט מיט זיך. אַ פּאָר מאָל האָט ער אַ זויג געטאָן פֿון דער פֿלאַש און דאָ האָט ער זיך שוין גאָר צערעדט. לאָזט זיך אויס, אַז מאָרגן וועלן די היטלעריסטן אָנגרײַפֿן די פּאַרטיזאַנער, וואָס געפֿינען זיך אין וואַלד לעבן אָזעריאַני.

אויף מיר איז דאַן אָנגעפֿאַלן אַזאַ שרעק, אַז אין זיך אַליין האָב איך פֿאַרגעסן. ווי נאָר זיי האָבן זיך פֿאַרקליבן אין צווייטן צימער, בין איך אַראָפּ פֿון אויוון און שטילערהייט, אָן ווערטער, אָן אַ קול, אַרויס פֿון שטוב און מיט די גערטנער אַוועק צום וואַלד, פֿון וואַנען איך בין אַהער געקומען. ווײַטער בין איך שוין ניט געגאַנגען, נאָר געלאָפֿן. וווּ אָזעריאַני געפֿינט זיך האָב איך געוווּסט, נאָר צי וועל איך זיך אַהין פֿאַר איין טאָג דערקלײַבן?

אין דער פֿינצטער, וווּ ס'איז ניט אײַנצוזען קיין שטוב און אַפֿילו קיין וועג, נאָר כ'האָב זיך דערקליבן. קיין חשק מיך אַרײַנלאָזן צו איר אין שטוב האָט די באַלעבאָסטע ניט געהאַט, און דאָ איז מיר אַליין אויסגעקומען רחמנותדיק בעטלען.

ס'האָט געהאָלפֿן. און ווי נאָר כ'בין די שוועל אַריבערגעטראָטן, האָב איך זיך דערפֿילט אַ גליקלעכע, ווי איך וואָלט אָנגעטראָפֿן אין מײַן געבוירן־שטאָט. בײַם טיש זײַנען געזעסן צוויי מאַנצבילן און אין ווינקל צוויי זאָטלען, פֿון וועלכע ס'האָט געטראָגן מיט פֿערדן־שווייס. אויך זיי האָבן צו ערשט ניט געוואָלט אָנערקענען, אַז זיי זײַנען פּאַרטיזאַנער, נאָר מיך איז שוין געווען ניט צום נאַרן. כ'האָב זיי אָנגעזאָגט וואָס עס דערוואַרט זיי אין געציילטע שעהען אַרום און גלײַך איז איינער פֿון זיי אַרויס פֿון שטוב, כּדי וואָס גיכער מיטצוטיילן די בשׂורה זײַן קאָמאַנדיר.

וואַניע טשײַקע, 1945
וואַניע טשײַקע, 1945

ווי מען האָט די היטלעראָווצעס באַגעגנט און ווער ס'האָט אויסגעפֿילט די שלאַכט דאַרף איך אײַך, מן־הסתּם, ניט דערציילן.

* * *

אויסצוגן פֿון דאָקומענטן מיט חתימות און שטעמפּלען.

"די דאָזיקע צײַגעניש באַשטעטיקט, אַז די בירגערין כאַשע בערקאָוויטש איז ווירקלעך געווען אַ פּאַרטיזאַנערין אין דער 257סטער פּאַרטיזאַנער מחנה פֿון דער אַכטער בריגאַדע (איינער פֿון די גרינדער פֿון דער בריגאַדע — איז געווען שמואל סווערדלין. פֿון אָקטאָבער 1941 ביז יולי 1942 איז ער געווען קאָמאַנדיר פֿון 255סטן פּאַרטיזאַנער־פּאָלק). זי איז ניט איין מאָל געגאַנגען אין אויסשפּירונג אין מיכניטשי, זשיליטשי און האָט געבראַכט זייער וויכטיקע ידיעות. ווען די דײַטשן האָבן בלאָקירט די וועלדער, פֿלעגט זי ברענגען שפּײַז".

פֿון אַ צווייטן דאָקומענט:

"...די חבֿרטע כ. בערקאָוויטש פֿלעגט צושטעלן מעדיקאַמענטן פֿאַר אונדזערע סאַניטאַרן־אָפּטייל. די פֿאַרוווּנדעטע פּאַרטיזאַנער פֿלעגט זי באַדינען ווי אַ לײַבלעכע מוטער".

* * *

צו אונדזערע וועלדער האָבן זיך אַ צי געטאָן דײַטשישע קאָלאָנעס — צו פֿוס און אויף לאַסט־מאַשינעס, מיט אַרטילעריע און טאַנקען. דאָס קלײַבן זיי זיך אַרומצורינגלען עטלעכע ראַיאָנען און אונדז פֿאַרניכטן. פּאַרטיזאַנער זײַנען שוין גענוג אָנגעלערנט און זײַנען גרייט אויף אַ צײַט צו פֿאַרלאָזן די באַזעס און זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער. וועגן דעם האָט מיר מיטגעטיילט דער קאָמאַנדיר פֿון פּאָלק סעמיאָן דעמידאָוויטש באָרקאָווסקי אין די טעג. ווייסן ניט די אויסשפּירער פֿון קיין רו. ווי דאָס זאָל ניט זײַן געפֿערלעך, נאָר מען מוז ריזיקירן. מײַן ראָטע טראָגט שווערע פֿאַרלוסטן. מיטיע יעראָכינען האָט מען אַזוי שווער פֿאַרוווּנדעט, אַז נעמען אים מיט זיך אין אַ ווײַטן וועג קען מען ניט. איז וואָס טוט מען?

פֿאַרבלײַבן מיט מיטיען האָט כאַשע בערקאָוויטש אַליין זיך אונטערגענומען. איך האָב זי געפּרוּווט אָפּריידן, נאָר איר ענטפֿער איז געווען: "ניין", און ווידער אַ מאָל "ניין". צו אַ פּויער, וואָס כ'האָב געוווּסט, אַז זײַן זון איז אַ פּאָליצײַ, און צו אים וועט מען ניט קומען זוכן "וואַלד־באַנדיטן", האָב איך זיי אַליין אָפּגעפֿירט. דעם מענטשן האָב איך ניט באַדאַרפֿט וואָרענען, אַז אויב מיט זײַנע "געסט" וועט געשען עפּעס שלעכטס, דאַן איז אים ניט מקנה צו זײַן.

זאָל ער געווען וועלן זיך אָפּזאָגן, וואָלט עס אים ניט געהאָלפֿן. ער האָט עס געוווּסט. בײַ מיר האָט ער זיך געבעטן: "דעם פּאַרטיזאַנער — מילא, דאָ קען מען נאָך עפּעס צוטראַכטן, נאָר די ייִדישקע, געוואַלד, די ייִדישקע! זיי האָט מען דאָך שוין אַלע אויסגעהרגעט, איז פֿון וואַנען האָט זי זיך גענומען?"

דעם סוף ווייסט איר שוין און פֿאַר די וואָס האָבן שוין פֿאַרגעסן, חזר איך איבער כאַשעס ווערטער: "איז וואָס זשע מיינט איר? האָב איך אים טאַקע געראַטעוועט. מיטיע האָט זיך אַזוי צוגעבונדן צו מיר, אַז ער האָט מיך גערופֿן 'מאַמע'".

וועגן כאַשע בערקאָוויטש, וואָס איז דאַן מעשׂה־נסים לעבן פֿאַרבליבן, לאָזט זיך זאָגן: "ווי די מעשׂים, אַזוי דאַרף זײַן דער שם". עמעצער קען מיר דערווידערן, אַז לעבן דאַרף מען ניט מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט און כאַשע איז שוין פֿון לאַנג אויף דער וועלט ניטאָ. דעם אמת געזאָגט, האָב איך אויך וועגן דעם געקלערט און באַשלאָסן: אַזאַ גוטער נאָמען דאַרף דערמאָנט ווערן. זי האָט עס פֿאַרדינט, ווײַל ווידער — ווי די מעשׂים, אַזוי דאַרף זײַן דער שם.