- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי אַ סענסאַציע, ווערט אָפּגעשאַצט די טרעפֿונג צווישן די הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון וואַשינגטאָן און טעהעראַן, וואָס איז די וואָך פֿאָרגעקומען אין באַגדאַד. די איינציקע טעמע, וואָס איז געווען דאָרט באַרירט, האָט געהאַט אַ שײַכות צום קאַטאַסטראָפֿאַלן מצבֿ אין איראַק. אייגנטלעך, האָט טאַקע דער דאָזיקער מצבֿ צונויפֿגעפֿירט די ביידע צדדים, וואָס האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן אויף אַזאַ הויכן דיפּלאָמאַטישן אופֿן נאָך 28 יאָר. נאָך דער רעוואָלוציע אין איראַן, וואָס האָט געבראַכט צו דער מאַכט די פֿאַנאַטישע איסלאַמיסטישע רעגירונג, איז איראַן געוואָרן אַ טייל פֿון דעם באַקאַנטן "אַקס פֿון בייז", און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָנגעהויבן אויסזען אין די אויגן פֿון די פֿאַנאַטיקער ווי דער "גרויסער שׂטן".
"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבעטער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער. נאָך דער מלחמה, נאָכן נצחון איבערן פֿאַשיזם, איז די וועלט געפּלעפֿט געוואָרן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט ווי נידעריק, ביזן מהות פֿון אַ חיה, עס קען פֿאַלן אַ מענטש, און ווי הויך אַ מענטש קען זיך דערהייבן אין זײַן גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה. אין יאָר 1945 האָט אַ גוואַלדיקן רושם געמאַכט יוליוס פֿוטשיקס "רעפּאָרטאַזש מיט אַ תּליה אויפֿן האַלדז". באַלד האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אויף אַ סך שפּראַכן. יוליוס פֿוטשיק, אַ קאָמוניסט, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט בעת דער מלחמה אָרגאַניזירט אין לאַנד דאָס אַרויסלאָזן אַן אומלעגאַלע אַנטיפֿאַשיסטישע פּרעסע. די “קאַסאַם"־ראַקעטן אויף דער שטאָט שׂדרות און די שכנותדיקע ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס, הערן ניט אויף צו פֿאַלן, סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט. מיר געפֿינען זיך איצט אין אַן אָנגייענדיקן, אוימאויפֿהערלעכן קאַמף מיט אַ קאָמפּראָמיסלאָזן בלוטיקן שׂונא, אַ געמיש פֿון דער פֿאַנאַטישער “כאַמאַס"־פּאַרטיי, צוזאַמען מיט אַ צאָל באַוואָפֿנטע שפּליטער־באַנדעס, ווי די מוסולמענישע "דזשיהאַד"־גרופּע, און אַנדערע, וואָס דערקלערן אָפֿן, אַז זיי וועלן קיין מאָל ניט אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה אין פּאַלעסטינע, אַז זיי זענען גרייט מקריבֿ צו זײַן “ביז זייער לעצטן קעמפֿער", כּדי אָפּצוּווישן מדינת־ישׂראל פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך און באַפֿרײַען די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿון דער ייִדישער הערשאַפֿט. זיי ווערן דערמוטיקט און געשטיצט פֿון איראַן, סיריע און אַנדערע אַראַבישע, מוסולמענישע לענדער. מיר ברענגען דאָ עטלעכע אויסצוגן פֿון א. אַלמיס בוך "חשבון און סך-הכּל" (1959). א. אַלמי איז דער אַדאָפּטירטער נאָמען פֿון אליהו-חיים שעפּט (1892—1963), איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע זשורנאַליסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט געאַרבעט אין אַ צאָל ניו-יאָרקער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס", אָבער באַזונדערס לאַנג איז געווען זײַן טעטיקייט פֿאַרבונדן מיט דער אַנאַרכיסטישער "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע". בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט, ווי אַזוי אַהרן-הכּהן זאָל אָנצינדן די מנורה אינעם משׂכּן: שטייענדיק אַנטקעגן דעם מיטעלן ליכט, און אָנצינדנדיק יעדן קנויט "בהעלותך", כּדי יעדעס ליכט זאָל ברענען ווי געהעריק, נישט פֿאָדערנדיק קיין זײַטיקן פֿײַער — ווי רש״י האָט מסביר געווען דאָס דאָזיקע וואָרט, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "ווען דו וועסט גורם זײַן די ליכט זיך אויפֿצוהייבן". די תּורה לויבט אַהרן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אויסגעפֿירט דעם דאָזיקן אָנזאָג פּונקט אַזוי, ווי משה-רבינו האָט אים איבערגעגעבן. זייער אָפֿט פֿאַרגעסן מיר, אַז ענגליש איז ניט מיט אַזוי פֿיל עלטער, און זיכער ניט מיט אַזוי פֿיל "לײַטישער" ("איינהייטלעכער"), מער רעגולירט און צוגעשליפֿן וואָס שײַך איר אויסלייג און גראַמאַטיק, ווי ייִדיש. מיט 400 יאָר צוריק, ווען אויף ייִדיש האָט מען שוין געהאַט געדרוקט אַזעלכע וויכטיקע ליטעראַרישע ווערק און הילפֿביכער, כּדי ריכטיק צו שרײַבן און גוט קענען די אייגענע שרײַבשפּראַך (ווי למשל דער מרכּבֿת־המשנה פֿון קראָקע, 1534) איז נאָך אויף ענגליש קיין ענלעכס בכלל ניט געווען און יעדער האָט זיך געשריבן ענגליש ווי אים צי איר האָט זיך געגלוסט. ווען מאַקס ווײַנרײַך און די פֿירנדיקע ייִדישיסטן האָבן געגרינדעט דעם "ייִוואָ" אין 1925, האָבן זיי געטראַכט צו שאַפֿן נישט בלויז אַן אַרכיוו, אַ ביבליאָטעק, אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און שפּראַך־לערערײַ, נאָר אַן אמתן ייִדישן אוניווערסיטעט. אַזוי ווי מען לערנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אויף העברעיִש, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויף ענגליש, וואָלט מען געלערנט אין ייִוואָ־אוניווערסיטעט אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס זייער חלום איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, אויף דעם דאַרפֿן די היסטאָריקער ענטפֿערן, אָבער עס איז אַוודאי אַ גרויסער שאָד. ווען איך האָב מיט אַ יאָר זעקס צי זיבן צוריק גענומען פֿאָרשן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין בערלין אַרום דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָב איך באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן מיר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן געהאַט אַ שײַכות צו קאָפּענהאַגען. פֿריִער האָב איך קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דער קרוינשטאָט פֿון דענמאַרק ווי וועגן אַ ייִדישן קולטור-צענטער, סײַדן, עס איז געווען פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ טעטיקייט אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. צווישן אַ סך אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע און היסטאָרישע פּובליקאַציעס אין דער לעצטער רוסישער פּעריִאָדיק וואַרפֿן זיך אין די אויגן די אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן פֿון אַהרן שטיינבערגס פּריוואַטן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן אַרכיוו פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין ירושלים. די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווערן צוגעגרייט צום דרוק דורך דער פֿאָרשערין פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור נעלי פּאָרטנאָוואַ. זיי נעמען אַרײַן שטיינבערגס אינטימע קאָרעספּאָנדענץ, זכרונות, פֿראַגמענטן פֿון זײַנע טאָגביכער. ווער פֿון אונדז געדענקט נישט דעם ברויזנדיקן, שפּרודלדיקן, זשוואַווען און צעדרייטן — זיראָ מאָסטעל. שוין צײַט אים צו דערמאָנען צום גוטן. ער האָט זיך פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ קאָמעדיאַנט, אַקטיאָר, פֿילם־ און בינע־קינסטלער. זײַן ראָלע אין דעם פֿילם "די פּראָדוסערס", געשריבן פֿון מעל ברוקסן (נאָך אַ ייִדישער קאָמיקער פֿון זעלבן זגאַל), האָט אונדז ממש אונטערגעהויבן. איך האָב זיראָן צום ערשטן מאָל געזען אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", מיט אַ פֿערציק יאָר צוריק אויף בראָדוויי. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט מיר דעמאָלט דערלאַנגט צוויי בילעטן מיט די ווערטער: די הויפּט־טעמע אינעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ־חודש האָט דאָמינירט די טעמע — ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענטראַלע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם "יום־העצמאות" און "יום־ירושלים". אמת, צוליב דעם בײַט פֿון די אַמבאַסאַדאָרן, האָבן מיר דאָ געפֿײַערט דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג נישט אין אַפּריל, נאָר מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, דעם 14טן מײַ. אויפֿן אָרט פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין נעמי בן־עמי, איז געקומען דער קורצווײַליקער דיפּלאָמאַטישער ישׂראל־שליח אין מאָלדאָווע שחר אַריאלי. ער האָט טאַקע אָרגאַניזירט דעם פֿײַערלעכן אויפֿנעם, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען די מיטגלידער פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג, פּארלאַמענט־דעפּוטאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַנדערע געסט. |