אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
וולאַדימיר גראָסמאַן
וולאַדימיר גראָסמאַן

ווען איך האָב מיט אַ יאָר זעקס צי זיבן צוריק גענומען פֿאָרשן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין בערלין אַרום דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָב איך באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן מיר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן גע­האַט אַ שײַכות צו קאָפּענהאַגען. פֿריִער האָב איך קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דער קרוינשטאָט פֿון דענמאַרק ווי וועגן אַ ייִדישן קולטור-צענטער, סײַדן, עס איז גע­ווען פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ טע­טי­קייט אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. דעמאָלט האָבן זיך דאָרטן באַזעצט עטלעכע טויזנט ייִדן, אַרויס­גע­טריבענע פֿון גאָמולקאַס פּוילן, און צוזאַ­מען מיט די ניצול-געוואָרענע פֿונעם חורבן, האָט מען אין דענמאַרק אַנטוויקלט עפּעס אַן אַרבעט. אַזוי, לכל-הפּחות, האָט זיך עס געמאָלט אין מײַן קאָפּ.

וועגן די מענטשן, וואָס האָבן געהייסן יהודה שאַיאַק (1882–1958), שמעון אַלט­שול (1877–?) און יוסף ליטיטשעווסקי (1890–1960), האָב איך פֿריִער קיין מאָל ניט געהערט. אָבער זיי זײַנען געווען די אַקטיוויסטן פֿון ייִדישן לעבן אין קאָ­פּענהאַגען צווישן די יאָרן 1910 און 1920, און אַפֿילו שפּעטער אויך.

באַזונדערס אָפֿט האָט זיך מיר געוואָרפֿן אין די אויגן דער נאָמען פֿון וולאַדימיר גראָסמאַן (1884–1976). איצט ווייס איך שוין, אַז ער איז געווען אַן אינטערעסאַנטער און טיכטיקער מענטש. אַ געבוירענער אין דרום-רוסלאַנד, בײַם שוואַרצן ים, האָט ער ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה געלעבט אין בערלין, פּעטערבורג און וואַרשע, וווּ ער האָט זיך געלערנט, געאַרבעט און גע­שריבן פֿאַר ייִדישע צײַטונגען. אין דענ­מאַרק האָט אים דער גורל פֿאַרטראָגן בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. אַ דאַנק זײַנע לינגוויסטישע כּישרונות, האָט ער אויסגעלערנט דעניש און געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט אויך אין דער דענישער פּרעסע. אין די 1920ער איז ער געווען דער בערלינער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג".

נאָך אין די פּעטערבורגער יאָרן איז גראָסמאַן געווען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדי­שער קאָלאָניזאַציע-געזעלשאַפֿט. קיין חידוש ניט, אַז שפּעטער איז ער געוואָרן טעטיק אין דעם "אָרט", וואָס איז געווען פֿאַקטיש אַ שוועסטער-אָרגאַניזאַציע. זינט 1936 האָט גראָסמאַן אָנגעפֿירט מיט "אָרט" אין קאַנאַדע. נאָכן חורבן איז ער געווען אַן "אָרט"-פֿאָרשטייער אין די שארית-הפּליטה-לאַגערן אין דײַטשלאַנד.

אָבער לאָמיר זיך אומקערן קיין דענ­מאַרק, אין די צײַטן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, אַזוי ווי עס האָט זיי באַ­שריבן גראָסמאַן אין זײַן בוך "אַ מאָל און הײַנט" (פּאַריז, 1955):

* * *

אַ גאַנץ מערקווערדיקן אינטערנאַציאָ­נאַלן זאַמלונגס-אָרט האָט מיט זיך פֿאָרגע­שטעלט קאָפּענהאַגען בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. די סקאַנדינאַווישע לענדער זײַנען געווען נייטראַל. די באַציִונג פֿון דער באַפֿעלקערונג אין יעדן פֿון די לענדער איז אָבער ווײַט ניט געווען נייטראַל. מע האָט געהאַלטן, אַז די שוועדן סימפּאַטיזירן מיט די דײַטשן — רוסלאַנד איז דאָך נאָך אַלץ געווען דער בעל-הבית איבער פֿינלאַנד, אַ מאָל אַ טייל פֿון שוועדן. די דענער האָבן ניט פֿאַרגעסן די מפּלה פֿון 1864, ווען פּרײַסן האָט פֿאַרכאַפּט די דענישע פּראָווינצן שלעזוויג און האָלשטיין, און דאָס נײַע דײַטשלאַנד איז באַטראַכט גע­וואָרן ווי אַ שׂונא און אַ געפֿאַר פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט פֿון דענמאַרק.

עס איז אַוועק אַ שטיק צײַט איידער מיר, אויסלענדישע זשורנאַליסטן, האָבן זיך אַרומגעזען און זיך באַקענט מיט דער דענישער סבֿיבֿה. און עס האָט גענומען נאָך מער צײַט, איידער מיר האָבן באַקומען צו וויסן וואָס פֿאַר אַן אינטערעסאַנטער ייִדישער צענטער דאָ איז. מע האָט געוווּסט, אַז די קליינע ייִדישע באַפֿעלקערונג, סך-הכּל, אַ זעקס אָדער זיבן טויזנט נפֿשות, באַשטייט פֿון אַן ערך אַ העלפֿט דענישע תּושבֿים, דאָס הייסט, דענישע ייִדן מיט אַ געשיכטע פֿון אַ ביסל מער ווי הונדערט יאָר הינטער זיך, און אַ העלפֿט מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן, ס'רובֿ פֿון פּוילן, צו­גע­רײַזטע ייִדן פֿאַר די לעצטע צוואַנציק אָדער דרײַסיק יאָר. צווישן די צוויי טיילן איז ניט געווען קיין שום פֿאַרבינדונג און די דענישע ייִדן האָבן געקוקט פֿון אויבן אַראָפּ אויף די נײַ-אײַנגעוואַנדערטע. אַ קליין ביכע­לע פֿון דעם שטאָט-סטאַטיסטיקער האָט דווקא דערציילט, אַז דער גרעסטער טייל פֿון די נײַ-אײַנגעוואַנדערטע, אַ פּאָר טויזנט מענטשן, זײַנען גוטע אַרבעטער און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ נוצלעכע גרופּע, וועלכע האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין די עקאָנאָמישע באַדינגונגען פֿונעם לאַנד. דאָס האָט אָבער ניט געענדערט די קעגנזײַטיקע באַציִונגען.

עס האָט גענומען ניט פֿיל צײַט ביז די באַציִונגען פֿון אַלט-אײַנגעזעסענע ייִדן צו די נײַ-אײַנגעוואַנדערטע האָט זיך גענומען ענדערן צו בעסטן. אפֿשר איז דאָס געווען קעגן זייער אייגענעם ווילן, אָבער זיי האָבן פֿאַרשטאַנען זייער פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט אין די קריטישע צײַטן.

דערווײַל איז קאָפּענהאַגען געוואָרן ניט קיין קליינער פּאָליטישער צענטער. דאָ איז געזעסן אַ ריי רוסישע אַלטע רעוואָ­לוציאָנערן (צווישן זיי אויך אוריצקי, דער שפּעטערדיקער גרינדער פֿון דער "טשע­קאַ" אין פּעטראָגראַד), וועלכע האָבן זיך געזאַמלט אַרום לענין און טראָצקי, ווען די רעוואָלוציע האָט אויסגעבראָכן. אַהער איז אויך אַריבערגעפֿירט געוואָרן פֿון בערלין דער צענטראַל-ביוראָ פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע. דאָ האָבן געוווינט לעאָ מאָצקין און ד''ר וויקטאָר יאַקאָבסאָן, דער אינטימער פֿרײַנד פֿון חיים ווײַצמאַן און דער דיפּלאָמאַטישער פֿאַרמיטלער פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע.

האָט זיך געוועבט פֿון קאָפּענהאַגען אַן אַלוועלטלעכע נעץ פֿון פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען.