ייִדיש־וועלט

אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה.

כאָטש עס דערשײַנט כּולו אין העברעיִש, איז עס אויף דורך און דורך דורכגעזאַפּט מיט "ייִדישן חן, ייִדישן טעם און ריח"...

די אַלע ייִדישיסטן אין ישׂראל, און אין די תּפֿוצות, וועלכע זענען, ליידער, אַ ביסל "שטומפּיק אין זייער עבֿרי", ראַט איך ניט מוותּר צו זײַן אויף דעם פֿאַרגעניגן: גענוג בלויז אַ בלעטער צו טאָן און אַרײַנקוקן אינעם זשורנאַל און ווי ווײַט מעגלעך געניסן פֿון דער טעמאַטיק, און אפֿשר אויך פֿון דעם אינהאַלט פֿון יעדער אַרבעט, באַשרײַבונגען און שילדערונגען, פֿון דעם רײַכן, באַלערנדיקן און דערקוויקנדיקן מאַטעריאַל, וואָס געפֿינט זיך אין די אַלע 63 זײַטן פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט. "דווקא" ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער שטאַרק אַקטיווער און פּראָמינענטער קולטור־אינסטיטוציע אין ישׂראל — "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ; איר לייטער איז פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן.

צו דער רעדאַקציע געהערן, אין צוגאָב צום פּראָפֿ' נאָווערשטערן, אויך די באַקאַנטע אַקאַדעמיקער — פּראָפֿ' דוד אָסף, פּראָפֿ' חיים באַר און פּראָפֿ' אַבֿנר האָלצמאַן. דער הויפּט־רעדאַקטאָר איז בני מר (מער) און זײַן מיטרעדאַקטאָרין איז חנה עמית.

עס קומט פּראָפֿ' נאָווערשטערן אַ יישר־כּוח און אָנערקענונג פֿאַר זײַן געבענטשער איניציאַטיוו אַרויסצוגעבן אַ צײַטשריפֿט אין עבֿרית, פֿאַר דעם העברעיִשן לייענער אין לאַנד, אפֿשר אויך אין אויסלאַנד, וואָס ברענגט אַרויס אויף אַ הויכן אינטעלעקטועלן ניוואָ די אוצרות פֿון דער ייִדישער שפּראַך. עס האָט שטאַרק געהויבן דעם פּרעסטיזש און מעמד פֿון ייִדיש אין די אויגן פֿון די אַלע אין ישׂראל, וועלכע האָבן געשפּאָט און דערנידעריקט די וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, ווי אַן אינטעגראַלער קאָמפּאָנענט פֿון דער אַלגעמיינער קולטור פֿון מדינת־ישׂראל, און ייִדישן פֿאָלק בכלל.

דעם דאָזיקן טרויעריקן פֿאַקט דערמאָנט מיט באַדויער דער רעדאַקטאָר בני מר אין זײַן לייט־אַרטיקל אין לעצטן נומער "דווקא", וואָס זײַן צענטראַלע טעמע איז "ארץ־ייִדיש ותרבותה בארץ־ישׂראל" — ייִדיש־לאַנד און זײַן קולטור אין ארץ־ישׂראל. ער שרײַבט, צוו"אַנד: ... "היידיש אָהבֿה בדרך־כּלל את ארץ־ישׂראל", — אָבער עס איז געווען אַן "אַהבֿה חד־סיטרית" — אַן איינזײַטיקע ליבע. דער ציוניסטישער אַנשטאַלט, וואָס הײַנט רופֿט מען עס Establishment (בלע"ז), האָט באַשלאָסן, אַז נאָר איין שפּראַך, נאָר עבֿרית וועט זײַן די אָפֿיציעלע דאָמינירנדיקע שפּראַך אינעם ייִדישן לאַנד, און ניט קיין איינע פֿון די אַנדערע שפּראַכן, אין וועלכע די ייִדן האָבן געשאַפֿן און זיך באַנוצט אין די גלות־לענדער.

דער לייט־אַרטיקל שטרײַכט אונטער, אַז די צײַטשריפֿט קומט ניט זיך אָפּצורעכענען מיט די אַמאָליקע "מגיני השׂפֿה העבֿרית" (די פֿאַנאַטישע באַשיצער פֿון דער העברעיִשער שפּראַך), מיט די, וועלכע האָבן פֿאַרפֿאָלגט די ייִדישע שפּראַך, אירע שרײַבער, דיכטער און שוישפּילער, מיט די פּשוטע ייִדיש־ריידנדיקע פֿאָלקס־מענטשן.

... "מיטן דערשײַנען פֿון 'דווקא' אין ישׂראל אין די הײַנטיקע טעג, — פֿאַרענדיקט ער דעם לייט־אַרטיקל, — ווילן מיר אָנווײַזן דעם גרויסן פֿאַרלוסט, וואָס די דאָזיקע עלעמענטן האָבן גורם געווען דער אַלגעמיינער קולטור אין עבֿרית פֿון מדינת־ישׂראל בכלל".

ער דערמאָנט וואָס רחל כּצנלסון, די שפּעטערדיקע פֿרוי פֿון נשׂיא זלמן שז"ר, האָט נאָך אין 1918 עפֿנטלעך דערקלערט, "אַז מיר האָבן באַצאָלט אַ שווערן פּרײַז וואָס מיר זענען געווען געצוווּנגען צו פֿאַרראַטן דעם זשאַרגאָן (ייִדיש), ווי מיר האָבן באַצאָלט פֿאַר אַנדערע פֿאַרראַטן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט".

אין דעם נומער "דווקא" איז דער גאַנצער אינהאַלט געווידמעט "ארץ־ייִדיש ותרבותה בארץ־ישׂראל". ער אַנטהאַלט אַ קאָלירפֿולן פּייזאַזש פֿון ייִדיש־שעפֿערישקייט במשך פֿון די יאָרן פֿאַר און נאָך דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל.

לאַמיר דאָ אָנרופֿן בלויז אייניקע מחברים און זייערע אַרטיקלען.

חנה עמית, די מיטרעדאַקטאָרין פֿון "דווקא", ברענגט אַן אויספֿירלעכן רעפּאָרטאַזש פֿון איר לענגערן שמועס מיט מענדי כּהנא, דער אָנפֿירער פֿון "יונג־ייִדיש" אין ירושלים, וואָס האָט לעצטנס געעפֿנט איר אָפּטייל אין דעם גרויסן בנין פֿון דער צענטראַלער "אגד"־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָך דעם ווי זיי זענען אַריבער פֿון זייער פֿריִערדיקן לאָקאַל אין "בית־לייוויק". זי טיילט זיך אויך וועגן אירע אײַנדרוקן פֿון איר באַזוכן עטלעכע פּראָגראַמען פֿון "יונג־ייִדיש", וואָס פֿאַרמאָגט אַ מיטגלידערשאַפֿט פֿון אַ ייִנגערן עלטער פֿון ייִדיש־ליבהאָבער און אַקטיוויסטן אין ישׂראל.

ד"ר יעל חבר, לעקטאָרין און פֿאָרשערין פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין בערקלי־אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרומנעמענדיקע אַרבעט וועגן 80 יאָר געראַנגל פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין די 1920ער און 1930ער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט פֿאַר איר קיום אין ארץ־ישׂראל.

אַ גאָר אינטערעסאַנטן און פּיקאַנטן עפּיזאָד, וואָס איז געשען מיט ביאַליקן אין 1927 אין תּל־אָבֿיבֿ, דערציילט פּראָפֿ' אַבֿנר האָלצמאַן אין זײַן קורצער באַשרײַבונג "אָז אָמר לו ביאַליק — לך לעזאזל" (גיי צום טײַוול), האָט ביאַליק אים געזאָגט.

די מעשׂה־שהיה, כּך־היה — אָט אַזוי איז עס געשען:

אין איינעם אַ טאָג, אין חודש דעצעמבער 1927, איז חיים־נחמן ביאַליק געגאַנגען צוזאַמען מיט זײַן נאָענטן פֿרײַנד י"ח ראַווניצקי אויף אַלענבי־גאַס, אין תּל־אָבֿיבֿ, צו באַזוכן זייער אַלטן פֿרײַנד פֿון אָדעס משה גראַנאָווסקי, וועלכער איז געלעגן שטערבלעך קראַנק אין שטוב. ווי געוויינטלעך, האָבן זיי צווישן זיך געשמועסט אין ייִדיש.

מיט אַמאָל איז צוגעלאָפֿן צו זיי אַ יונגער־מאַן, אַהרון נחמני האָט ער געהייסן, און זיי חוצפּהדיק געטאַדלט, פֿאַרוואָס זיי ריידן ייִדיש און ניט עבֿרית...

ביאַליק האָט אים מיט כּעס גלײַך געענטפֿערט: "לך לעזאזל!.."

דער דאָזיקער נחמני האָט עס אָנגענומען ווי אַ באַליידיקונג און האָט לאַנג ניט געוואַרט. ער האָט אָנגעקלאָגט ביאַליקן אין דעם שלום־געריכט פֿאַר באַליידיקן אים בפֿרהסיא.

ביאַליק האָט געשיקט צום מישפּט אַ פֿאַרטרעטער מיט אַן איראָנישער דערקלערונג, אַז "לך לעזאזל" איז בכלל ניט קיין קללה, ווײַל עס איז פּשוט אַן אָנווײַזונג, אַז ער זאָל גיין צום באַרג עזאזל וואָס געפֿינט זיך אין מידבר יהודה. אויך ראַווניצקי איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו קומען צום מישפּט, צו זאָגן עדות לטובֿת זײַן פֿרײַנד ח. נ. ביאַליק.

דער לײַכטזיניקער אָנקלאָגער, אַ זעלבסט־צופֿרידענער פֿון זײַן "העלדישן טאַט", האָט צוריקגעצויגן זײַן אָנקלאַגע (וועגן וועלכער ער אַליין האָט געמאָלדן אין דער צײַטונג "דואר היום"). ער האָט אָנגענומען דעם פֿאָרוואָרף פֿון ריכטער און די שטראָף צו דעקן די הוצאות פֿון דעם מישפּט.

אין צוגאָב צו דער באַשרײַבונג פֿון דעם דאָזיקן עפּיזאָד גיט צו פּראָפֿ' האָלצמאַן אויך דעם פֿולן פּראָטאָקאָל פֿון דעם לויף פֿון מישפּט, וועלכן ער האָט באַקומען אין בית־ביאַליק אין תּל־אָבֿיבֿ.

עס לייענט זיך מיט גרויס אינטערעס, באַזונדערס, דער פּיקאַנטער נוסח פֿון ביאַליקס שריפֿטלעכער דערקלערונג. עס איז ממש אַ שעדעווער!

דר״ שחר פּינסקער, לעקטאָר פֿון העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור אין אוניווערסיטעט פֿון מישיגאַן, אין אַן־אַרבאָר, איז פֿאַרטראָטן מיט אַ העכסט אינטערעסאַנטער אַרבעט וועגן דער שרײַבער־ און דיכטער־גרופּע "יונג־ישׂראל", וואָס האָט עקזיסטירט אין ישׂראל אין די 1950ער—1960ער יאָרן, צו וועלכער עס האָבן געהאַט געהערט די באַקאַנטע יונגע, קעמפֿערישע פּענמענטשן, וועלכע האָבן מיט אַלע כּוחות זיך באַמיט אָנצוהאַלטן די שווערע מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל: רבֿקה באַסמאַן, רחל פֿישמאַן, משה יונגמאַן, משה גאָרין, אַבֿרהם רינצלער, בנימין הרושאָווסקי (הרשבֿ), צבֿי אײַזנמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יאָסל בירשטיין, שלמה וואָרזאָגער א"אַ. די דאָזיקע גרופּע "יונג־ישׂראל" האָט עקזיסטירט אַרום 15 יאָר.

וועגן די אויפֿטריטן פֿון דזשיגאַן און שומאַכער אין ישׂראל, זייער דערנער־וועג און זייערע דערפֿאָלגן, ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן מצד די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן צוליב זייערע פּראָגראַמען אין ייִדיש, שרײַבט אויספֿירלעך דיעגאָ ראַטמאַן, דאָקטאָראַנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט. ער ציטירט אַ צאָל אינטערעסאַנטע, פּאָזיטיווע אָפּרופֿן אין דער העברעיִשער פּרעסע וועגן דעם דערפֿאָלג פֿון דעם פּאָפּולערן פּאָרל.

... "זיי זענען די איינציקע אין לאַנד, וועלכע האָבן באַוויזן אויפֿצוּוועקן אין די הערצער פֿון די "צברים" (סאַברעס — ישׂראל־געבוירענע) צער, וואָס זיי פֿאַרשטייען ניט קיין ייִדיש", ("מעריבֿ", 04.01.1953). ... "זיי זענען די בעסטע קאָמיקערס, וועלכע געפֿינען זיך אויף דער ישׂראל־בינע. עס קלינגט ווי אַ פּאַראַדאָקס, אָבער עס איז אַ פֿאַקט, אַז די בעסטע סאַטירע אויף דער ישׂראל־בינע איז דווקא די סאַטירע אין ייִדיש פֿון דזשיגאַן און שומאַכער", האָט געשריבט י. אַבֿרהמי אין "מעריבֿ", 05.05.1959.

* * *

ואַחרון־אַחרון־חבֿיבֿ, עטלעכע שורות וועגן דעם געלונגענעם באַשלוס איבערצוגעבן דאָס רעדאַקטירן פֿון "דווקא" אין די הענט פֿון צוויי ענערגישע און טאַלאַנטירטע יונגע ייִדיש־ענטוזיאַסטן בני מר און זײַן געהילף־רעדאַקטאָרין חנה עמית. בני מר איז אַ יונגער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער (געב' 1971). ער זעצט איבער פֿון ייִדיש אין פֿראַנצויזיש, סטודענט אין דעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. ער איז אויך מיטרעדאַקטאָר פֿון דער ליטעראַרישער בײַלאַגע פֿון "האָרץ" — "תּרבות וספֿרות".

דרור משעני, דער רעדאַקטאָר פֿון "ספֿרים" — ביכער־בײַלאַגע פֿון "האָרץ", האָט בשײַכות מיטן דערשײַנען פֿון ערשטן נומער "דווקא" (יוני 2006), באַצייכנט, אַז "די דאָזיקע צײַטשריפֿט אונטער דער רעדאַקציע פֿון בני מר איז איינע פֿון די הויכפּונקטן פֿון דער שפּאַנענדיקער אויפֿלעבונג פֿון ייִדיש אין ישׂראל אין די לעצטע יאָרן".

"כּה לחי!" — הלוואַי ווײַטער ניט ערגער!