פֿונעם אייביקן קוואַל

אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן צוויי יום-טובֿים, וואָס זייער עיקר-באַדײַט האָט צו טאָן מיט קבלת-התּורה: שבֿועות און שׂמחת-תּורה. שבֿועות — דער טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — איז בעצם אַ "ניכטערער" יום-טובֿ; אַ סך ייִדן שלאָפֿן נישט די גאַנצע שבֿועות-נאַכט און קאָנצענטרירן זיך אויפֿן לערנען תּורה, כּדי זוכה צו זײַן צו אַ נײַער "פּערזענלעכער מתּן-תּורה", צו דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין לערנען.

נאָך שׂמחת-תּורה הייבט מען אָן צו לייענען פֿונסנײַ די תּורה אין די שילן, דערפֿאַר איז דער הײַנטיקער יום-טובֿ אויך פֿאַרבונדן מיט אַ יערלעכער נײַער תּורה-אַנטפּלעקונג. אָבער, אין אונטערשייד מיט שבֿועות, איז דער שׂמחת-תּורהדיקער גײַסט דווקא אַ פֿאַרקערטער: אין אַ טייל קהילות פֿירט מען זיך צו מאַכן אַ היפּשן לחיים נאָכן שחרית, און מע טאַנצט שעהען-לאַנג בײַ די הקפֿות, אָפֿטמאָל גאַנץ שיכּור און ווילד. בײַ די חסידים זאָגט מען, אַז די שיך, וואָס די ייִדן רײַבן אָפּ בײַם הקפֿות-טאַנצן, פֿאַרשאַפֿן אַ גרויסן נחת-רוח פֿאַרן רבינו-של-עולם.

צוליב דעם אומפֿאָרמעלן שׁמחת-תּורהדיקן טרינקען, דוכענען די כּהנים אין אַ סך ערטער בײַם שחרית, ווען זיי זענען נאָך ניכטער, און נישט בײַם מוסף, ווי אין אַלע אַנדערע יום-טובֿים — אָדער דוכענען נישט בכלל.

פֿאַרוואָס זשע איז דער הײַנטיקער יום-טובֿ אַזוי אַנדערש פֿון שבֿועות, הגם זייער באַדײַט איז, לכאורה, כּמעט דער זעלבער? בײַם באַרג סיני האָבן די ייִדן באַקומען די תּורה פֿון אויבן, מער ווי אַ מתּנה, אַ פּלוצעמדיקע אַנטפּלעקונג, ווי אַ רעזולטאַט פֿון זייער אייגענער מי. עס שטייט, אַז דער אייבערשטער האָט "געצוווּנגען" דאָס ייִדישע פֿאָלק מקבל צו זײַן די תּורה, הגם זיי האָבן זי זיכער פֿאַרדינט און אָנגענומען פֿון פֿריִער. ווי עס שטייט אין גמרא, בלויז אין דער צײַט פֿון מרדכי און אסתּר, בעת דער פּורים-מעשׂה, האָבן די ייִדן אָנגענומען די תּורה "פֿון זיך" — מער ווי אַ פּרי פֿון זייער אייגענעם שׂכל און ליבשאַפֿט צום אייבערשטן, ווי אַ "פּלוצעמדיקע מתּנה" פֿון אויבן. שׂמחת-תּורה איז פֿאַרבונדן מיט דעם יערלעכן ציקל פֿון תּורה-לייענען, מיט דער אייגענער עבֿודה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו פֿאַרשטיין די תּורה — דערפֿאַר איז שׂמחת-תּורה, אין דעם אַספּעקט, מער ענלעך צו פּורים, ווי צו שבֿועות.

הגם יעדער איינער האָט ליב מתּנות, קומט די אמתע שׂמחה — סײַ בגשמיות, סײַ ברוחניות — דווקא פֿון אייגענער אַרבעט און דערגרייכונגען. ווען אַלץ אין דער וועלט וואָלט געקומען בחינם, וואָלט דאָס לעבן, מסתּמא, געווען זייער גרינג און גליקלעך, אָבער אַזאַ "אומזיסט" גליק וואָלט געווען בלויז אויבערפֿלאַכיק און פֿאַרבײַיִק. הגם מע דאַרף זיכער טראַכטן, ווי אַזוי צו מאַכן דאָס לעבן נישט צו שווער, קומט די עכטע, עצמדיקע צופֿרידנקייט דווקא פֿון דער אייגענער מי, השׂגות און באַשלוסן. צוליב דעם איז דווקא דער הײַנטיקער יום-טובֿ, ווען די ייִדן הייבן אָן דעם נײַעם ציקל פֿון תּורה-לערנען, פֿאַרבונדן מיט אַזאַ "ווילדער", אומבאַגרענעצטער שׂמחה.

בראשית

דער חומש הייבט זיך אָן מיטן פּסוק "בראשית ברא אלקים את השמים את הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד". בײַם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן פּירוש, פֿרעגט רש״י אַ קשיא: פֿאַרוואָס הייבט זיך דער גאַנצער חומש אָן דווקא מיט מעשׂה-בראשית, און נישט מיט די ערשטע "פּראַקטישע" מיצוות, אַזעלכע ווי דער אָנזאָג צו רעכענען די חדשים פֿון ניסן, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים. ברענגט דער רש״י אַ באַקאַנטן מדרש: "אויב די גויים וועלן טענהן, אַז די ייִדן האָבן אָפּגענומען ארץ-ישׂראל בײַ די אַנדערע פֿעלקער, וועלן די ייִדן קענען זאָגן, אַז די גאַנצע ערד געהערט דעם אייבערשטן, וועלכער באַשליסט, ווער זאָל זי באַזעצן — דערפֿאַר הייבט זיך דער חומש אָן דווקא פֿון בראשית".

צום באַדויערן, ווערט די דאָזיקע פֿראַזע אין פּירוש-רש״י צומאָל אָפּגעטײַטשט אויף אַ נישט-באַרעכטיקטן פּאָליטיזירטן אופֿן — אינעם קאָנטעקסט פֿונעם הײַנטיקן קאָנפֿליקט אויפֿן מיטל-מיזרח. אין אַזאַ אָפּטײַטש שטעקט אָבער אַ טאָפּלטער טעות: קודם-כּל, ציטירט רש״י אַ קלאַסישן מדרש, און דריקט נישט אויס קיין אייגענע פּאָליטישע מיינונגען; צווייטנס, הגם אַ טייל מדרשים האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, האָט דווקא אָט-דער מדרש גאָרנישט צו טאָן מיט פּאָליטיק.

די ערשטע פּסוקים אין דער תּורה זענען באַזונדערס "פּאָפּולער" בײַ די מפֿרשים; עס זענען פֿאַראַן גאַנצע ספֿרים, וואָס פֿאַרטיפֿן זיך אין די פּרטים פֿון וועלט-באַשאַפֿונג, און אַפֿילו אינעם אינערלעכן באַדײַט פֿון די אותיות אינעם וואָרט "בראשית". ס׳איז מסתּמא נישטאָ קיין אַנדער פּרשה, וואָס זאָל האָבן אַזויפֿיל קאָמענטאַרן. דער רמב״ן האָט דערקלערט, אַז דער אויבן-דערמאָנטער מדרש מיינט נישט, חלילה, אַז די מעשׂה-בראשית איז ווייניקער רעלעוואַנט, ווי די פּראַקטישע מיצוות; אַדרבה, טענהט דער מדרש, אַז די מעשׂה וועגן וועלט-באַשאַפֿונג איז אַזוי טיף, אַז ס׳וואָלט געפּאַסט, צו אַ טייל פֿון תּורה-שבעל-פּה, און נישט אַ פּשוטער באַדײַט פֿונעם חומש.

פֿאַרוואָס זשע הייבט זיך אָן דער חומש מיט אַזאַ הויכער עזאָטערישער דערציילונג? ענטפֿערט דער מדרש, אַז כּדי צו פֿאַרענטפֿערן די טענות פֿון די "גויים", פֿון מאַטעריאַליסטיש-געשטימטע מענטשן, וואָס באַטראַכטן די וועלט ווי "הפֿקר", וווּ די פֿעלקער פֿירן מלחמות און כאַפּן אָפּ די ערד איינער בײַם צווייטן, מוז מען וויסן, אַז די גאַנצע וועלט געהערט צום אייבערשטן, און פֿירט זיך לויט זײַן ווילן. כּדי מקיים צו זײַן די פּראַקטישע מיצוות, מוז מען קודם פֿאַרשטיין, אַז די וועלט איז נישט אַ הפֿקרדיקער "טויטער מעכאַניזם", נאָר אַ ג-טלעכע באַשאַפֿונג, פֿול מיט ניסים, השגחה-פּרטית און לעבעדיקייט.